Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5708· Sichos of Passoverספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ח· שיחות חג הפסח
אשיחות חג הפסח
סדר הראשון של חג הפסח תש"ח
א. דער יאָהר תרמ"ט איז געווען אַ שנה מעוברת, וואָס דאַן איז דער טאָג פסח צייט לענגער ווי אין אַ שנה פשוטה; דער זמן פון אויפשטיין ערב פסח אין ליובאַוויטש איז געווען 5 אַזייגער1, און אין אַ שנה מעוברת 4 אַזייגער אין דערפרי.
סדר הראשון של חג הפסח תש"ח
א. דער יאָהר תרמ"ט איז געווען אַ שנה מעוברת, וואָס דאַן איז דער טאָג פסח צייט לענגער ווי אין אַ שנה פשוטה; דער זמן פון אויפשטיין ערב פסח אין ליובאַוויטש איז געווען 5 אַזייגער1, און אין אַ שנה מעוברת 4 אַזייגער אין דערפרי.
בדי הנהגה פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין אַלע זמני השנה, בחול, שבת, ר"ח ומועדים איז געווען אַלעס מסודר אין הגבלות זמן בדיוק אַלעמאָל גלייך.
גערב פסח איז אַלץ וואָס מען האָט געטאָן געווען מיט אַ מיושב'דיקע געאַיילקייט, נאָר דאָס איז אַלץ געווען ביז מען האָט אָנגעהויבען זאָגען די הגדה ביים סדר, נאָכדעם האָט מען שוין ניט געאַיילט, אָבער מען האָט אויך ניט מאריך געווען. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט ביים סדר דערציילען אַ סיפור פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק', רובא דרובא אַזאַ סיפור אין וועלכען עס זיינען אויך דערמאָנט געוואָרען רבותינו הבעש"ט, הרב המגיד ממעזריטש און אבותינו רבותינו הק' די נשיאי חב"ד לדורותיהם.
דב. הוד כ"ק רבינו הזקן איידער ער איז געפאָרען אין מעזריטש פלעגט ער ערב פסח אויפשטיין פאַרטאָג, און אַ גאַנצען טאָג זייער איילען בכדי צו עסען דעם אפיקומן פאַר חצות, נאָכדעם ווי הוד כ"ק רבינו הזקן איז געקומען פון מעזריטש*1 פלעגט ער אויך אויפשטיין ערב פסח פאַרטאָג, נאָר ניט אַיילען.
הדער מעזריטשער מגיד האָט בשליחות און בשמו הקדוש פון מורנו הבעש"ט געבענטשט הוד כ"ק רבינו הזקן, צו זיין אַ בעל הבית אויפ'ן זמן.
וזיין אַ בעל הזמן — קענען היטען דעם זמן און אויסניצען אים הכל בעתו, נאָר אויף דעם ראוי, אויף דעם וואָס מען בעדאַרף בכלל און עניני עבודה בפרט — איז לבד זאת וואָס דאָס איז ממלא די שליחות הנשמה אין איר ירידה למטה עפ"י הכוונה העליונה, מאַכט דאָס זיס דעם לעבען.
זג. אחד חכם וכו' ואחד שאינו יודע לשאול.
חאַלע זיינען דרגות אין אחד, אפילו דער שאינו יודע לשאול, איז אויך אַ דרגא אין אחד2.
טד. (אחר אמירת שפוך חמתך אמר:)
יאלי' הנביא איז דאָך אַ שליח צו אָנזאָגען אידען וועגען ביאת המשיח3, איז זאָל ער טאַקע קומען בגלוי און זאָגען ווען משיח קומט; דער גלות איז שוין דערעסען4 סיי ביי דעם אויבערשטען, און סיי ביי אידען5.
יאדער אויבערשטער וויל, בהגאולה שלימה, און אידען ווילען, היינט ווער איז מעכב?
יבה. לשנה הבאה בירושלים.
יגמען האָט שוין אַמאָל געזאָגט6 אַז לשנה הבאה מיינט ניט וואַרטען ביז איבער אַ יאָר; נאָר די כוונה איז, אַז משיח זאָל קומען גלייך און פירען די אידען קיין ארץ ישראל באַלד, איז איבער אַ יאָר וועט מען ממילא זיין אין ירושלים.
ידו. אַה! דער אויבערשטער וויל, די אידען ווילען, איז ווער איז מעכב? נאָר באמת דער אמת'ער עיכוב וואָס איז מפסיק איז, דער עפ"י הטבע. לא בחיל ולא בכח7, מיינט מען ניט דוקא דער חייל און דער כח גשמי נאָר אפילו אין רוחניות.
טומנהגי הסדר:
טזא) אכילת האפיקומן בלילה הראשון, קודם חצות.
יזב) ברכת הזימון ע"י כ"ק אדמו"ר שליט"א.
יחג) מילוי כוס אלי', אחר ברהמ"ז8 ע"י כ"ק אדמו"ר שליט"א בעצמו.
יטד) לפתיחת הדלת לאלי' הנביא הולכין לקראתו, כשחל בחול, עם מנורה של כבוד אמו זקנתו של כ"ק אדמו"ר שליט"א, הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע זי"ע.
כה) קודם אמירת שפוך חמתך פותחים כל הדלתות, מן החדר שעורכים בו הסדר עד הדלת האחרונה שלחוץ ועד בכלל, ואומרים שפוך חמתך וכו' שמי ה'. מחכים עד שיחזרו שלוחי פתיחת הדלת להשולחן ואח"כ חוזרים לסדר ההגדה9.
כאו) אומרים ברכה אחרונה ומסיימים: לשנה הבאה בירושלים.
כבז) בעת שכ"ק אדמו"ר שליט"א מחזיר שיורי הכוס של אלי' הנביא להבקבוק של יי"ג מנגנים כל הנוכחים הניגון המקובל שחיברו הוד כ"ק רבינו הזקן באמרו הפסוק: אלי אתה ואודך, אלקי ארוממך10.
כגיום שבת קודש א' דחג הפסח תש"ח בסעודה
א. אַ חסידות חב"ד התועדות, הן אין די ימי שבת ומועדי השנה הכלליים, והן בימי מועדי התועדות חסידי חב"ד הפרטיים, בעדאַרף מען אָנהויבן, הן אַ סיפור און הן אַ ניגון, מיט דעם לשון הרב.
א. אַ חסידות חב"ד התועדות, הן אין די ימי שבת ומועדי השנה הכלליים, והן בימי מועדי התועדות חסידי חב"ד הפרטיים, בעדאַרף מען אָנהויבן, הן אַ סיפור און הן אַ ניגון, מיט דעם לשון הרב.
כדב. הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' לדורותיהם האָבן געבענטשט דעם קהל עדת החסידים, אַז בכל מקום ובכל זמן ווען חסידים וועלן: א) לערנען אַ מאמר חסידות, ב) דערציילען אַ שיחה וואָס זיי אַליין האָבען זוכה געווען צו הערען, אָדער זיי האָבען מקבל געווען בשם הוד כ"ק רבותינו הקדושים, ג) זינגען איינעם פון די עשרה ניגונים ותנועות וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מייסד געווען, אויך די ניגונים וואָס הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' כל אחד ואחד בזמנו איז געווען רגיל צו זינגען — איז דאָס דער זמן וואָס דער בעל השמועה, דער רבי פון וועמען מען זאָגט איבער, עומד לפניו1.
כהג. עס איז אַ עונג נפשי, און אַ געוויסע תועלת אין דער עבודה, וואָס מלמעלה האָט מען אַרויפגעלייגט און איבערגעגעבען דער נשמה אויף דורכצופירען די כוונת הבורא ב"ה אין דער בריאה.
כוד. בכל דור ודור האָבען זיך און זיינען זיך חסידים מתייחס צו הוד כ"ק רבנו הזקן, אָבער די ווענדונג איז געווען דורך דעם רבי'ן וואָס עס איז געווען בדורם.
כזמיר אַלע עלטערע חסידי ותלמידי חב"ד זיינען זיך מתייחס צו דעם דור החסידים וואָס זיינען תלמידי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — איז אונזער לשון הרב אין די אַלע דריי אויבענדערמאָנטע ענינים, הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. בעדאַרף מען איצטער זינגען דער ניגון וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען רגיל צו זינגען. וניגנו הניגון הידוע בשם: "דער ראַסטאָווער ניגון"2, המיוחס לכ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע שהי' רגיל לנגנו תמיד.
כחה. אח"כ אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן את הניגון הידוע בשם "דער בינוני"3, ולא יכלו המסובים לזכור על התחלת הניגון, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
כטאַז מען לערענט ניט קיין חסידות, אָדער אַז מען לערנט מיט אייגענע המצאה ביאורים און מען איז זיך ניט עוסק אין דער עבודה פון בירור ותיקון המדות איז שווער און באמת אוממעגליך צו זיין אַ בינוני4, אָבער זינגען דעם "בינוני" דאַרף ניט זיין שווער.
לו. איך וועל אייך איבערזאָגען אַ שמועס וואָס איך האָב געהערט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין מיינע קינדער יאָרען, וואָס מצד שנותי בין איך נאָך ניט געווען בערך צו פאַרשטיין דעם תוכן הענין, נאָר איך האָב שוין געהאַט אַ דורכגעלעכערטע אויער, ניט קיין אוזן סתומה, נאָר אַ אוזן פתוחה, איך האָב געוואוסט אַז מען דאַרף הערען, און אויב מען פאַרשטייט נאָך ניט יעצט, וועט מען עס שפּעטער פאַרשטיין.
לאהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט: דער רבי — הוד כ"ק רבינו הזקן — האָט איינגעשטעלט חסידות בדוגמא של מעלה, ד' תיקוני שכינתא5.
לבשאלה: מהו ענין של ד' תיקוני שכינתא6 בתורת החסידות?
לגתשובה: די ערשטע מדריגה איז תורה, תורת החסידות. די צווייטע מדריגה איז עבודה, עבודת החסידות, אַז דאָס וואָס מען האָט געלערנט זאָל מען דאָס דערהערן. מדריגה הג' איז דער הודו לה', מען מיינט ניט די הודאה פון מודה אני, וואָרום פריער פאַרן דאַוונען זאָגט מען דאָך מה טובו, דעם סיפור פון אברהם און די עקדה, קרבנות און איזהו, וואָס איזהו איז בחי' נשמה, וואָס דאָס איז דאָך ניט גלאַט "געלאפאטשעט" — איז דערנאָך קומט ער צו, צו הודו לה'. און דאַן קומט די עבודת התפלה.
