Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·Transcript of a Sicha from the Rebbe in the summer of 5708ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·רשימת שיחת כ"ק אדמו"ר שליט"א בקייץ ה'תש"ח

ארשימת שיחת כ"ק אדמו"ר שליט"א בקייץ ה'תש"ח1
איך האָב שוין אַמאָל, באַ אַ התועדות מסיבה, דערציילט וועגן דעם אופן החינוך וואָס הוד כ"ק אאמו"ר האָט מיך מחנך געווען, צו מפתח זיין און מרחיב זיין מיין כח הזכרון2, וואָס דורך דעם איז יעדער זאַך וואָס איך האָב געהערט איז ת"ל נחקק געוואָרען און איז ביי מיר כמונח בקופסא מיט אַלע פרטים וואָס אַ סיפור תוכני בכלל און אַ חסידישער בפרט בעדאַרף האָבן.
באַ מתנה טובה האָט מיר געגעבען מלמדי הרב החסיד ר' ניסן נ"ע סקאַבלאָ3, אַ געוויסן ספר המעשיות4, וואָס ער האָט מקבל געווען פון זיין פאָטער וואָס ער האָט געהערט כמה ספורים מזקני חסידי רבינו הזקן, און פון אַזעלכע וואָס האָבן געהערט מכ"ק הגאון הצדיק הנסתר הר"ר ברוך אבי כ"ק רבינו הזקן און פון דוד הוד כ"ק רבינו הזקן הצדיק נסתר הגאון הצדיק הר"ר יוסף יצחק.
גב. נאָך אין די גאָר יונגסטע יאָהרן, פלעג איך אין די פרייע שעות פון חדר איבערשרייבן געוויסע סיפורים.
דאיך האָב פיעל צו פאַרדיינקען דודי הרז"א — ר' שניאור זלמן אהרן — נ"ע5 וועלכער איז געווען אַ בעל שמועה און האָט פאַרשריבן זייער פיעל סיפורים וואָס ער האָט געהערט פון כ"ק הרה"ח ר' נחום נ"ע6.
האיך האָב שוין באַ אַ געוויסער געלעגענהייט דערציילט בארוכה7 ווי אַזוי עס איז געקומען צו דעם אַז כבוד אמי זקנתי הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע האָט קובע געווען אַ זמן קבוע ווען איך פלעג קומען צו איר און זי האָט מיך מזכה געווען מיט סיפורים.
וג. איצטער וויל איך אייך מזכה זיין מיט אַ ליקוט וואָס איך האָב מלקט געווען פון מיינע פערשידענע ספרי הזכרונות, וואָס איך האָב געהערט איבער דעם ספר הספרים לקוטי אמרים — תניא.
זהצדיק נסתר הר"ר ברוך, אבי הוד כ"ק רבינו הזקן, ודודו הצדיק נסתר הר"ר יוסף יצחק האָבן לויט דער אזהרה פון מורם, מורנו הבעש"ט, פון אים בעהאַלטן דעם דרך החסידות און דרכי החסידות8, וואָס דאַן ביים אָנפאַנג איז געווען נאָר אַ קליינע צאָל מענטשן תלמידים, אויך בזמן מורנו הרה"ק המגיד ממעזריטש וואָס דאַן איז שוין געווען מפורסם דער דרך מורנו הבעש"ט צו מקרב זיין די פּראָסטע אידן, בעלי מלאכות און דאָרפסלייטגייער און מאַרק הענדלער, איז נאָך פונדעסטוועגן באַ אַ געוויסן טייל אידן תלמידי חכמים געווען די התבדלות שיטה פון די פּראָסטע מענטשן און בפרט אין די ווילנער קרייזען וואו עס זיינען געווען די ליטווישע גאונים און בראשם הגר"א נ"ע מווילנא דאָרט איז די התבדלות געווען מיט איר גאַנצער שאַרפקייט.
חדער רבי, זייענדיק אַ גאון עצום נאָך בנערותו, איז בבחרותו נאָך נתעלה געוואָרען בידיעת התורה, און בהיותו בן חי שנה איז ער געווען איינער פון די אָנגעזעהענסטע גאוני הזמן, און האָט מייסד געווען אַ קביעות לימוד מיט תלמידים בעלי חושים מופלגים.
טד. ע"י הוד כ"ק אביו הגאון הצדיק הר"ר ברוך ודודו הגאון הצדיק הר"ר יוסף יצחק האָט ער מכמה שנים געלערנט דעם ספר השל"ה9 און ספרי קבלה, און דאַן האָט ער געשריבן די תורות וואָס ער האָט געזאָגט פאַר זיינע תלמידים.
