Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5708· Simchas Torah 5708 at the day mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ח· שמח"ת תש"ח בסעודת היום
אשמח"ת תש"ח בסעודת היום
א. מיר זיינען ביידע בטוחים: איך בין אַ בטוח אַז איך וויל אייך געבען און איר זייט אַ בטוח אַז איר וועט נעמען, נאָר דער עיכוב איז מצד הזמן, די הגבלה פון זמן; דער זמן פון שמח"ת איז זייער יקר און מען קען אים ניט אויסציען. איך אייל זיך, ווייל ביני לבין עצמי האָב איך נאָך ענינים וואָס איך דאַרף משלים זיין, וואָס איז שייך צו דעם יו"ט שמח"ת; וועל איך ריידען בקצרה.
א. מיר זיינען ביידע בטוחים: איך בין אַ בטוח אַז איך וויל אייך געבען און איר זייט אַ בטוח אַז איר וועט נעמען, נאָר דער עיכוב איז מצד הזמן, די הגבלה פון זמן; דער זמן פון שמח"ת איז זייער יקר און מען קען אים ניט אויסציען. איך אייל זיך, ווייל ביני לבין עצמי האָב איך נאָך ענינים וואָס איך דאַרף משלים זיין, וואָס איז שייך צו דעם יו"ט שמח"ת; וועל איך ריידען בקצרה.
בב. חסידים דאַרפען קובע זיין זמן אויף אריכות התפלה, איינמאָל אין 8 טעג, אין צען טעג, שבת און בכלל אין אַ עת המוכשר.
גמען ווערט דאָך פאַרפּראָסטעט, מצד העדר העבודה און העדר ההרגש פילט מען מעלת עצמו און מען זעט חסרון הזולת. דאַרפען דאַרף זיין, אַז מען זאָל זען מעלות הזולת און חסרון עצמו. אמת, מען דאַרף מעלות עצמו אויך ניט פאַרלייקענען, אָבער דאָ דאַרף שוין זיין אַ מדידה אויף וויפיל דער קלוגינקער האָט ניט קיין יד אין דעם.
דג. החסידים הגבירים ר' ישעי' ברלין1 און ר' יעקב הורוויץ2 האָבען אַמאָל געמאָנט ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פאַרוואָס ער איז מיר מסכן אין שליחות'ן פון עניני הכלל מיט אַזויפיל מסירת נפש.
הדי מעשה איז אַזוי געווען3:
והוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געשיקט אין אַ שליחות פון עסקנות הכלל אין פּעטערבורג. דאָרט האָב איך זיך געדאַרפט טרעפן מיט אַ מיניסטער, אַ רשע מרושע, ער איז געווען אַ רבי פון סטאָליפען הצורר.
זדער מיניסטער מיט וועלכען איך האָב זיך געדאַרפט זען, האָט געוואוינט הינטער פּעטערבורג אין דעם געגענד וואו עס האָבן געוואוינט די קניאזען (פירשטען), יעדער האָט זיך דאָרט געהאַט זיין פּאַלאַץ מיט אַ גאָרטן און אַ סאַך הינט.
חגראָד איז אַזוי אויסגעקומען, אַז איך האָב געקענט זען דעם מיניסטער נאָר פרייטאָג צונאַכט. בין איך פרייטאָג בייטאָג דאָרט צוגעפאָרן, קיין גאַסטיניצע (האָטעל) איז דאָרט ניט געווען, בין איך אַריין צו אַ טראקטאר און געגעבן דעם חאזאיען (בעל הבית) אַ פיינע מטבע, אים געגעבן באַהאַלטן מיין טלית, ווייל איך האָב געדענקט אַז איך וועל דאָרטן דאַרפן בלייבן דעם גאַנצן שבת. איך האָב דערציילט דעם גוי וואוהין איך דאַרף גיין ביינאַכט, און אים געבעטן ער זאָל מיר דאָרט צופירן און דערנאָך צוריק אָפּפירן, מחמת אין פּעטערבורג זיינען די וועטערן ניט קביעות'דיג, אָט רעגענט, אָט שנייט מיט אַ ווינט און גליטשיג. איך האָב אים אויך געבעטען אַז מוצאי שבת זאָל ער מיר צוריק אָפּפירען אין שטאָט צו מיין גאסטיניצע.