לדז. (אחד מזקני אנ"ש אמר שהועילה לו עבודת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בגשמיות וברוחניות, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) פאַרלאָזען זיך אויף דער עבודה פון רבי'ן איז אַ פּוילישער דרך7. עס איז געוויס איינע פון די דרכי הקדש, וואָס תלמידי מורנו הבעש"ט האָבן מסדר געווען בדורותיהם לבניהם ותלמידיהם הנמשכים והולכים באורחות חייהם.
לההוד כ"ק רבנו הזקן האָט פותח געווען דעם דרך החב"ד, אַז יעדער איינער בעדאַרף אַליין טאָן, ניט פאַרלאָזען זיך אויף דעם רבי'ן אַז דער רבי וועט אַלעס טאָן און די חסידים בעדאַרפן זיין נאָר נמשכים אחריו און נהנים לאורו דורך אַ סיפור אָדער אַ ניגון מיט אַ ריקוד.
לודער דרך החב"ד איז אַז יעדער איינער זאָל אַליין טאָן אין אַלע עניני עבודה, יעדער איינער כפי מעלת חושיו ומדריגת מדותיו. עס קען אַמאָל טרעפן אַז באמת האָט מען אַ המשכה עצמית נאָר עס איז זייער מוסתר ונעלם, אַז אין די כחות הגלוים איז דאָס זייער בעהאַלטן, דאַרף מען בעטען דעם אויבערשטען אַז מען זאָל דאָס דערהערן.
לזח. החסיד ר' מיכאל דוואָרקין שי'8 ניגן הניגון הידוע של ר' מיכל'ע זלאָטשעווער9, וסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַמאָל האָט ר' מיכאל שי' דוואָרקין געזונגען ר' מיכל זלאָטשעווער'ס ניגון פאַר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק10, האָט ער געזאָגט אַז ער האָט הנאה געהאַט פון דעם ניגון, אין דעם ניגון הערט זיך בעל שם.
לחט. (נמשך הדיבור אודות ההנהגה בבית רבי בעת שדרו בראָסטאָוו, וסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אַמאָל פאַר פסח איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינגעגאַנגען אין חדר וואו מען האָט גע'כשר'ט די כלים אויף פסח, מען האָט גע'כשר'ט די פסח'דיגע כלים אויך. בשעת דעם כשר'ן האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַכטונג געגעבען אויף דעם סדר ואופן ההגעלה.
לטבעת מען האָט גע'כשר'ט דעם סאַמאַוואַר האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינגעוואָרפען עטליכע אָנגעגליטע שטיינער אין די וואַסער, אַז עס זאָל זיצען, און געעפענט דעם קראַן (ברזא) פון וואַנען עס גייט אַרויס די וואַסער; האָט זיך די הייסע זודיגע וואַסער אַ גאָס גיטאָן אויפן האַנד פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק11. ר' מיכאל שי' וועלכער איז דערביי געשטאַנען האָט אַ געשריי געטאָן: אַיי רבי! איר בריהט זיך די פינגער.
מהאָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט מיט זיין הייליגען פנים צהובות: די פינגער זיינען דען ניט קיין חסידישע? אַ חסיד סיי עס איז קאַלט, סיי עס איז הייס12, דאַרף אים ניט אָפּהאַלטען פון דעם וואָס מען בעדאַרף.
מאכ"ק אדמו"ר שליט"א פנה להחסיד ר' מיכאל דוואָרקין שי' ואמר: איך בין דיר זייער און זייער מחזיק טובה, אַז מען געדיינקט אַזאַ וואָרט און מען רעדט אים איבער מיט דעם הרגש פנימי ווי בעת מען האָט אים געהערט, בריינגט דאָס אַ געוויסען רוח טהרה און אור בהיר ומבהיק לדורי דורות.
מבי. החסיד רמ"ד שי' סיפר אודות סגנון הלשון שאמר פעם הוד כ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע באחד המאמרים "כי עיקר ענין התפלה הוא בהתלהבות לבו והסתלקות נפשו להכלל ולהדבק באין סוף". וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א: הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אמר13 שבלשון הזה שמע מאביו הוד כ"ק אדמו"ר מהר"ש ששמע מאביו הוד כ"ק הצ"צ, ששמע מזקנו הוד כ"ק רבנו הזקן ששמע מהמגיד ממעזריטש ששמע מהבעש"ט שקיבל בהיכל המשיח.
מגהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דערציילט, אַז דער מאמר איז איינער פון די מאמרים וואָס דער מיטעלער רבי, הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי, מיט הוד כ"ק אדמו"ר הצ"צ האָבן געהערט צוזאַמען פון הוד כ"ק רבנו הזקן.
מדיא. עס איז אין פערשידענע זמני התועדות אַרומגערעדט געוואָרן באריכות ההסבר דער אונטערשייד פון דער הנהגה אין דער עבודה פון די צדיקים הנסתרים, וואָס זיינען געווען קודם התגלות מורנו הבעש"ט, און דער דרך און סדר הנהגת הצדיקים פון די תלמידי מורנו הבעש"ט און די חסידי מורנו הבעש"ט, די בעלי עסקים און דאָרפס גייער און אנשים פשוטים.
מהדי עבודת הצדיקים הנסתרים פאַרן הבעש"ט, איז געווען בעיקר צו זען אין יעדער ענין פון תורה תפלה און קיום המצות, דעם חסרון עצמו, דעם אייגענעם חסרון, מוסר'ן זיך אַליין14, מבזה זיין זיך מיט די נידעריגסטע שאַנד נעמען, ווי רשע אפיקורוס וכדומה.
מוזייער שיטה אין עבודת השם איז געווען אויף מגדיל זיין דעם לא טוב און מקטין זיין דעם טוב, און אַזוי אַרום מאַכען זיך שטייגען אין מעלות עבודת השם ית'.
מזווען עס איז געקומען דער גליקליכער זמן הקדוש והבהיר פון דעם התגלות הבעש"ט15, עפ"י הוראת מורו הבעל ח"י — חי' יחידה16 — איז מורנו הבעש"ט געווען דער ערשטער וואָס האָט אָנגעהויבען מקרב זיין די פשוטע אידישע בעלי מלאכות, מאַרק מענטשען און דאָרפס הענדלער17. זאָגענדיק: אַז דער וועלכער שטייט אין אַ מצב פון די נידעריגסטע דרגות פון כחות הגלוים, בעדאַרף מען אין אים זען די מעלה עצמית פון יחידה ליחדך18; און וואו אַ איד גייט און שטייט איז ער משלים די כוונת המאציל ב"ה אין דער בריאה, און אַז די המשכת החיות אין אַלע עולמות און די עליית העצמות איז תלוי אין דער עבודה שלמטה.
מחדי תמימות פון אנשים פשוטים וועלכע דינען דעם אויבערשטען מצד אמונה פשוטה, איז די עבודה מגיע ועולה אין עצמות אין סוף הפשוט בתכלית הפשיטות19.
מטסדר השני של חג הפסח תש"ח
א. הא לחמא עניא.
א. הא לחמא עניא.
נה"א, אין ספירות איז ספירת הבינה1. בינה איז השגה, וואָס ער פאַרשטייט דעם ענין, וואָס ער איז משיג בהבנה טובה; איז פאַרוואָס איז ה"א אַ לחמא עניא? נאָר דער תירוץ איז מיני' ובי': עס איז טאַקע לחמא עניא, ווייל השגה איז דאָך נאָר אין דעם וואָס מ'קען פאַרשטיין, דער תכלית הכוונה איז דאָך אָבער צוצוקומען צו למעלה מההשגה.
נאאון דאָס איז דער ביאור וואָס ער זאָגט ווייטער: די, דאָס מיינט מקשר זיין השגה, לחם עוני, צו דעם יו"ד; וואָס יו"ד ה"א, יו"ד איז חכמה, ה"א איז בינה.
נבאכלו אבהתנא בארעא דמצרים — אכלו מלשון כליון, הפי' אַז דורך דעם זיינען זיי מכלה דעם ארעא דמצרים. דער כללות ענין פון שעבוד הגלות איז דאָך וואָס מען פאַרלאָזט זיך נאָר אויף פאַרשטאַנד, אָבער דורך דעם חיבור פון השגה צו למעלה מן השגה, איז מען מכלה דעם ענין הגלות.
נגוואס ווערט דערפון? איז דער ענטפער: דערפון ווערט, אַז כל דכפין ייתי וייכול, אַז דער וואָס איז הונגעריק צו אלקות, ייתי — קומט ער צו, צו כלות הנפש, וייכול מלשון כלות. כל דצריך ייתי ויפסח, כל דצריך — דעם מילוי פון די שליחות פון זיין ירידת נשמתו למטה, ייתי ויפסח — שפּרינגט ער איבער אויף די ענינים הגשמיים.
נדהשתא הכא לשנה הבאה בארעא דישראל, וואָס דעמאָלסט וועט מען דאָ דערהערען די מעלה פון ארעא דישראל; וואָרום ארץ ישראל איז דאָך אויך אין עולם הגשמי, וועט מען דערהערען די מעלה דערפון.
נההשתא עבדין — די עבודה בבחינת עבודת עבד; וועט מען דעמאָלסט צוקומען אַז לשנה הבאה בני חורין, דאָס מיינט אַז מען וועט זיין בני חורין פון די עבודה באופן קבלת עול, נאָר מען וועט האָבען אַ געשמאַק אין די עבודה.
נוב. מען האָט שוין אַמאָל דערציילט2 וועגען איינעם פון די שפּאַצירגענג וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געגאַנגען מיט מיר אין אָווענד, אין רוסטובדאַן, און האָט זיך אָפּגעשטעלט ביי אַ פענסטער פון אַ גרויסען געשעפט וואו מען פאַרקויפט פאַרשידענע מאַשינען. אַוועקגייענדיק פון דעם פענסטער זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: דער מאור השכלה פון חסידות דאַרף און קען יעדער זאַך געברויכען אין עבודה.
נזג. אין די דרכי החסידים אין עניני עבודה עפ"י דרך החסידות איז פאַראַן ד' ענינים: א) דער לימוד החסידות פאַר'ן דאַוונען, ב) הכנה צו דעם דאַוונען, ג) די התבוננות בתוך התפלה, ד) דער פירוש המלות; אָבער נאָך אַלעם דעם איז דער עיקר, אַז מען דאַרף טאַקע זאָגן די ווערטער מיט אַ חיות.
נחוהתחיל לומר הפיסקא: הא לחמא עניא.
נטד. מה נשתנה.