ידי תלמידים האָבן די תורות קורא בשם געווען "ספר של צדיקים"10. זייער דרך הלימוד און הנהגה איז געווען מבהיל ועל כולם זייער התבדלות פון די געוויינליכע מענשן, אפילו למדנים, איז געווען מיט אַ שטאַרק דיוק.
יאאין יענער צייט זיינען געווען מפורסם צוויי שטעט וואו מען לערונט תורה און עבודת הבורא ב"ה. אין ווילנא און סלוצק לערונט מען קענען לערנען און אין מעזריטש לערנט מען עבודת הבורא בדרכי החסידות11.
יבהוד כ"ק רבינו הזקן האָט דערציילט לנכדו הוד כ"ק הרה"ק צמח צדק דעם סדר פון זיין זיין אין ווילנא און זיין קומען אין מעזריטש און האָט מסיים געווען, אַז פאַר דער מסירה צו לימוד החסידות האָט ער זוכה געווען צו מגלה ומפרסם זיין דעם דרך פון עבודת החסידות.
יגה. בערך צוועלף יאָר האָט הוד כ"ק רבינו הזקן גערעט מאמרי חסידות מיט וועלכע ער האָט מלהיב געווען דעם עדת החסידים צו גלייך די פשוטע אידן אין זייער עבודה פון זאָגן תהלים מיט אַ התלהבות תשוקה צו תורה ומצות און יודעי תורה און גרויסע לומדים.
ידדי אַזוי גערופענע "חדרים" וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מייסד געווען12 האָבן בעזרת השי"ת שטאַרק מצליח געווען ווי עס ווערט וועגן דעם אויספירליך דערציילט אין פערשידענע ערטער אין יומן.
טואין יאָר תקנ"ב ווערט הוד כ"ק הרה"ק אדמו"ר האמצעי אַ בן שמונה עשרה שנה און אביו, הוד כ"ק רבינו הזקן, איז אים ממנה אויף דער השגחה און הדרכה פרטית פון די צעירים היושבים — די יונגע לייט זיצער — וואָס האָבן געהאַט אַ רשיון פון רבינו הזקן צו פאַרבלייבן אַ געוויסע צייט אין ליאָזנא צו שוקד זיין אין תורה ועבודה בדרכי החסידות13.
טזאין יענער צייט14 איז נתפרסם גע­וואָרען דער ספר "לקוטי אמרים תניא" אין פיעל העתקות בכתב.
יזו. ווען עס איז נתפרסם געוואָרען ברבים אַז הוד כ"ק רבינו הזקן האָט אַרויסגעגעבן אַ געשריבענעם ספר העבודה אין סדרי עצות והנהגה בעבודת התפלה והתשובה האָבן חסידים געזוכט צו האָבן אַ העתקה פון דעם ספר.
יחצוליב זהירות עס זאָל ניט פאַרגרייזט ווערן דער ספר מצד די איבערשרייבער האָבן עדת חסידי חב"ד ממנה געווען געוויסע מעתיקים — שרייבער — בר דעת'ן און מיט ריינע האַנטשריפטן אין די פאַלגענדע שטעטלעך, ליאַדי, האָראָ­דישטש, רודניא, ליובאַוויטש, דאברא­מיסליא, קאלישק, דובראָוונע.
יטאין אַלע חסידישע ישובים האָבן זיך געפונען הונדערטער חסידים אפילו פון צווישן די לא ידע מאי קאמר'ניקעס וואָס האָבן געזוכט צו האָבן באַ זיך אַ ספר לקוטי אמרים — תניא.
כאין אייניגע חדשים איז — דורך די פערשידענע ועידות הרבנים וועלכע זיינען פאָרגעקומען אין וויטעבסק, מינסק און אַנדערע שטעט פון ווייס רוסלאַנד און אוקראַינע — מפורסם גע­וואָרען אַז עס איז פאַראַן אַ געשרי­בענער ספר וואָס איז מבאר דעם דרך החסידות, און עס איז געוואָרן גאָר אַ גרויסע דרישה אויף דעם דאָזיקן ספר.
כאאזוי איז אין משך פון אַ פּאָר יאָר נתפשט געוואָרן דער ספר לקוטי אמרים תניא אויך אין אַנדערע מדינות ווי רומיניא, גאַליציע וכו'.
כבז. בשנת תקנ"ה14 האָט אַ געוויסע כנופיא מנגדי שטת החסידות ודרכי החסידים מעתיק געווען אייניגע שטעלן פון דעם ספר לקוטי אמרים תניא און זיי מזייף געווען אַריינשטעלענדיק ווערטער פון ספיקות און כפירה ר"ל און האָבן דאָס אונטערגעטראָגן דעם גאון אין ווילנא בכדי אַרויס צו באַקומען פון אים אַ פסק דין אַז מען זאָל דעם ספר פאַרברענען און די עדת החסידים רודף זיין אַלס אַ כת וואָס זיינען מנגד צו תורה ומצות.
