Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·Shabbos Chol HaMoed Sukkos 5708 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·שבת חול­המועד סוכות תש"ח בסעודה

אשבת חול­המועד סוכות תש"ח בסעודה
א. אחד מהמסובים שאל, האם צריכים להעמיד דבש על השולחן בש"ק חול­המועד סוכות.
בואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
גהאָניג איז אַ גוטע זאַך, נאָר מטביל זיין בדבש פלעגט מען נאָר די ערשטע טעג און הושענא רבה, אָבער חול המועד ניט, און שבת חול המועד אויך ניט1.
דב. מן הראוי אַז מען זאָל מאַכן אַ קונטרס פון הנהגת הרב2.
הג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז מצד בריאות געווען אַ מוגבל אין אכילה, האָט ער אויף דעם דואג געווען, ער איז אַ מיוחס, ער איז אַ שיינע זאַך, עס איז אַ כלי צו אמת'ע שיינקייט — דער גוף — מען פאַרשפילט זיך אין משל — עצמות דער­הערט זיך אין גשמיות.
וד. ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אַלץ מכוון. עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס ווייסן שולחן ערוך, קבלה, אָבער עס איז לא נגע; הוד כ"ק אאמו"ר איז געווען אַ מדוד.
זה. עס זיינען דאָ צוויי אופני הכנות, הכנת הצורה על החומר און הכנת החומר על הצורה; אין הכנת הצורה על החומר איז עכ"פ ווערט ער ניט נתעלה, און אין הכנת החומר על הצורה — דאָ דערהערט זיך די הפלאה.
חו. שבת און יו"ט זיינען צוויי מדריגות חלוקות הן בעצם ענינם והן במהותם.
טהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל גערעדט בארוכה אין אַ פאַרבריינגען בענין וואָס איז דער צירוף פון שבת­חול­המועד, ואמר על זה: אַז מען מאַכט פון חול — מועד, וואָס מועד איז ענינו יום קבוע; די נשמה איז דאָך אַראָפּ­געקומען מיט אַ שליחות, דאַרף מען מייקר זיין יעדע רגע. אַנדערע מאַכען פון מועד חול, און שבת איז מעלה דעם חול אין דעם מועד.
יז. מען דאַרף זיין ווי מען ווייס, און מען דאַרף ניט זיין ווי מען ווייס; מען ווייס דאָך דעם יע און דעם ניין. היינט איז דאָך אָבער זמן שמחתנו, בכלל דאַרף מען זיין בשמחה.
יאדער רבי האָט ניט געוואָלט אַז מען זאָל וויינען. אַמאָל איז געווען חודש אלול — אַ חושך, מען האָט זיך מפנה געווען פון די געשעפטן און מען האָט געטראַכט וועגן תיקון.
יבח. אַלטע חסידים פלעגן זאָגן: אַז מען זאָגט יוכ"פ על חטא איז נאָך ניט געענדיגט, נאָך יוכ"פ מאַכט מען אַ קנייטש; אַז עס קומט סוכות זאָגט ער צום נפש הבהמית: נו! וואָס, דו האָסט גענומען דעם גוף און הויבסט אָן צו קאָמאַנדאָווען, קריך אַריין אין סוכה און אַרבעט מיט די פיס, שמע"צ — דער­הערט מען שמחת תורה, איז דעמאָלסט דער בראשית אַ אַנדערער.
יגט. אַז די קאָפּ וואָלט פאַרשטאַנען און די האַרץ וואָלט פילען וואָס די מויל רעדט, וואָלט געווען אַנדערש.
ידי. נאָר באמת אַלץ טוט זיך אָפּ, נאָר עס פעלט די דאיאנקע (הכלי שמקבלים בו את החלב).
טויא. אחד הי' אברהם3, אברהם איז געווען אַ אחד'יגער4, און ער האָט עס מנחיל געווען צו אַלע אידן.
טזאַז דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש האָט ער אָנגעהויבען מקרב זיין אנשים פשוטים, וואָס דאָס איז געווען דער נייעס ביי חסידים פון פאַר מעזריטש ביז נאָך מעזריטש.
יזאַז דער רבי איז געקומען פון מעזריטש האָט ער געזאָגט קורצע תורות, אַ וואָרט — אַ תורה.
יחאיינע פון די קורצע תורות איז געווען5: אחד הי' אברהם, אַז אברהם איז געווען — אחד. איז דערפון געוואָרען אַ שטורעם.
יטמיין מלמד ר' ניסן6 האָט מיר אין די קינדער יאָהרען מבאר געווען וואָס דער טאַטע האָט גערעדט ביי אַ פאַרבריינגען:
כאחד הי' אברהם — אַז אפילו אין מצרים איז געווען קענטיג גייענדיג אין גאַס דער אחד הי' אברהם, עס איז געווען אַ שינוי אין אויר פון פאַרן גיין ביז נאָכ'ן גיין, און דאָס האָט אברהם מנחיל געווען לדורות.
כאיב. דרכי החסידות איז אַ נחלה בלי מצרים.