סיעצט דאַרף מען זיך נעמען צו מ"ה. עס איז געווען דפוסים אין וועלכע עס איז ניט געשטאַנען אין דער הגדה אין די הקדמה צו מה נשתנה, דער וואָרט "נש תנה", נאָר "כאן הבן שואל מה"; דאָ איז דער נוסח "הבן שואל מה נשתנה", איז דער פירוש אין דעם, אַז דורך דעם שאלת הבן ווערט דער מ"ה אַ נשתנה'דיגער3.
סאאחר אמירת מה נשתנה אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: זיכער געדיינקט מען דאָך וואָס מען האָט גערעדט אין דעם פירוש פון די ד' קושיות.
סבה. מצוה עלינו לספר ביציאת מצרים — בקמץ, וכל המרבה לספר ביציאת מצרים — בפתח.
סגאַמאָל האָבען מיר געהערט: קמץ איז דער ענין פון קמיצה ע"ד קמיצת השפתים, וואָס דאָס איז דער ענין פון חכמה, אַ ריבוי ווערט נקמץ אין אַ מיעוט. פתח איז מלשון פתוחה, אַ ריבוי; איז די כוונה אין דעם אַז די עבודה במדריגת הקמץ, וואָס דאָס איז חכמה, זאָל קומען לידי פועל, און דעמאָלסט וועט זיין פתח — אַז פון ווייניג וועט ווערען אַ פולע4.
סדו. מעשה ברבי אליעזר וכו' ורבי טרפון.
סהאַ שיינע פיינע חברותא5, אָט די רביים און זייערע תלמידים; וואָס האָבען זיך דאַן צוזאַמען געטראָפען אין בני ברק און האָבען אַ גאַנצע נאַכט אַרומגערעדט דעם ענין פון גלות מצרים און די כוונה פון יציאת מצרים.
סואיצטער ווען מיר זאָגען די פיסקא און דערמאָנען דעם סיפור, איז הגם זייערע נשמות שטייען שוין אַזוי לאַנג בעולם העליון און זיינען עולה בעילוי אחר עילוי "וקדושים בכל יום יהללוך"6, הערן זיי ווי מיר דערמאָנען זיי דאָ, און האָבן דערפון אַ תענוג, און עס ווערט אין זיי אַ התחדשות, ניט נאָר אין די מדריגת נשמה וואָס איז זיך מתלבש בגוף, נאָר אויך אין די מדריגת יחידה שבנפש וואָס שטייט אין עלי' אחר עלי'7.
סזמען איז צופיל פאַר'עולם'ט. עולם איז דאָך העלם8, מען איז שטאַרק פאַר'העלם'ט אין דעם העלם פון גשמיות און אַמאָל אויך פון חומריות העולם, אַז מען פילט ניט וואו און וואָס פאַר אַ עולם און אין וואָס פאַר אַ היכלות מען קלאַפּט אָן.
סחדי אַלע העלמות זיינען אין די מדריגות נר"ן פון דער נשמה, אָבער די מדרי' חי' יחידה אין נשמה ווייסען, און לפעמים מאַכן זיי פילען אויך די איבעריגע מדריגות אין נשמה.
סטז. אבותיכם מעולם.
עהאָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק געטייטשט, ליל ב' דחגה"פ תרמ"ח, דער וועלט'יגער טאַטע:
עאבאַ אברהם אבינו איז אויך געווען אַ וועלט'יגער טאַטע און דאָס איז "תרח", ער איז געווען אַ גרויסער מענטש, פאַרנומען אַ מיניסטאָרן אַמט9 און פונדעסטוועגען געבליבען אַ תרח.
עב— אבותיכם מעולם תרח אבי אברהם — האָבן אַ זוהן אַן אברהם און אַליין בלייבען אַ תרח10, דאָס קען זיין נאָר אַ וועלט'יגער טאַטע, אַ תורה טאַטע איז ניט קיין תרח.
עגווען מען האָט אויף מאָרגען איבער דערציילט דעם וואָרט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין מנין — בהמ"ד, זיינען געווען אַזעלכע וועלכע האָבען ניט געוואָלט מקבל זיין דעם שאַרפען וואָרט. נאָכדעם, אַז מען האָט דאָס איבערגעגעבען צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט ער געזאָגט: וואָס קען מען טאָן, פון דעם אמת קען מען ניט אַוועקגיין.
עדח. הר שעיר לרשת אותו.
עהמען האָט שוין אַמאָל גערעדט אין דעם11, אַז לרשת אותו איז די כוונה אַז הר שעיר ירש'נט עשו'ן. — ויעקב ובניו ירדו מצרים — אויף מאַכען מצרים, וואָס מצרים איז מיצר וגבול12, ווי עס בעדאַרף צו זיין.
עוט. צריך להגביה הכוס ולכסות הפת כן כתב האר"י ז"ל.
עזמען דאַרף פאַרשטעהן וואָס דער רבי כ"ק אדמו"ר הזקן זאָגט דאָ "כן כתב האר"י ז"ל", ער איז דאָך געווען אַליין אַ פוסק, ער האָט דאָך אויף זיך אַליין געשטעלט.
עחנאר דער ענין איז: כוס איז בגימטריא אלקים13; ה"כוס", איז די המשכה וואָס ווערט נמשך אין שם אלקים, אויף ממתיק זיין דעם שם אלקים. ולכסות הפת, מיינט, אַז מען זאָל ניט זעהן די חומריות שבהגשם, וועט דעמאָלסט נתגלה ווערן די מעלה פון גשמיות; וואָס דעם כח אויף מגלה זיין די מעלה פון גשם האָט געגעבען דער האר"י ז"ל. חומריות וואָס מען רעדט דאָ איז ניט מלשון חומר וצורה, נאָר מען מיינט חומריות שבגשמיות.
עטי. כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש לנגן את הניגון של החסיד ר' אשר מניקאָלאַייעוו14, וסיפר:
פדער מקור פון דעם ניגון איז15, וואָס אַמאָל16 האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ג מודיע געווען להחסיד ר' אשר מניקאָלאַייעוו, אַז ער זאָל מיר בעגלייטען אויף מיין נסיעה צו די חתונה פון מחו' ר' שלמה שי' האָרינשטיין17. נאָך דער חתונה בין איך געפאָרען לחותני — כ"ק הרה"ח מוהר"א18 — אין קעשענוב19. איך האָב זיך דאַן אויפגעזעצט אין די שטאָט קאַמינקא אויף די שיף — וואָס האָט געהערט צו החסיד ר' משה ליב שוואלבין פון ניקאָלאַייעוו — און החסיד ר' אשר האָט מיר בעגלייט ביז'ן שיף. האָט ער דאַן געזונגען אָט דעם ניגון וואָס ער האָט עם גיהערט אויף דער חתונה פון רש"ה. ר' אשר איז פון דאָרט אָפּגעפאָרען צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וועלכער איז דאַן געווען אין אויסלאַנד אין באָד וועריסהאָפען אין בייערען דייטשלאַנד, איבערגעבען אַז ער האָט אויסגעפירט די שליחות; ר' אשר האָט דאַן דערציילט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַלע פרטים פון די חתונה: וועלכער מאמר מען האָט געחזר'ט, וועלכע ניגונים מען האָט געזונגען, און אויך איבערגעזונגען דעם ניגון מיט וועלכען ער האָט מיר באַגלייט אויפ'ן שיף.
פאהאָט דאַן הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: אָט דאָס איז אַ חסידישער מסירת נפש, אָפּלאָזען אַלע ענינים און ממלא זיין דעם ציווי פון דבר השליחות. דעמאָלסט האָט אויך הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט פאַר ר' אשר'ן אַ מאמר חסידות ביחוד20.
פביא. מען האָט אַמאָל גערעדט אַז עס זיינען דאָ ד' מדריגות אין ניגונים. דער ניגון פון ר' אשר ניקאָלאַייעווער איז פון די דרגא הד'. דאָס איז ניט פון די ניגונים מיוחסים, וואָס איז מיוחס צו אַ רבי'ן, נאָר דאָס איז אַ ניגון וואָס איז בא מן החוץ, וואָס דאָס איז דער ענין פון עשי', וואָס עשי' דערלאַנגט לעילא21, העכער פון אַלע עולמות.
פגיום ב' דחג הפסח תש"ח בסעודה
א. החסיד ר' אבא פערסאָן נ"ע1 איז געווען אַ איידעם פון אַ אייניקל2 פון החסיד הנודע הר' זאב וואָלף נ"ע ווילענקער3 — דער ברודער פון החסיד המשכיל ר' משה נ"ע ווילענקער3 — וועמען הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מפליא געווען זיין גרויסע מעלה אין עבודה און אין אַ התקשרות פנימי צו תורה ועבודה; באַ החסיד ר' זאב וואָלף איז אַ ליכטיגע קאָפּ און אַ וואַרעמע האַרץ, זיין עבודה איז בדרך ביטול המרכבה אל הרוכב.
א. החסיד ר' אבא פערסאָן נ"ע1 איז געווען אַ איידעם פון אַ אייניקל2 פון החסיד הנודע הר' זאב וואָלף נ"ע ווילענקער3 — דער ברודער פון החסיד המשכיל ר' משה נ"ע ווילענקער3 — וועמען הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מפליא געווען זיין גרויסע מעלה אין עבודה און אין אַ התקשרות פנימי צו תורה ועבודה; באַ החסיד ר' זאב וואָלף איז אַ ליכטיגע קאָפּ און אַ וואַרעמע האַרץ, זיין עבודה איז בדרך ביטול המרכבה אל הרוכב.
פדהוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש זאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בשם אביו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק צמח צדק:
פהדער זיידע הוד כ"ק רבינו הזקן, רופט את החסיד ר' משה: מיין משה, ער איז מיינער, איך בין זיינער. הרבה קבלתי מרבותי4, רבינו הבעש"ט, רבינו הרב המגיד, רבינו הר"א המלאך5, הרבה קבלתי מחברי, הרה"ק ר' יעקב יוסף6, הרה"ק הר' [...]7, ומתלמידי ר' משה יותר מכולם.
פוב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק רופט את החסיד ר' אבא נ"ע פערסאָן "דער בעל השמועה"; באַ איהם — הר"א — איז יעדער סיפור וואָס ער האָט מקבל געווען אַ מדויק און אַ מסודר. און איידער ער הויבט אָן דערצעהלען אַ סיפור איז ער מבאר דעם זמן און די אומשטענדען ווען עס האָט פּאַסירט און ווי די אַלע אָנוועזענדע האָבען רעאַגירט אויף דעם, וואָס דאָס אַלץ איז גורם, אַז דער סיפור קומט אַרויס אין אַ לעבעדיגע בילד.
