Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5708· Record of what the Rebbe statedספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ח· ר"ד מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א
אר"ד מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א
להבע"ב מעסקני הישיבה שנכנסו לחדר כ"ק אדמו"ר שליט"א
להבע"ב מעסקני הישיבה שנכנסו לחדר כ"ק אדמו"ר שליט"א
בביום ה' ט"ז אדר ראשון תש"ח1
גאַז מען ווערט עלטער געדענקט זיך די יוגענד קלערער, איך בין געשטאַנען ווען מיין הייליקער פאָטער דער גרויסער אוהב ישראל און בעל מסירת נפש פאַר אַ אידן
ד— ניט רעכענענדיג זיך וואָס ער איז און ווי ער איז, צי ער איז אַ ירא שמים אָדער ניט, נאָר וויילע ער איז אַ איד2, ווי דאָס איז דער אמת און דאָס האָט ער געהאַט בירושה פון זיינע הייליקע עלטערען אַז אַ איד איז גוט —
ההאָט מיסד געווען די ישיבה.
ועס איז דאָ בקבלה פון בעש"ט הקדוש, אַז אויף אַ אידן דאַרף מען קוקן אויף זיינע מעלות3, און חסרונות דאַרף מען זען אין זיך4, איז דענסמאָל דערזעט מען דעם אמת. וויילע טאָמער איז ער יעצט ניט ווי מען בעדאַרף, וועט אָבער פריער אָדער שפּעטער בעסער ווערן, אַ איד האָט דאָך אין זיך משמעת, ער האָט האָלט צו הערן אַ דבר תורה און העלפט דאָך תורה.
זמיר דאַרפן יעצט האָבן אַ ברכה, אויף דעם מצב פון אידן וואו זיי געפינען זיך. מיר זיינען דאָ אויך ניט זיכער, ווי די האַרץ איז ניט צואווייטאָגט אויף דעם מצב פון אונזערע ברידער אומעטום, דאַרפן מיר קוקען מיט אַ שטאַרקער אויג אויך אויף אונזער היים. דער אויבערשטער וועט געוויס רחמנות האָבן, אָבער מען דאַרף וויסן אַז דאָס איז דורך תורה, וויילע תורה איז דאָך מגנא ומצלי5.
חאיר שטיצט די ישיבה תומכי-תמימים ניט נאָר מיט געלט, נאָר אויך מיט געפיל; דער אויבערשטער זאָל העלפן אייך און אַלע וואָס העלפן דער ישיבה תות"ל, און באַגליקן אייך און זיי מיט די פאַמיליעס אין אַלע ענינים בגשמיות וברוחניות.
ט(אמר רא"ד קריימער נ"י: אַז עס איז שוין ניטאָ קיין געלט. ע"ז השיב כ"ק אדמו"ר שליט"א:) דער אויבערשטער זאָל העלפן אידן זאָלן האָבן געלט אויף אַלץ וואָס זיי דאַרפן, און אויף תורה זאָל שטענדיג פעלן, דאָס הייסט מען זאָל מאַכן אַזוי פיל ישיבות אַז עס זאָל פעלן געלט, די אַרבעט איז נאָך ניט געקאָנטשעט.
ידער אויבערשטער זאָל העלפען אַז מען זאָל אינגיכען זוכה זיין טאַקע צו ביאת המשיח.
יאאיך בעט איבערגעבן מיין ברכה צו אַלע משתתפים.