כגבסלוצק הי' אחד הגאונים זקן מופלג כבן מאה שנה הגאון ר' תנחום פרוש שמו, ועוד בבחרותו הי' מפורסם בין העילוים דזמן ההוא, הוא הי' בן גילו של אביו זקנו של הגר"א אשר ברכו באריכות ימים והי' אחד מהמנגדים לצדיקים הנסתרים ורודפם בכל מיני רדיפות.
כדבקיבוץ הרבנים הגאונים בירידים דמינסק וסלוצק הי' הגאון ר' תנחום פרוש דורש בכל תוקף עוז על פי התורה כי יפרסמו חרם בנרות שחורים ובתקיעת שופר לא לבד על החסידים אלא גם כל איש ואשה בישראל אשר יחוננום או יקרבום יהיו בכלל החרם.
כהויצו את בנו הגאון הר' יעקב קלונימוס קלמן ואת הגאון ר' משה שמואל ואת הגאון ר' בצלאל עזריאל מסלוצק אשר הם ותלמידיהם יחרימו את כת הנסתרים והנמשכים אחריהם.
כוח. די כת המנגדים אין שקלאָוו, ובראשם הגאון הדרשן המפורסם העניו והצדיק תמים ר' פנחס — זעירא — בהגאון הדרשן ר' יהודה פרוש, והמוכיח המפורסם בתעניותיו משבת לשבת ר' טובי' קלמן פייווש פרוש, והמוכיח המפורסם ר' אברהם פרוש הציעו להדפיס ספר מוסר ביחוד להחליש כחו של הרב דחסידים.
כזהגאונים הנ"ל באו בדברים עם ר' ברוך שיק שהתלמד בבערלין ובפּאַריז15 אשר יחפש באוצרות הספרים דשם איזה כתב יד או ספר מוסר אשר ידבר בענין אמונה אהבת ה' ויראה ויהי' בלשון צח. ר"ב שיק חפש ומצא את הספר לקח טוב מר' אברהם יגל בר' חנני' ממונציליצי ממשפחת הגאליקי בדרך שואל ומשיב רב ותלמיד.
כחהגאון הר' יעקב קלונימוס קלמן הדפיס את הספר לקח טוב בשנת תקנ"ו ובראשו הסכמות הגאונים "חנוך הענוך במהור"ר שמואל שיק, צבי הירש בלא"א הרב מהד"ם ז"ל, פינחס בא"א כמהו"ר יהודא" (מ"מ דק' וילנא).
כטבשנה זו נתפרסם הלקח טוב ונתחלק אלפים אַקסמפּליארים חנם.
לט. בשנת תקנ"ד באו ממקומות הרבה מגאַליציען ומרומיניא שאלות שונות בתניא. ונמצא הסיבה שהיו טעויות בההעתקות, אח"כ נודע שהיו מזויפים כי המתנגדים בווילנא ובריסק העתיקוהו בכמה זיופים. גם החסידים ר' פנחס שיק16 וגיסו ר' בנימין קליעצקער17, בהיות' בהיריד בלייפציג18 בשנ' תקנ"ה מצאו, כי בעת היריד מפרסמים שם את המאמר תניא ונהנו במאד. ר' בנימין לקח מאמר אחד ומגודל הנאתו שילם במיטב וסיפר לגיסו ר"פ וגם הוא קנה ושילם במיטב. הם היו כבר בקיאים בהמאמר וכאשר קראו פה ושם מצאו נוסחאות שונות עד אשר נוכחו כי מזויף הוא בכוונה. ויחפשו ומצאו את האיש המוכר והתחפשו כי הם מן המנגדים ויספר להם סודו אשר הביא עמו כשש מאות מאמרים וכמאה וחמישים כבר מכר. ר"פ ור"ב קנו אצלו כל המאמרים19, ובבואם מלייפציג נתפרסם הדבר.
לאכשנה עברה עד אשר כ"ק אדמו"ר הסכים להדפיסו בתנאי: א) שיהי' עליו הסכמת הרי"ל כהן ורמ"ז מאַניפּאָלי. ב) בלי הזכרת שמו. ואז כתב ההקדמה אליכם אישים, ובסוף תקנ"ו הגיעו ההסכמות.
לבי. ספר של בינונים נדפס בפעם הראשונה (גמר ההדפסה כ' כסלו תקנ"ז) — ט"ו אלף. בשנת תקנ"ח — חמשה אלפים, ובשנת תקנ"ט — עשרים אלף. ומדי שנה נדפס מספר מסוים.