פזג. דער מדובר איז געווען אַז היינט זאָל מען יוצא זיין מיט מחשבה8, און איך וועל אי"ה איבערגעבען וואָס איך וויל זאָגן בכתב. וציוה לנגן.
פחד. בסיום הסעודה אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: הגם מען האָט געזאָגט אַז היינט וועט מען יוצא זיין מיט מחשבה, פונדעסטוועגען וויל איך אייך איבערזאָגען אַ אַלטען וואָרט.
פטדאָס איז איינע פון די ווערטער שליחות, וואָס דער בעש"ט האָט געהייסען דעם מעזריטשער מגיד איבערגעבען צו הוד כ"ק רבינו הזקן בשמו, וואָס ער האָט איהם געזאָגט, צוליב וואָס איז ירדה נשמתו למטה; וואָרום עס איז דאָך פאַראַן אַ שליחות פרטית און אַ שליחות כללית, וואָס אפילו אַ שליחות פרטית איז אויך לזרע זרעו, ובפרט אַ שליחות כללית. די שליחות כללית פון הוד כ"ק רבינו הזקן איז אויפצוהויבען דעם עולם, אַז יעדערער זאָל דערהערען זיין אייגענע שליחות פרטית9.
צ"בראתי יצה"ר ובראתי לו תורה תבלין"10. לכאורה איז דאָך דאָס ניט מובן, ע"פ פשוט, ווען עס וואָלט ניט געווען דער יצה"ר וואָלט מען דאָך ניט דאַרפן דעם תבלין, איז נאָך וואָס האָט מען דאָס געדאַרפט אין גאַנצן?
צאנוּר דער ענין איז, דער נפש הבהמית וויל דאָך גשמיות, וואָס גשמיות איז דאָך ביטער — מרירות, איז דורך דעם תבלין פון תורה הערט זיך די מעלה פון גשמיות, וואָס דער תבלין איז מהפך ממרירא למתקא.
צבה. אחד עמד ממקומו להתקרב לשמוע בטוב יותר, אמר לו כ"ק אדמו"ר שליט"א: דער עיקר איז ניט הערען, נאָר "דערהערען"11.
צגאמר המתקרב: דאַרף מען דאָך הערען כדי צו האָבען וואָס צו דערהערען.
צדענהו כ"ק אדמו"ר שליט"א: עס איז דאָ גענוג וואָס צו דערהערען פון דעם וואָס מען האָט שוין געהערט.
צהיום ג', ב' דחול המועד פסח תש"ח
לקבוצת רמי"ם מערי השדה ותלמידי התמימים
די הנהגה על פי התורה הויבט זיך אָן פון אברהם אבינו. עס שטייט: אלה תולדות השמים והארץ בהבראם1, בהבראם איז אותיות אברהם, אַז בזכות אברהם אבינו נברא העולם2 און איז דער תוכן וענין פנימי פון דעם תולדות השמים והארץ בהבראם, ווייל אברהם התחיל להאיר3, דאָס מיינט צו זאָגן אַז די מעלה נפלאה פון אברהם אבינו איז מער ניט ווי דאָס וואָס ער איז אַ מכיר את בוראו.
לקבוצת רמי"ם מערי השדה ותלמידי התמימים
די הנהגה על פי התורה הויבט זיך אָן פון אברהם אבינו. עס שטייט: אלה תולדות השמים והארץ בהבראם1, בהבראם איז אותיות אברהם, אַז בזכות אברהם אבינו נברא העולם2 און איז דער תוכן וענין פנימי פון דעם תולדות השמים והארץ בהבראם, ווייל אברהם התחיל להאיר3, דאָס מיינט צו זאָגן אַז די מעלה נפלאה פון אברהם אבינו איז מער ניט ווי דאָס וואָס ער איז אַ מכיר את בוראו.
צואברהם איז אַ משכיל נפלא און איז איבערגעגעבען, בכל הפלאת מהותו ומציאותו, צו ידיעת מהות אלקות און הכרת מציאות אלקות, אָבער נאָר לעצמו בארחות חיי בעלי השכלה וואָס זיינען פאַרנומען נאָר מיט זיך, וואָס זיי זיינען טרוד למיבלע און שטייגען אין ידיעות.
צזאָבער אברהם התחיל להאיר, אברהם איז אַ אצילות'דיקער משכיל, אַ דעתעליון'דיקער משכיל, און דערום התחיל להאיר, צו זיין אַ מלמד, מאַכן וויסן געטליכקייט צו וועלטלעכע מענטשען. ער — אברהם — האָט מפרסם געווען געטליכקייט אפילו צו די נידעריקסטע שיכטן פון דער מענטשהייט, אַז אויך די ערביים זאָלן וויסן מציאות הבורא ב"ה לויט זייער פאַרשטאַנד4.
צחאברהם התחיל להאיר. דאָס איז דער תוכן הענין פון דעם בהבראם אַז אברהם האָט מכיר געווען דעם תכלית און די מעלה פנימית פון דעם בהבראם אַז די כוונה העליונה אין עבודה איז ניט נאָר אַליין צו זיין אַ בעל מדות און אַ בעל הנהגות נעימות נאָר אויך צו לערנען און דערקלערען דעם צווייטן דעם נועם פון מדות טובות.
צטאבותינו רבותיו הקדושים, פון הוד כ"ק רבינו הזקן לדורותיו, לערנען אונז בכל דור ודור אַז יעדער ענין, הן אין השכלה והשגה און הן אין עבודה און פועל, איז מובן ומבואר דייטליך קלאָר.
קאַלע ווייסען אַז בהבראם איז בריאה יש מאין, און עס שטייט5 אל דעות הוי' — דעות לשון רבים6, עס זיינען פאַראַן צוויי דעות, דעת עליון און דעת תחתון און ביידע דעות זיינען אמת, נאָר עס איז דאָ אַ חילוק צווישן דעת עליון און דעת תחתון7.
קאדי מדריגות אין און יש אין דעם סדר פון עולמות אבי"ע, איז עולם האצילות ווערט אָנגערופן בשם אין און עולמות בי"ע ווערן אָנגערופן בשם יש. אָבער באמת איז דאָס וואָס אצילות ווערט אָנגערופן בשם אין איז דאָס נאָר מצד דעת תחתון פון נבראים, אָבער אין דער דעה אמיתית פון אלקות איז עולם אצילות יש אמיתי8.
קבאצילות איז יש האמיתי וואָס אין עולם איז ניט מושג מהותו של היש האמיתי, און אַ דבר וואָס אַ נברא איז ניט משיג רופט ער אין. עולם הבריאה איז התחלת היש אָבער דער יש פון עולם הבריאה איז נאָר וואָס ער איז ניט קיין אין. התחלת הישות, שוין מיט אַ ציור פרטי, איז אין עולם היצירה, און יש ממש איז עולם העשי' הגשמי, וואָס דאָס איז יש הנברא9.
קגאברהם אבינו איז געווען אַ משכיל נפלא4 און איז צוגעקומען צו דער הכרה עצמית אַז דער עולם הגשמי, הגם ער איז דאָך דער נידעריקסטער פון אַלע עולמות וואָס לא די וואָס ער איז אַ גשמי איז ער אויך אַ חומרי ממש, איז אָבער באמת די כוונת הבורא אין דער בריאה דוקא אין דעם חומרי. און נאָך מער, ניט נאָר די כוונת הבריאה נאָר דער חומרי איז טאַקע די מעלת הבריאה וואָס דורך דעם עולם החומרי והגשמי, ווען מען פירט אַלץ על פי התורה והמצוה איז מען מעלה אַלע עולמות10.
קדמיטוואָך, ח"י אלול תרנ"ז, ביי דער שבע ברכות סעודה פון אונזער חתונה, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע געזאָגט11:
קההיינט, ביום הרביעי וואָס12 בו נתלו המאורות13 להאיר לארץ ולדרים עלי', זיינען נתמלא געוואָרן הונדערט יאָר זינט השי"ת האָט תולה געווען מאורות חב"ד14.
קוהוד כ"ק רבינו הזקן איז געווען אַ בן מ"ה שנה ווען ער איז נבחר ונועד געוואָרן מלמעלה צו מגלה ומפרסם זיין תורת חב"ד.
קזעד כאן דברי הרב, מכאן ואילך דברי ביאור והרגש — געפיהל —
קחתורת חסידות חב"ד האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מייסד געווען אין יאָר תקמ"ה, ווען ער איז געוואָרן אַ בן ארבעים, און האָט געוואוסט ווער ער איז און וואָס פאַר אַ אַרבעט אין פרסום תורת זקנו מורנו הבעש"ט מען האָט אויף אים אַרויפגעלייגט און וועלכע כחות עצמיים מען האָט אים געגעבען מלמעלה אויף דורכצופירן די שליחות פון ירידת נשמתו למטה צו מגלה זיין תורה ועבודת חב"ד לדורותיו, עד ביאת גואל צדק בב"א.
קטהתחלת ההנהגה אין עולמות — דער אויסשפּראַך "אין עולמות" מיינט אין אַלע חומריות'דיקע זאַכן — הויבט זיך אָן פון אברהם אבינו, וואָס דאָס איז דער פנימיות'דיקער טייטש פון דעם מאמר3: עד אברהם הי' העולם מתנהג באפלה, בא אברהם התחיל להאיר.
קיאברהם אבינו איז דער איין און צוואַנציגסטער דור פון דעם אדם הראשון, וועלכער איז געווען יציר כפיו של הקב"ה15 און וואָס בנשמתו זיינען כלולות און תלויות אַלע נשמות ישראל וואָס זיינען נתגלה געוואָרן אין די עשרים דורות וואָס מאדם עד אברהם אבינו, און אויך אַלע נשמות ישראל וואָס זיינען נתגלה געוואָרן זינט דעם זמן פון אברהם אבינו און וואָס וועלן נאָך נתגלה ווערן ביז משיח צדקנו בב"א.
קיאמען האָט שוין באַ פאַרשידענע התועדות'ן4 גערעדט אַז אברהם אבינו איז געווען אַ משכיל נפלא, און צו דער השכלה פון געטליכקייט איז ער געקומען צו דער השגה'דיקער השכלה. די טיפסטע און איידלסטע השגות וואָס האָבן ניט קיין תפיסה אין שכל. דער אפיסות הישות איז מער ניט אין הרגש פון שכל עצמי, אין דעם ענין איז אברהם אבינו'ס שכל געווען פאַרטיפט צו פאַרשטיין דעם געטליכן ב"ה מיין און תכלית הבריאה פון דער ערדישער וועלט.