טדערזעענדיק די מטבע, אַ 25'ער איז דער חאזאיען — דער גוי — געוואָרן איבערראַשט און געטאָן אַלץ וואָס איך האָב אים געבעטן.
יפרייטאָג צו נאַכט בין איך אַוועקגעגאָנגען צו דעם מיניסטער. אַריינגייענדיג צו אים אין צימער איז ער מיר גלייך בעפאַלן מיט'ן שימפ וואָרט "קאנאליע", ווי אַזוי האָסט דו זיך איינגעשטעלט צו מיר צוקומען יעצט, דו ביסט דאָך אַ בן יחיד ביי דיין טאַטן — ער האָט שוין וועגן מיר אַלץ געוואוסט — ווי אַזוי האָט ער דיר געלאָזן גיין צו מיר ביינאַכט, מיינע הינט האָבן דאָך דיר געקענט צורייסן און אויפפרעסן.
יאהאב איך אים געענטפערט: אַ איד האָט ניט קיין מורא פאַר אַ הונט, אַ הונט האָט מורא פאַר אַ איד.
יבאָט די געשיכטע האָט גורם געווען, וואָס ר' ישעי' ברלין און ר' יעקב הורוויץ האָבען נאָכדעם געמאָנט ביים טאַטן, ווי אַזוי שיקט ער מיר אויף אַזעלכע שליחות'ן, עס איז צופיל מסירת נפש.
יגהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיי געענטפערט:
יד"די כוונה פנימית דאַרף מען דאָך דורכפירען, — ניע פאציאם4, אויף וואָס דען איז געווען ירידת הנשמה למטה, איז דאָך נאָר אויף מסירת נפש.
טואיך בין בטוח אַז ער וועט מאריך ימים זיין".
טזאַז די נשמה איז מאיר בגוף, איז דער גוף בדרך ממילא בטל צו דעם אור הנשמה.
יזאיך דערצייל אייך דאָס בהמשך צו דעם וואָס מען האָט נעכטן גערעדט5, אַז אחד יהי' לרבבה, איינער קען אויפהויבן אַ גאַנצע מדינה.
יחד. איך וויל אייך איבערגעבן אַ ענין וואָס איז ביי מיר שוין לאַנג כמוס באוצרותי, מען קען ניט ריידען באריכות ווייל ווי געזאָגט איך אייל זיך, אָבער איך קען דעם ענין פון אייך ניט מעלים זיין6.
יטהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט אין אַ פאַרבריינגען, אַז מוצאי יו"ט שמח"ת, דאַרף מען אָפּשניידן די שטריקלעך.
כדעם ענין דאַרף מען דערהערן אין השגה, הבנה און הסברה, נאָר יעצט ריידן מיר בקצרה.
כאאין חודש אלול און תשרי נעמט דאָך יעדער איד, לא מיבעי עצם הנשמה נעמט דאָך אַ ודאי, נאָר דאָס איז דאָך וואָס עצמי נעמט, נאָר אפילו כחות הגלויים נעמען אויך אַ פולע.
כבאיז אַז עס קומט מוצאי יו"ט דאַרף מען אָפּשניידן די שטריקלעך פון די טאָרבע וואָס מען האָט איינגעפּאַקט במשך חודש אלול און תשרי.
כגדי ערשטע קריאת שמע שעל המטה מוצאי יו"ט דאַרף זיין מיט אַ געעפענטע טאָרבע.
