Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5708·Sichaספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ח·שיחה

אשיחה1
[קיץ תש"ח2]
בדער וואָס איז שוין אַמאָל געפאָרן איז ער דאָך אַ רגיל. ס'איז דאָ רגיל, און ס'איז דאָ זקן, וכלשון הידוע3 זקן ורגיל, עס קען זיין אַ רגיל און ער איז נישט קיין זקן, זקן זה שקנה חכמה4. אַ רגיל קען זיין אַז ער האָט געטאָן פעלערן און ווייס די פעלערן און טוט זיי ווייטער. דער ענין פון חכמה אָבער איז דאָך מבקר צו זיין זיך, און אַז מען געפינט אַ פעלער נישט צו טאָן אים מער. אַ זקן קען אויך זיין ער זאָל טאָן אַ פעלער, אָבער נאָכדעם ווי ער געפינט דעם פעלער טוט ער אים מער נישט.
גדער וואָס איז נישט קיין רגיל קען און דאַרף אָבער באַ אים זיין די מעלה אַז פעלערן וועלכע זיינען געטאָן געוואָרן, וועלן מער ניט געטאָן ווערן.
ד* * *
הדער רבי5 איז חלוק סיי אויף כמה מבעלי נגלה און סיי אויף כמה מבעלי קבלה מיט דעם סדר פון אָנהויבען מה טובו. דער רבי הויבט אָן מיט זיין אייגענעם סדר, אַ סדר ווי על פי נשמה, מיט דעם טוב, מה טובו אוהליך יעקב משכנותיך ישראל. יעקב איז יו"ד עקב6 אַז דער יו"ד זאָל זיך דערהערן אין דעם עקב. עס זאָל זיין אור יו"ד פון חכמה אויך אין עקב.
ומען דאַרף וויסן די שיינקייט פון אוהליך יעקב. מען דאַרף וויסן די טייערקייט פון יעדן אידן אויך פון אַ איש פשוט. די טייערקייט פון דעם דאַוונען און אַ פסוק תהלים פון אַ איש פשוט, וואָס אַז ער דאַווענט איז ער דאָך אַ לא ידע מאי קאמר און ווייס ניט דעם פשט אין דעם פסוק תהלים, אָבער דער קרעכץ, אַיי רבונו של עולם, וואָס עס קען אפילו זיין אַז דאָ איז נישט דער אָרט וואָס ס'איז צוגעפּאַסט אַ קרעכץ און עס קען גאָר זיין אַז עס איז אַ ענין וואו עס דאַרף זיין שמחה, אָבער זיין אויסגעשריי אַיי רבונו של עולם איז אַ האַרציקער. וכידוע המעשה פון בעש"ט7.
ז* * *
חמען דאַרף מייקר זיין אַ פשוטן אידן, אַ פשוטע אידענע, אַ אידיש­קינד, אָבער אָפּשטעלן זיך דערביי און מסתפק זיין זיך דערמיט דאַרף מען נישט. מען דאַרף וויסן דעם משכנותיך ישראל8, אַ משכן פאַר תורה. אַ בן­תורה קען דאָך אויך זיין אַז ער טוט אַ פעלער, אָבער אַ בן­תורה איז דאָך אַ יודע, איז אַז ער דערזעט דעם פעלער, פאַריכט ער אים.
ט* * *
ימען דאַרף מעורר זיין. מען דאַרף רעדן צום טאַטן, צו דער מאַמען וכו'. מען דאַרף רעדן מיט אַ קירוב, אָבער עס דאַרף אויך זיין אַ תוקף אין דעם רעדן, אַ שטעל. תפארת איז דאָך התכללות פון עניני חסד און גבורה: עס איז טאַקע גוט, אָבער עס קען זיין בעסער, און דעם בעסער דאַרף מען מאָנען מיט אַ תוקף.
יאמען דאַרף אויך אַמאָל אַ רייב טאָן, טאַקע ניט מיט כעס, אָבער אַ רייב טאָן עס זאָל אַראָפּ די חלודה, די זשאַווער. וואָס אַז עס גייט אַראָפּ די חלודה, זעט מען דעם פנימי, און דער פנימי פון אַ אידן איז גוט. מען דאַרף מעורר זיין אויף לערנען. אויך מחנך זיין די קינדער. מאָנען אַז מען דאַרף זיין העכער, מען דאַרף זיך ניט מסתפק זיין מיט תהלים, נאָר הערן עין­יעקב, משניות. ניט מסתפק זיין זיך מיט משניות אַליין, נאָר הערן אַ בלאַט גמרא, אַ פרק תניא אַ סעיף לקוטי תורה, אַ סיפור המעשה פון צדיקים.
יבמען דאַרף טאָן בהשתדלות יתרה אין דער הפצה פון ספרי לימוד און ספרי קריאה וואָס זיינען על טהרת הקדש. וואָס דאָ איז צוויי תועלת'ן: א) מען איז מכניס אור. ב) מען איז דוחה את החושך, דעם חושך פון די ספרים שלעומת זה, און דעם חושך פון עם­הארצות. און אפילו מעט אור איז אויך דוחה הרבה חושך9.
יג* * *
ידדי רייד וואָס מען רעדט צו יענעם, דאַרף פועל זיין אויף זיך, אַז דער מאנטאָג זאָל זיין בעסער ווי דער זונטאָג, און דער דינסטאָג בעסער ווי דער מאנטאָג.
טו* * *
טזדער אויבערשטער זאָל אייך מצליח זיין, זייט געזונט און קומט געזונט און האָט אַ הצלחה אין דער אַרבעט10.
יזדער אויבערשטער זאָל אייך מצליח זיין אין אַלץ וואָס איר דאַרפט בכלל און וואָס יעדער דאַרף בפרט.