קיבאברהם אבינו איז געווען שטאַרק פאַרוואונדערט אויף דער געטליכער כוונה אין דער באַשאַפונג פון דער חומריות'דיקער וועלט, ביז ער איז געקומען — בשכלו הבהיר — אויף דעם אמיתית כוונת הבורא ב"ה אין דעם עולם החומרי, אַז ווען מען איז מעלה דעם חומר פועל'ט מען אַ עלי' אין אַלע עולמות.
קיגאין מיינער אַ רשימה — תמוז תרנה — איז פאַרצייכנט בארוכה דאָס וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר מבאר געווען דעם משל16 פון שני בני אדם אחד עומד בהר ואחד בבקעה איז התחברותם קען זיין בשני אופנים, אָדער דער עליון זאָל אַראָפּנידערן צו דעם וואָס איז עומד למטה אָדער דער תחתון זאָל עולה זיין צום עליון.
קידהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר מבאר געווען — בשעת אַ שפּאַציר בנאות דשא באליווקא17 — דעם משל בארוכה, אין די חלוקי מדריגות פון דעם ירידת העליון אל התחתון און עליית התחתון אל העליון, זאָגענדיק אַז ביידע מוזן זיין גרויסע בעלי ידיעה ושכל און דערצו גרויסע בעלי כח, נאָר עס איז אַ חילוק אין וואָס דער שכל וכח זיינען אַריינגעטאָן, צי אין עלי' צי אין ירידה.
קיהאון מיט אַ בעזונדער עבודה געשמאַק האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מבאר געווען די חילוקים בהנוגע לאופני העבודה אין הטבת המדות וואָס דאָס איז דער תכלית הכוונה פון לימוד וידיעה אין עבודת החסידות.
קיואין אַ יחידות פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק באַ הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מבאר געווען דעם משל פון אַ ליווער וואָס דורך אים איז מען מגביה דעם תחתית המטה עד רום המעלה18.
קיזאט דעם כח האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מנחיל געווען לזרעו אחריו און לעדת החסידים עד ביאת משיח צדקנו בב"א אַז מען זאָל מהפך זיין מחשך לאור, ניט נאָר דוחה זיין דעם חשך נאָר מהפך זיין דעם חשך לאור.
קיחעד כאן איז דברי קדש הקדשים וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט.
קיטיעדער ספור און יעדער דבור וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגן, הן ברבים והן ביחידות, איז אַ פנס אור — אַ ליכט שטראַל — דורך וועלכן מען זעט דעם דרך האמיתי און איז אַ סיוע צו גיין אין דעם דאָזיקען דרך בהצלחה.
קכאידן בכלל, בני תורה בפרט, און די עוסקים בעבודה פנימית בפרטי פרטיות; איז אויף זיי אַ חוב צו טאָן אָט די זאַך פון התעסקות אין עבודה.
קכאדער טאָן אין חסידות, איז ניט ווי די וואָס מיינען און פיהלען מיט זייער גס הרוחטיפש'דיקען שכל אַז זיי זיינען משכילים אין השכלה והשגה פון חסידות און דאָס הייסט באַ זיי השכלה, אָבער באמת הייסט השכלה ווען מען איז אַ עובד באריכות התפלה, און דאָס דורכפירן אין עבודה בפועל דעם בירור המדות אַז די מדות טובות און מדות נעימות19.
קכבאין חסידות חב"ד איז מבואר באריכות אַלע עניני עבודה אין תיקון ובירור המדות. ניט נאָר ווי צו דוחה זיין די מדות רעות און מדות לא טובות נאָר אויך ווי צו איבעראַרבעטען פסולת'דיקע מדות אויף מדות טובות ונעימות.
קכגתורת החסידות און די הנהגה בדרכי החסידות ובמדות החסידות זיינען ניט מוגבל, ניט אין הגבלה פון זמן און ניט אין הגבלה פון מקום.
קכדעס איז שוין פיל מאָל דערמאָנט און דערקלערט געוואָרן אַז — געלויבט השי"ת — אין דעם קורצען משך זמן פון די פאַרגאַנגענע זעקסזיבען יאָר איז, דורך פאַרשידענע צופאַלן, קלאָר געוואָרן, בעזרת השי"ת, ווי פאַלש און איינגערעדט איז דער אַלטער קאַלט פאַרפראָרענער וואָרט "אַמעריקע איז אַנדערש"20.
קכהגעלויבט השי"ת, די בעלי מסירת נפש, די שומרי שבת פעדלער, האָבן מנצח געווען אַז אין געוויסע ערטער און זמנים האָבן זיי, בעזרתו ית' צובראָכן דעם כפירה אייז.
קכואחינו בני ובנות ישראל, ה' עליהם יחיו21, אַמעריקאַנער געבאָרענע, האָבן אַ געבירטליכע חאַראַקטער מעלה ווי אויך אַ געבירטליכן חאַראַקטער חסרון.
קכזדי מעלה איז וואָס מען ווערט גיך נתעורר, און דער חסרון איז וואָס מען ווערט גלייך אָפּגעקילט22.
קכחאַלע ווייסן זיכער דעם עבודה באָמבע אויפרייס וואָרט וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט: "מען לערנט חסידות, מען וויל פאַרשטיין און מען פאַרשטייט טאַקע גאַנץ גוט אַ ענין אין חסידות, אָבער אין עבודת התפלה הינקט מען שטאַרק".
קכטאיך בין שטאַרק צופרידען וואָס איר האָט זיך צוזאַמענגערעדט אַז איר זאָלט זיך צונויפקומען און דורכריידן זיך וועגן די אַלע פראַגן וואָס האָבן זיך באַ אייך אָנגעזאַמלט אין פאַרלויף פון אייער אַרבעט.
קלאיך האָב אייך צוזאַמענגערופן אייך מעורר זיין בכללות. אין אייער כינוס וועט איר זיך צוזאַמענריידען בפרטיות, וואָס עס איז — בעזרת השי"ת — שוין אויפגעטאָן געוואָרן און וואָס עס פעלט נאָך, און געפינען דעם דרך אמיתי ווי מתקן צו זיין וואָס עס פעלט.
קלאאיר בעדאַרפט אַלע מחליט זיין אַז מען בעדאַרף זיך מזמן לזמן צוזאַמענריידען. יעדער מקום האָט דאָך זיין מעלה און זיין חסרון. דערום דאַרף איינע פון אייערע החלטות זיין אַז מען דאַרף זיך צוזאַמענריידן מזמן לזמן.
קלבאיין זאַך וויל איך אייך זאָגען אַז על פי התורה בכלל און על פי עבודת החסידות בפרט דאַרף יעדע זאַך זיין בדרכי נועם, לא ברעש כו' נאָר מיט נועם ה'23.
קלגדער אויבערשטער ב"ה זאָל אייך העלפען, יעדערן בפרט, און מצליח זיין אין אייער עבודה כללית. די וואָס טוען זאָלן מצליח זיין אין דעם וואָס זיי טוען; און די וואָס טוען נאָך ניט, זאָל דער אויבערשטער העלפען צו נתעורר ווערען אויף צו טאָן.
קלדיום ד', ג' דחול המועד פסח תש"ח
ע"ד שהתלמידים שי' ינאמו בימים האחרונים של החג
ע"ד שהתלמידים שי' ינאמו בימים האחרונים של החג
קלהאין כללות הדיבורים און אין התועדות'ן, רעדט זיך, אַז די ב' אהבות, אהבת השם און אהבת התורה, איז אין אהבת ישראל. מ'דאַרף האָלט האָבען אַ אידען. און די אהבת ישראל, איז ניט דוקא צו אַ למדן, נאָר אפילו צו אַ פשוט'ן אידען, וואָס בשם ישראל יכונה1.
קלואַז מ'האָט אהבת ישראל, איז דאָס אַ הוראה, אַז מ'האָט אהבת השם ואהבת התורה2. און ניט נאָר אַ הוראה נאָר אַ חיזוק אין אהבת השם און אהבת התורה. עס זאָל ניט זיין קיין פאַרשלאָפענע נאָר אַ לעבעדיקע. מ'דאַרף רעדן וועגען אידישקייט און חינוך (און ניט מדגיש זיין חינוך הכשר, וואָס עס קומט אויס אַז אַנדערע זיינען טריף). ריידען וועגען אַריינבריינגען די ישיבה אין דער היים, מען דאַרף מאַכען פענסטער.
קלזליל שביעי של פסח תש"ח בסעודה
א. כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש לנגן את הניגון שהיו קוראים בליובאַוויטש דער קריעת ים סוף ניגון.
א. כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש לנגן את הניגון שהיו קוראים בליובאַוויטש דער קריעת ים סוף ניגון.
קלחנמשך הדיבור אודות אופן אמירת השירה של משה ובנ"י בעת קרי"ס שיש בזה מחלוקת תנאים בגמרא1. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
קלטמען האָט שוין אַמאָל גערעדט2 אַז אין אַ מחלוקת תנאים ואמוראים זאָגט יעדערער לפי שרש נשמתו3.
קמב. שביעי של פסח דאַרף מען זייער מייקר זיין דעם זמן.
קמאזמן איז אַ נברא וואָס פאַרמאָגט צוויי הפכים: א) עס איז איינגעטיילט אין די דריי טיילן פון עבר, הוה, עתיד. ב) דער עבר ווערט נתגלה אין דעם הוה און האָט אַ געוויסע השפעה אויף דעם עתיד.
קמבדי כוונה אין ידיעת החסידות איז מען זאָל וויסען מיט אַ גוטע התבוננות אָפּלייג, אַז די ירידת הנשמה בגוף אין וואָס פאַר אַ זמן עס איז, איז די כוונה אַז דער הוה זאָל משלים זיין דעם עבר און ממלא זיין דעם עתיד.
קמגדאָס איז דער זמן פון נפש וואָס איז מחי' דעם גוף. עס איז פאַראַן דער ענין פון זמן אין אַלע מדריגות הנשמה, אין רוח, אין נשמה, און אין די מדריגות מקיפים פון חי' יחידה.
קמדדי אַלע חילוקים זיינען מדריגות חלוקות אין נפש, עס זיינען אויך דאָ די אַלע חילוקים אין זמן. עס איז ניט גלייך דער גילוי וואָס איז מאיר ביום הראשון צו דעם גילוי פון דעם יום השני, וואָס בכל יום איז מאיר אַ אור חדש.