כדאיר קענט זיך גאָר ניט פאָרשטעלן דעם קורת רוח למעלה פון אַ שמע ישראל וואָס עס זאָגט אַ פשוטער איד אין קריאת שמע שעל המטה, בפרט פון דעם ביי וועמען עס דערהערט זיך דער שמע ישראל אין השכלה אין הבנה און אין אַ החלט אויף אַ בפועל טוב.
כהווי דער מאמר הידוע פון אַ חסיד, וואָס פלעגט זאָגען נאָך קריאת שמע שעל המטה: "אַה! מאָרגן דאַרף מען אויפשטיין גאָר אַ אַנדערער"7; די אומצופרידענהייט מיט דעם היינט, און די קבלה אַז מאָרגן דאַרף מען זיין בעסער.
כוה. איך בין מחוייב אַ קרבן תודה ושלמים אויף דעם חסד ה' וואָס ער האָט געטאָן מיט אונז.
כזדער אויבערשטער ווייס — איך וויל ניט זאָגן דעם לשון המורגל ביי בני אדם, וואָס מאַכען דעם אויבערשטען פאַר אַ עדות — ווי צובראָכן איך בין געווען פאַרענדיק אַהער אין אַמעריקע, איך בין געווען כחרס הנשבר; איך האָב געוואוסט אַז דאָ זיינען דאָ אידען, חסידים, תמימים, אָבער איך האָב זיך געשראָקען פאַר דעם רעש און הוהאַ פון אַמעריקא.
כחווען איך בין נאָך געווען אין ריגאַ האָב איך געציילט די שעות וואָס איך בלייב נאָך דאָרט. אַז מיר זיינען געפאָרן אויפ'ן שיף צוועלףדרייצן טעג8 האָב איך געוואָלט, אַז מען זאָל נאָך לענגער פאָרען. קומענדיג אַהער בין איך געווען אַזוי צובראָכן, אַז איך האָב ניט געוואוסט וואָס עס טוט זיך מיט מיר.
כטווען איך האָב אָנגעהויבן רעדן וועגען מייסד זיין דאָ אַ ישיבה תומכי-תמימים, האָט מען מיר אָנגעקוקט וואָס איך רייד און האָבן געזאָגט אַז דאָ אין אַמעריקא איז דאָס אוממעגליך9.
לעס זיינען אַריינגעקומען צו מיר תלמידים פון אַנדערע ישיבות, אָבער אָן לייב און לעבן, אַן באָרד און פאות, אָן ציצית; יע, זיי האָבן אפשר די ציצית אין די הויזן, אָבער...
לאב"ה, אַז עס האָט זיך אויפגעטאָן וואָס איך האָב אַליין ניט משער געווען, עס איז למעלה מדרך השתלשלות; הגם עפ"י סדר והדרגה אַז מען טוט העלפט דער אויבערשטער, אָבער אַזאַ הפלאה איז נאָר למעלה מסדר השתלשלות.
לבמען האָט ב"ה געפענט פענסטער אין דעם טומאן — נעפּעל10. אָבער אַ ציור פון אַ ליובאַוויטשער — רוסישער — תמים האָבען זיי דאָ נאָך ניט געזען.
לגדער אויבערשטער זאָל שיקן משיח'ן בקרוב און מיר זאָלן אַלע גיין בקרוב אין ארץ ישראל, אָבער דערווייל האָבען זיי דאָרט — הכוונה על התמימים מרוסיא שבאו כעת לפּאַריז — "פּלענטי" (גענוג) אַרבעט, זיי דאַרפן דאָרט זיין, זיי האָבן דאָרט גענוג אַרבעט.
לדו. דער אויבערשטער זאָל געבן אַז דעם יאָר זאָל זיין אַ סאַך תנאים'ס, חתונות, און שמחות ביי אידן; עס זאָל זיין אַ ריבוי, עס זאָל נתמלא ווערען וואָס מען האָט ביי אונז צוגענומען.
להדער אויבערשטער זאָל געבן אַ גאולה שלימה בקרוב בפועל ממש און ניט נאָר בכח.