קמהדי אַלע חילוקי זמנים איז באַ דעם וואָס איז זיך מתעסק אין עניני עבודה, האָט יעדער זמן זיין ריכטיג ווערטיקען ווערט, און בריינגט דעם אויפריכטיגען יבול און אור אין דער שלימות הכוונה פון ירידת הנשמה למטה.
קמוג. דער וואָס האָט אַ חוש, ער טוט אין אַ ענין און ליגט אין דעם, קען ער האָבן אַ השערה וואָס עס טוט זיך איצטער למעלה.
קמזדער וואָס ווייס דעם ענין פון אהבת האָב אל הבן און האָט אַ הרגש אין דעם, פאַרשטייט דעם צער און די העכבה פון דעם גילוי ההמשכה דאָ למטה4.
קמחובני ישראל יוצאים ביד רמה5, גאולת מצרים האָט געבראַכט צו קריעת ים סוף; עס איז אויפגעעפנט געוואָרן אַלע פרסאות ומסכים, אַז מען האָט אַלעס געזען קלאָר אין ראיית עין הגשמי6.
קמטאַה! מען האָט אונז געגעבן אַ וועלט...
קנד. שביעי של פסח תרנ"א, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערציילט אַז דער עלטער זיידע דער רבי צמח צדק האָט געזאָגט: דער זיידע — כ"ק רבינו הזקן — האָט מנצח געווען, ער האָט פשוט גע'פסק'נט אַ הלכה עפ"י תורה: דו — הקב"ה — ביזט דאָך למעלה מן הזמן; אָבער ביי נשמות מאָנסטו דאָך אין זמן, תורה ומצות, איז במילא דאַרף מען דאָך אידן אויך געבן אין זמן. עס שטייט ברגע קטן עזבתיך7, עס איז טאַקע מער ניט ווי אַ רגע, אָבער למטה נעמט דאָס אַ ריבוי זמן.
קנאה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל אַרומגערעדט דעם הפרש פון שש"פ און חג השבועות: שבועות איז נפתחו השמים ואראה מראות אלקים8, מען זעט אלקות אין אַ ראי' חושיית ווי מען זעט אַ דבר גשמי וואָס דעמאָלסט דערהערט מען דעם יוקר פון עולם ווי ער איז אַ חומר אמיתי צו עצמות א"ס; און די הכנה צו דעם איז שביעי של פסח.
קנבאַה! וואָס פאַר אַ געשמאַקע וועלט מען האָט אונז געגעבן.
קנגדאָס דאַרפן וויסן די תמימים אין אַלע מדינות.
קנדו. שש"פ תרנ"ד, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געבעטן את מורי החסיד הרשב"ץ9, אַז ער זאָל עפּעס דערציילן פון דעם זמן וואָס ער — הרשב"ץ — איז געקומען אין ליובאַוויטש.
קנהמורי הרשב"ץ דערציילט וואָס ער האָט געהערט ווען ער איז נאָך געווען אַ בחור און געלערנט אין דער ישיבה אין ליובאַוויטש, בימי כ"ק אדמו"ר הצ"צ.
קנובעת עס האָט זיך אַמאָל צוזאַמענגעטראָפן אין ליובאַוויטש הרה"ח ר' הלל10 און הרה"ח ר' אייזיל11 ביי אַ פאַרבריינגען, האָט זיך הרה"ח ר' אייזיל זיך אויפגעשטעלט און געזאָגט: אַזוי האָט געזאָגט דער רבי כ"ק אדמו"ר הזקן: ופסח ה' על הפתח12, שביעי של פסח — דער זיבעטער טאָג פון שפּרונג.
קנזזיינען די זקני חסידים הראשונים וואָס זיינען געווען באותו מעמד, סיי בני תורה און סיי אנשים פשוטים, אַריינגעפאַלן אין אַ התפעלות אַז מען האָט זיי געדאַרפט מינטערן.
קנחהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אויסהערנדיק דעם סיפור פון מורי הרשב"ץ, זאָגט דאַן: דער אַלטער רבי מיט זיין מסירות נפש אויף תורת הבעש"ט און חסידות חב"ד האָט זוכה געווען און מזכה געווען אַריינצוגעבן אַ חיות פנימי אין יעדען השכלה און עבודה וואָרט לדורי דורות.
קנטז. אין יעדער זמן איז ביי די חניכי החסידים דורך דעם איינגעפונדעוועטען חינוך שטייגער פון קינדווייז אָן, געוואָרן ביי זיי ענטוויקלט אַ שאַרפער חינוך זכרון מיט אַ בילדליכע פאַרשטעלונג פון זייערע קינדער יאָרן; זייענדיג ביי זייער אַלטן אָדער אור אַלטן חסידות'ן זיידן און באָבען וואָס דאָס גיט זיי אַ חיות פנימי לדורי דורות.
קסדי דאָזיגע חסידישע עראינערונגען זיינען איינע פון די מעלות נפשיות אין עדת החסידים.
קסאח. אַמאָל איז געווען אַ שטאַרקער פאַרבריינגען. דער תוכן כללי פון פאַרבריינגען איז געווען, וואָס איז דער הפרש פון דינים ממותקים און רחמים פשוטים. אין פלוג איז דאָ אַ מעלה אין דינים ממותקים, נאָר באמת איז רחמים פשוטים העכער. דינים ממותקים מיינט, אַז הגם ער איז ניט ווערט, מ"מ איז דאָ דער מיתוק הדין; אָבער מצד רחמים פשוטים איז ער טאַקע ווערט.
קסבאיצטער דאַרף מען האָבען רחמים פשוטים. מצד רחמים פשוטים זיינען אַלע אידען ווערט, מען רעדט ניט דאָ וועגען די וועלכע זיינען שלמים בתורה ומצוות; נאָר אַלע אידען זיינען ווערט, ווייל זיי זיינען אידען.
קסגזיי13 טוען דעם רצון של מעלה, הגם אין אַנדערע ענינים זיינען זיי חסר, אָבער אין דעם ענין וואָס זיי טוען זיינען זיי דאָך גערעכט.
קסדמען דאַרף ניט נאָכגעבען און ניט מצדיק זיין דעם זמן. יעדער בן תורה דאַרף דאָס מרגיש זיין.
קסהליל שבת קודש, אחרון של פסח תש"ח בסעודה
א. דער זיידע הוד כ"ק אדמו"ר מוהר"ש איז געפאָרן אין פערשידענע עניני הכלל שליחות'ן פון הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אין פּעטערבורג1 און פלעגט זיך דאָרטן טרעפן מיט די עסקני הכלל וועלכע פלעגן אים פאָרשטעלן און בעקאַנט מאַכן מיט פאַרשידענע רעגירונגס מענטשן. אַזוי איז אויך געווען ווען ער איז געוואָרן נשיא.
א. דער זיידע הוד כ"ק אדמו"ר מוהר"ש איז געפאָרן אין פערשידענע עניני הכלל שליחות'ן פון הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אין פּעטערבורג1 און פלעגט זיך דאָרטן טרעפן מיט די עסקני הכלל וועלכע פלעגן אים פאָרשטעלן און בעקאַנט מאַכן מיט פאַרשידענע רעגירונגס מענטשן. אַזוי איז אויך געווען ווען ער איז געוואָרן נשיא.
קסואין פערשידענע זמנים אין מיינע זכרונות זיינען דערמאָנט די ברידער, הזקן המופלג ר' יצחק2 און זיין ברודער החסיד ר' שמואל רובאַשאָוו3. אויך די ברידער ר' אליעזר און ר' שמואל אָרליאַנסקי וועלכע זיינען געווען געשעפטליך פאַרבונדען מיט די גרעסטע קייזערליכע אדעל לייט.
קסזאין איינע פון די צייטן וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש איז געווען אין פּעטערבורג, האָבען זיי אים בעקאַנט געמאַכט מיט אַ געוויסען שר, אַ זקן מופלג וואָס האָט געטראָגען דעם העכסטען טיטל פון דעם מלוכה'שען אדעל ראַט: פיאָדער סטעפאנאוויטש קאלמיקאָוו.
קסחפיאָדער קאלמיקאָוו איז געווען אַ שטאַבס גענעראַל אַ ליבלינג פון קיסר פאוועל, וועלכער האָט קאלמיקאָוו'ן געמאַכט פאַר דעם הויפּט אויפפּאַסער אויף דער קרעפאסט (מבצר) וואו מורדים במלכות ווערען דאָרט אויפגעהאַלטען, און וואַרטען אויף זייער דין ומשפט; און וואו מען האָט אויך אַרעסטירט הוד כ"ק רבינו הזקן.
קסטגענעראל קאלמיקאָוו האָט זיך שטאַרק פאַראינטערעסירט מיט דעם ערשט געבראַכטן אסיר, כ"ק רבינו הזקן און האָט אים כסדר געהיט צו זען וואָס ער טוט און ווי ער פירט זיך אויף. זעענדיג אַז דער רבי, כ"ק רבינו הזקן, איז תמיד פאַרנומען און פאַרטיפט אין העכערע געדאַנקען האָט ער דערפיהלט, אַז ער איז אַ געטליכער מענטש, און האָט געטאָן אַלעס וואָס זאָל דעם רבי'ן גרינגער מאַכען זיין אויפענהאַלט אין קרעפאסט. דער רבי, כ"ק רבנו הזקן, האָט אים געבענטשט מיט אַ קינד, אריכות ימים און כבוד.
קעאין יאָהר תרל"ט ווען הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש איז געווען אין פּעטערבורג האָט זיין זון גענעראַל אַנדריי קאלמיקאָוו געבעטען ר' יצחק רובאַשאָוו און די ברידער ר' אליעזר און ר' שמואל אָרליאַנסקי, וועלכע זיינען געווען בעקאַנט מיט די העכסטע מיליטער און רעגירונגס לייט, אַז זיין פאָטער וויל זיך באַקענען מיט ראַבין שניאורסאָהן, וועלכער איז — ווי ער האָט געהערט — אַ אוהר אייניקעל פון דעם ראַבין באָרוכאָוויטש פון ליאָזנע וועלכער איז געזעסען אין קרעפאסט אונטער זיין אופזיכט.
קעאבעת דעם בעזוך האָט דער אַלטער גענעראַל קאלמיקאָוו דערציילט צו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, אַז צוזעהענדיג די פיהרונג פון הוד כ"ק רבנו הזקן אין קרעפאסט האָט ער געפילט, אַז עס איז אַ בייזוויליגער אויסגעטראַכטער ליגן דאָס וואָס מען האָט וועגן אים — דעם ראַבין פון ליאָזנע — איבערגעגעבן אין די מלוכה קרייזן אַז ער זאַמלט געלט פאַר אָפּקויפן ארץ ישראל פון טערקיי און ווערן אַ קעניג4.
קעבווען איך — זאָגט פיאָדער קאלמיקאָוו — האָב גוט בעטראַכט דעם ראַבין, זיין אויסערליכן פּאַטראַכאַלישן אויסזען און זיין זעלטענעם חאַראַקטער און אויפפירונג, האָב איך געפילט אַז עס איז אַ נידערטרעכטיגער בלבול, און איך האָב בעשלאָסן אַז איך מוז דעם מאַן ראַטעווען און בעווייזן זיין ריינקייט.
קעגווען מען האָט דעם ראַבין באָרוכאָוויטש בעפרייט, האָט ער מיר געבענטשט מיט גרויס הצלחה און דעם העכסטען קייזערליכען אַמט, מיט רייכטום און אַ געזונטען קינד, און יעצט בין איך שוין אַ זיידע פון ערוואַקסענע אייניקלאַך.
קעדאיך בין זייער צופרידען — זאָגט דער אַלטער קאלמיקאָוו — צו זעהען דעם ראַבין באָרוכאָוויטש'ס אַ אוהר אייניקעל, וועלכער פאָלגט נאָך זיין פיהרונג.
קעהדער פאָטער און זוהן פיאָדער און אַנדריי קאלמיקאָוו האָבען בעדאַנקט די ברידער אָרליאַנסקי פאַר דעם וואָס דער ראַבין באָרוכאָוויטש'ס אוהר אייניקעל ראַבין שניאורסאָהן איז באַ זיי געווען.
קעוב.5 הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק דערציילט, אַז הוד כ"ק רבינו הזקן האָט אַמאָל געזאָגט, אַז ליאַדי און פּאַריז שטייען אויף איין אופק. איך וואָלט נאַפּאָליאָנען דעם אפיקורוס דערשטאָכן, נאָר דער כדור הארץ איז מעכב6.
קעזג. די עלטערע תלמידי התמימים יחי' געדיינקען די סדרי ההנהגה פון ליובאַוויטש בכלל און די סדרי הנהגת ישיבת תומכי-תמימים בפרט.
קעחאחרון של פסח פלעגט מען גרייטן טישן אין גרויסן זאַל באולם הגדול של הישיבה7, פאַר אַלע תלמידי הישיבה8, און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, מיט זיינע ברידער דודי הרז"א והרמ"מ9, ואורחים פלעגען קומען צו דער סעודה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגען אַ מאמר דא"ח10 און רעדן צו די תמימים בעניני עבודה. באַ דער סעודה אין זאַל פון תומכי-תמימים איז געווען אַ סדר מסודר און יעדע גרופּע פון די תלמידים זיינען געשטאַנען במקומם הראוי לויט די הוראה פון זייערע מנהלים און משגיחים11.
קעטד. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אין די ערשטע יאָרן געגעסן אחש"פ מצה פשוטה12, נאָר נאָכדעם ווי עס איז געוואָרן אַ חשש מצד די נאמנות הכשרות13 האָט מען אָנגעהויבן נוצן נאָר מצה שמורה אפי' אחש"פ אויך.
קפדי זהירות פון ניט עסן קיין צוקער אין חג הפסח האָט זיך ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אָנגעהויבן פון אַ חשש גדר נדר14.
קפאיום שבת קודש, אחרון של פסח בסעודה
א. הוד כ"ק רבינו הזקן זאָגט צו הוד כ"ק בנו אדמו"ר האמצעי, והוד כ"ק נכדו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אַז ער איז אַ של"ה — תלמיד. ולפעמים הי' אומר: אַ של"ה — איד1.
א. הוד כ"ק רבינו הזקן זאָגט צו הוד כ"ק בנו אדמו"ר האמצעי, והוד כ"ק נכדו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אַז ער איז אַ של"ה — תלמיד. ולפעמים הי' אומר: אַ של"ה — איד1.
קפבבאַ דעם טאַטן, הצדיק הגאון ר' ברוך — ממשיך הוד כ"ק רבנו הזקן — אין הויז האָב איך געלערנט אהבת ישראל, פון דעם פעטער הצדיק הגאון ר' יוסף יצחק האָב איך געלערנט אהבת התורה, און קומענדיק אין מעזריטש — להרב המגיד ממעזריטש — האָב איך ערשט אָנגעהויבען צו פאַרשטיין דעם תוכן ענין פון אהבת השם און אהבת ישראל2.
קפגאָפּזייענדיג אַ משך זמן ביי דעם רבי'ן אין מעזריטש; איז בזכות מיין מסירה און נתינה פנימיות צו דעם דרך העבודה והנהגה אין אַלע ענינים כהוראת השל"ה, האָב איך זוכה געווען צו דעם קירוב פנימי פון דעם רבי'ן — הרב המגיד — וועלכער האָט מיר איבערגעגעבען די שליחות ווערטער וואָס זיין רבי — מורנו הבעש"ט — האָט איהם געהייסען מיר איבערגעבען. און דאַמאָלסט האָב איך מחליט געווען צו קורא בשם זיין דעם דרך, תורת ועבודת חסידות חב"ד.
קפדהוד כ"ק רבינו הזקן האָט מסדר געווען חסידי חב"ד מיט געוויסע דרכים און הנהגות אין אַלע ענפי החיים; סיי אין פערזענליכען לעבען, און אין לעבען און סדר פון הנהגת הבית ובני בית, און סיי אין לעבען און סדר הנהגת פון זמני שמחה און התועדות.
קפהדער סדר ביי חסידים אין זמני התועדות איז געווען אַז אַלע פלעגן זיך וואַשן צום עסן און מאַכן אַ "המוציא". עסן — דאָס איז אַ ענין פאַר זיך — אַמאָל יע און אַמאָל ניט; אָבער אַ ניגון האָט מען אַלעמאָל געזונגען, און נאָר אַזעלכע ניגונים וועלכע וועקען די אופריכטיגע ביינקעניש און געגועים צו העכער און בעסער, און אַלץ פנימיות'דיק, ניט גענאַרט און ניט געאיילט.
קפופון מיינע קינדער יאָהרען געדיינק איך, אַז אַמאָל אחרון של פסח נאָך קידוש, אַז מען האָט זיך געדאַרפט וואַשן צו סעודת יום טוב, האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט צו דעם עולם: רחצו הזכו3, רחצו דאַרפן אַלע, הזכו — דאָס ווענדט זיך שוין וואָס מען האָט געטאָן אויף דעם4.
קפזעס איז אַ חובת גברא פון די עלטערע חסידים בכלל און פון די משפיעים בפרט מבאר זיין צו די יונגעלייט, אַז דער עיקר ענין החסידות איז, אַז מען זאָל טאָן אין עבודת התפלה און בירור המדות אַז זיי זאָלען זיין מדות נעימות.
קפחעס טרעפט כמה טעותים אין עניני עבודה, די טעותים זיינען פאַרשידענע, גרעסערע טעותים קלענערע טעותים, אָבער סוף כל סוף קומט מען אויף די ריכטיגע עניני עבודה.
קפטמיט איבער פערציג יאָהר פריער האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט בסעודת אחש"פ: אַז מען עפענט די עיני השכל און מען בעטראַכט דעם אייגענעם מעמד ומצב אין ידיעת התורה וקיום המצות און דעם מעמד ומצב וואו ער איז מיט זיין תשוקה וכוסף הלב, וואו וויל ער און וואוהין ציט איהם, און ער בענוצט זיך מיט די חסידישע עבודה עצות, גייט מען אַרויס פון די סכנה נעגל פון דעם צר ואויב היצר הרע.
קצב. איינער פון די סיפורים וואָס איך האָב געהערט אין מיינע קינדער וואַלגער יאָרן
קצא— עס זיינען געווען ענינים וועלכע איך האָב נאָך דאַמאָלסט ניט געקענט תופס זיין, נאָר בלויז דער אויער האָט געהערט, און עס זיינען געווען ענינים וועלכע איך האָב שוין דאַן פאַרשטאַנען —
קצבאיז געווען דער פאָלגענדער סיפור:
קצגאין די סדרי ההנהגה וואָס מורינו הבעש"ט האָט מסדר געווען, בחול, שבת, ר"ח, און מועדי השנה, איז געווען אַ סדר מיוחד פאַר דער סעודת היום פון יום אחרון פון יעדען יו"ט. וואָס אין דיזער סעודה האָט מורנו הבעש"ט אַרויסגעוויזן אַ קירוב גדול צו די פשוטע אידן בעלי מלאכות — בעלי עגלות און דאָרפס הענדלער.
קצדהוד כ"ק רבינו הזקן דערציילט לבנו הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי און הוד כ"ק נכדו אדמו"ר הרה"ק צמח צדק:
קצהמורי הרב ממעזריטש האָט אין די סעודת אחרון של פסח דערציילט און איבערגעגעבען דעם סדר הנהגה פון דעם ערשטען אחש"פ נאָכדעם ווי די מוטער רבקה מיט די מומע רחל5 זיינען מיט אים געווען ביי מורנו הבעש"ט6.
קצומורנו הבעש"ט האָט יענעם אחש"פ געפראַוועט אַ סעודה מיט זיינע תלמידים און האָט געטיילט פון זיין מצה
קצז— דאָס מיינט פון די מצה וואָס מען האָט ספּעציעל געבאַקן פאַר אים, אָדער וואָס ער האָט אַליין געבאַקן, דאָס איז אַ באַזונדער ענין —
קצחצו די אנשים פשוטים, און האָט דערביי געזאָגט:
קצטהיינט דאַרף מען מלאך מיכאל אַוועקשטעלן אָן אַ זייט. מלאך מיכאל הגם ער איז אַ שר של עולם, פונדעסטוועגן איז ער אַ שר של ישראל7 מער ווי אַ שר של עולם. ווען עס קומט צו אידן איז ער מלמד זכות8, אויב עס איז דאָ אַ זכות זאָגט ער; און אויב ח"ו ניט, זוכט ער אויס עפּעס אַ זכות, ער מאַכט פון יעדן ענין ביי אידן פאַר אַ זכות. אָבער אַז עס קומט צו עולם, הויבט ער אָן שטאַמלען און איז מסיח לדבר אחר. אָבער מיין רבי — איז ממשיך מורנו הבעש"ט — דער בעל ח"י9, האָט מיר געלערנט אַז דער עיקר איז ליגן אין אהבת ישראל און זעען די מעלה פון עולם.
רג. ווי נויטיג עס איז אויפהויבען זיך אַ טפח העכער פון ערד10, פון ארציות, וואָס דעמאָלט וואָלט מען געזען די גשמיות וואָס איז העכער פון די חומריות, וואָס דאָס איז דער חומר האמיתי צו עצמות א"ס ב"ה.
ראד. איך האָב געהערט פון דער באָבען, הרבנית רבקה נ"ע11, אז12 הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז אַמאָל אַלעס יונגערמאַן געבליבן זיצן אין מיטן דאַוונען אַזוי ווי אַ פאַר'חלש'טער. אַז די באָבע הרבנית רבקה האָט דאָס באַמערקט, איז זי אַריינגעלאָפן דערציילן לבעלה הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש.
רבהוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש איז דאַן אַריינגעקומען אין בהמ"ד וואו הוד כ"ק אאמו"ר האָט געדאַווענט13, און האָט איהם אויפגיהויבען דעם טלית פון קאָפּ, האָט אַ קוק געטאָן בפני הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, און געזעהן אַז ער ברענט ווי אַ ליכט, הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט כלל ניט מרגיש געווען מצד רוב דביקותו בתפלה.
רגנאָכדעם האָט הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש געזאָגט אויף כ"ק אאמו"ר הרה"ק: ער האַלט באַ כלות הנפש. אַמאָל האָב איך עס גיהערט אין דעם נוסח: ער האַלט באַ לאשתאבא בגופא דמלכא14, און נאָך אַמאָל האָב איך עס געהערט אין דעם נוסח: ער איז זיך מתענג בחיות אלקי.
רדה. אין די ערשטע יאָרן אחר הסתלקות כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש נ"ע פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק לערנען מיטן עולם אין ביהמ"ד לקו"ת אָדער תו"א לפי פרשת השבוע15, און נאָכן לערנען פלעגט ער דערציילען אַ סיפור אָדער ענין פון יחידות.
רהאַמאָל האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערציילט16, אַז ווען הוד כ"ק רבנו הזקן איז געקומען דעם ערשטן מאָל אין מעזריטש האָט ער לכתחלה ניט געפונען קיין ענין ער זאָל דאָרטען פערבלייבן און האָט געטראַכט צוריק צו גיין. הגם ער איז געווען זייער צופרידען צו באַקענען זיך מיטן דרך העבודה און תפלה, אָבער ער האָט אין דעם ניט געזעהן קיין חידוש דבר, עס שטייט אין גמרא17: חסידים הראשונים היו שוהים תשע שעות כו', מתוך שחסידים הם תורתם משתמרת; אָבער עס איז דאָך נאָר משתמרת18. איז הוד כ"ק רבנו הזקן אַוועקגעגאַנגען פון דאָרט.
רואויפן וועג האָט ער זיך געחאַפּט אַז ער האָט דאָרטן פאַרגעסן אַ חפץ, האָט ער זיך אומגעקערט. ווען ער איז אַריינגעקומען האָט ער אָנגעטראָפן ווי מ'איז געקומען פרעגען דעם מגיד אַ שאלת הריאה, און האָט זיך צוגעהערט ווי דער מגיד איז זיך מפלפל אין דעם און ווייזט אַרויס געוואַלדיגע לומדות, איז הוד כ"ק רבינו הזקן נתפעל געוואָרן. ער האָט פריער געמיינט אַז דאָ אין מעזריטש איז נאָר דער קו העבודה, און יעצט זעט ער אַז דער מגיד איז גאָר אַ גאון נפלא. אויך איז ער נתפעל געוואָרן וואָס דער מגיד אַליין גיט זיך אָפּ מיט פסק'נען אַ שאלה.
רזפונדעסטוועגען האָט ער נאָך אַלץ ניט געפונען קיין ענין חשוב צוליב וועלכען ער זאָל דאָרטען בלייבן19.
רחאין דעם איז אַריינגעקומען הרה"ק ר' אברהם בנו של המגיד ממעזריטש — דער מלאך, האָט הוד כ"ק רבנו הזקן געזען ווי ער ברענט ווי אַ יקוד אש, אַלץ וואָס ער טוט ברענט. איז דעם אַלטען רבי'ן בעת מעשה איינגעפאַלן במחשבתו הק' דער ענין "והסנה איננו אוכל"20, און האָט זיך מצייר געווען, ווי וואָלט געווען, ווען ער וואָלט געזען דעם סנה בוער באש וואָס מען האָט באַוויזן משה'ן און "והסנה איננו אוכל", וואָלט ער דען אַוועקגעגאַנגען? הגם איך — המשיך לחשוב הוד כ"ק רבנו הזקן — האָב שוין ב"ה דורכגעלערנט זיבען מאָל ש"ס און וואָס פאַר אַ בעטרעף האָט דאָס לגבי דעם, און דאַן האָט ער אָפּגעטראַכט, אַז ער זאָל נאָך פאַרבלייבן אין מעזריטש.
רטדער מעזריטשער מגיד האָט געבעטן הוד כ"ק רבנו הזקן, אַז ער זאָל לערנען מיט בנו הרה"ק ר' אברהם — דער מלאך — גמרא; ווייל דער מלאך פלעגט זאָגן אַז ער קען ניט לערנען קיין גמרא, ווייל ווי נאָר ער הויבט אָן צו לערנען און דערהערט דעם דבר ה', ווערט ער נתלהב און קען ווייטער ניט גיין, האָט הוד כ"ק רבנו הזקן געענטפערט אַז ער וועט מיט אים לערנען נאָר בתנאי אַז דער מלאך זאָל מיט אים לערנען נסתר.
ריבעת דער אַלטער רבי און דער מלאך האָבען געלערנט צוזאַמען, פלעגט אַריינקומען דער מעזריטשער מגיד, האָט דער אַלטער רבי דערפילט אַז מיט זיין — דעם מגיד'ס — אַריינקומען האָט ער דעם מלאך געלעשט, און אים — הוד כ"ק רבנו הזקן — געוואַרימט, און איז נתפעל געוואָרן פון דעם בלול מאש וממים21, און האָט דערהערט די כוונה פנימיות, ווי דער יש הגשמי איז אַ כלי צו דעם יש האמיתי.
ריאא ביאור אויף דעם קען מען פאַרשטיין פון דעם משל פון אַ ליווער22, וואָס דורך אופהויבען דעם מטה הויבט מען אויף דעם מעלה23.
ריבו. בעת דער אַלטער רבי מיטן מלאך פלעגען לערנען צוזאַמען, פלעגט אָפט דער מגיד אַריינקומען און צוזעצען זיך צוהערען וואָס זיי פלעגן לערנען.
ריגאיינמאָל איז דער מגיד אַריינגעקומען, בעת זיי האָבען גראָד געלערנט דעם ענין אין מסכת שבת24:
רידשוחט משום מאי מחייב — זאָגט דאָרט תוספות25, שוחט דעלמא — רב אמר משום צובע כו'. האָט זיי דער מעזריטשער מגיד געזאָגט בשם מורו הבעש"ט26 דעם פירוש אין דעם באופן זה: שוחט דעלמא, הכוונה על מלאך המוות ויצה"ר, וואָס ער קומט צו דעם אדם אים מפתה זיין און אַריינגעבן אַ הטעמה אין תאוות עוה"ז, וואָס באמת דער אדם מצד עצמו איז גאָר ניט שייך צו זיין אַ שפל אויף נמשך ווערן נאָך די תענוגי עוה"ז. איז דאָך אין פלוג די קשיא, שוחט משום מאי מחייב, ער פירט דאָך אויס זיין שליחות וואָס מען האָט אים געגעבן מלמעלה, דאָס איז דאָך זיין אומנות, נאָר דער תירוץ איז אַז ער איז חייב משום צובע, אָט דאָס וואָס ער פאַרבט צו און וויל איינרעדן דעם מענטשן, אַז מיט דעם טוט ער גאָר אַ גוטע זאַך, וואָרום דערווייל וועט ער דאָך מאַכן אַ ברכה אויף דעם דבר מאכל און ער וועט האָבן כח לתורה ועבודה, און אַזוי אויך אַז ער וועט האָבן אַ סאַך געלט וועט ער קענען טיילן צדקה, וואָס דאָס איז דאָך אַלץ צביעות, וואָס דער יצה"ר לייגט צו מצ"ע, ער פאַרבט צו און גיט עם אַריין אַ געשמאַק אין עניני תאוות עוה"ז.
ריהאַז הוד כ"ק רבנו הזקן מיט זיין גרויסען מוח און ליכטיגע נשמה, אַ נשמה דאצילות, אַ נשמה חדשה{41}, האָט דערהערט אָט דעם וואָרט פון מגיד בשם מורו, איז ער נבהל געוואָרן, און דאַן האָט הוד כ"ק רבנו הזקן מחליט געווען צו בלייבן אין מעזריטש.
ריודאַמאָלסט האָט דער מעזריטשער מגיד אויסגעזאָגט דעם אַלטן רבי'ן ווער ער איז, און וואָס ער איז, הכוונה על רבנו הזקן.
ריזז. מען דאַרף זיין איין טפח העכער פון דער ערד27, וועט מען דאַמאָלסט דערהערען די מעלה פון חומריות, און די הפלאה פון גשמיות. אָבער דער טפח — וואָס מען דאַרף זיך אויפהויבן — דאַרף מען גוט דורכאַרבעטן, עס זאָל זיין דורך און דורך.
ריחדער אויבערשטער זאָל העלפען, אַז עס זאָלן ניט זיין קיין מניעות ועיכובים צו זיין וואָס מען דאַרף זיין, און ניט זיין דאָס וואָס מען דאַרף ניט זיין.
ריטח. מצד סיבות שונות בין איך מוכרח צו רעדן בקצרה, אָבער דאָס מיינט ניט מעלים צו זיין, נאָר רעדן דעם ענין בקיצור.
רכאין ליובאַוויטש האָט מען גערופן די טעג בין פסח לשבועות מיט די נעמען פון די ספירות. און מען איז געווען נזהר אין די ימי הספירה צו דערמאָנען די ספירות חג"ת נהי"מ, עס זאָל ניט זיין קיין חשש צו ברכת הספירה.
רכאמיר האָבן ב"ה זוכה געווען צו מסיים זיין היינט די פרשה ראשונה פון ספירות, די ספירת החסד, וואָס איז דער יומא דאזיל עם כולהו יומין28.
רכבדער אויבערשטער זאָל העלפען אַז עס זאָל מאיר זיין די חסדים האמיתים, מען זאָל דערהערען די מעלת החומרי, מען זאָל משלים זיין די עבודה פון די ימי הספירות, און מען זאָל זוכה זיין צו דעם גילוי פון חג השבועות.