Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·Second day of Shavuos 5709 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·יום ב' דחה"ש תש"ט·בסעודה

איום ב' דחה"ש תש"ט, בסעודה
יא. (רבים דחקו עצמם להכנס, והממונים על הסדר שמרו על הדלת ולא נתנו לכולם להכנס. כשחזר אחד הממונים למקומו אצל השולחן שאל כ"ק אדמו"ר שליט"א: וואָס איז געוואָרען. וענה: עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס מ'וויל ניט זיי זאָלען אַריינגעהן. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) מען דאַרף זען אַז די טעמים זאָלען ניט זיין. מ'דאַרף טאָן, ניט אין דעם ניט אַריינלאָזען, נאָר — אַז די טעמים אויף ניט אַריינלאָזען זאָלען ניט זיין.
ב(אח"כ בא עוד אחד ושאל אותו כ"ק אדמו"ר שליט"א:) וואו האַלט מען ביי הגבל, צי ביי וקדשתו.
געס איז דאָ דער הגבל את ההר, און עס איז פאַראַן דער וקדשתו8. חסידים האַלטען ביי וקדשתו. דער וכבסו שמלותם9 דאָס מוז זיין. רייניקען, רייבען, קראַצען אפילו די לבושים10. וכבסו שמלותם דאָס מוז זיין, דאַן איז דאָ דער הגבל את ההר וקדשתו.
דיב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז מען איז זיך אַמאָל מונע צו זאָגען אַ שאַרפען וואָרט, ווייל דעם מקבל וועט עס וויי טאָן, אָבער מען דאַרף דאָך זאָגען.
האהבת ישראל, דערהערען אַ צווייטען אידען, דאַרף מען דאָס פיהלען בתוך ופנימיות, — אין פנימיות פון תוך.
ויג. עס איז אַ חילוק פון דעם חסיד'ישען חינוך ביז דעם סתם חינוך. מ'מיינט ניט דעם פרייען חינוך, פון דעם רעדט מען ניט, נאָר אפילו פון דעם פרומען חינוך.
זווען איך בין געווען גאָר אַ קליין קינד, גלייך ווי איך האָב אָנגעפאַנגען צו ריידען, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיר געזאָגט: אַלץ וואָס דו וועסט וועלען פרעגען, זאָלסטו פרעגען ביי מיר.
חהגם איך האָב געהאַט אַ בעזונדער מענטש וואָס האָט אַכטונג געגעבען אויף מיר אין אַלע ענינים, פונדעסטוועגען האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: אַלע ענינים וואָס דו וועסט האָבען צו פרעגען — זאָלסטו פרעגען ביי מיר.
טווען מען האָט מיר מחנך געווען זאָגען מודה אני11, האָט מען מיר געהיי­סען צולייגען איין האַנד צו די צווייטע, און איינבויגען די קאָפּ און אַזוי זאָגען מודה אני.
יווען איך בין געוואָרען אַ ביסעל עלטער, אָבער אַלץ נאָך אין די קינדער­יאָהרען, האָב איך געפרעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: פאַרוואָס ווען מען זאָגט מודה אני, דאַרף מען צולייגען איין האַנד צו די אַנדערע, און מרכין זיין את הראש. האָט ער מיר געענטפערט: באמת דאַרף מען טאָן ניט פרעגענדיק פאַרוואָס, נאָר איך האָב דיר דאָך געזאָגט דו זאָלסט אַלץ פרעגען ביי מיר.
יאהאָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינ­גערופען ר' יוסף מרדכי דעם משרת12, אַ איד אַ בן שמונים און האָט אים גע­פרעגט: ווי אַזוי זאָגסטו אין דער פרי מודה אני. ענטפערט רי"מ: איך לייג צו איין האַנד צו די אַנדערע און בויג איין דעם קאָפּ. פרעגט אים ווייטער הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: פאַרוואָס טוסטו אַזוי. ענטפערט רי"מ: איך ווייס ניט. ווען איך בין געווען אַ קליין קינד האָט מען מיך געלערענט אַזוי.
יבזעהסט. — זאָגט צו מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — ער טוט ווייל זיין טאַטע האָט אים אַזוי געלערענט. און אַזוי פריער ביז משה רבינו און אברהם אבינו, וואָס אאע"ה איז געווען דער ערשטער איד. מען דאַרף טאָן ניט פרעגענדיק פאַרוואָס.
יגהאָב איך אַזאָג­געטאָן: איך בין דאָך נאָך אַ קליינינקער. ענטפערט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק:
ידאַלע אידען זיינען קליין, און אַז מען ווערט עלטער זעהט מען ערשט אַז מען איז קליין.
טואָט דאָס הייסט חינוך אמיתי.
טזיד. ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זיין זמנים וואָס מצד זיין שוואַכען געזונד פלעגט מען צו פאַר­בריינגען אַריינלאָזען נאָר יחידי סגולה. איך בין דאָך געווען דער מנהל פועל13 — פון ישיבת תומכי-תמימים — פלעג איך מצדד זיין, אַז ווען איך בין אַריינגע­גאַנגען זאָל די טיהר בלייבען ניט פאַר­שלאָסען, אָדער מ'זאָל קענען פון דער צווייטער זייט עפענען.
יזכבוד אמי הרבנית14 האָט געפרעגט ביי מיר, פאַרוואָס טו איך דאָס, עס איז דאָך נוגע דעם טאַטענס בריאות. האָב איך געענטפערט: איך בין דער מנהל פון תומכי-תמימים דאַרף איך זאָרגען לטובת התלמידים, און צו דעם געזונד פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וועט דאָס ניט שאָדען. אדרבא, עס וועט אים גורם זיין עונג.
יחדאָס וואָס מען לאָזט דאָ ניט אַריין, מיינט מען אַודאי אַז מען וועט מיר מכביד זיין אויב מען וועט אַריינלאָזען מעהר, אָבער באמת מיט דעם איז מען גאָר ניט מכביד.
יטמען ווייס ניט וויפיעל עס קאָסט.
כטו. דאָס וואָס מען פלעגט ניט אַריינ­לאָזען, איז געוועזען צוליעב אַ תועלת. דער וואָס פלעגט אַריינגיין פלעגט זיין דערפון געהויבען, און דער וואָס פלעגט ניט אַריינגיין פלעגט זיין ביי זיך אַראָפּ­געפאַלען. אָבער אַז דאָס, וואָס דער וואָס גייט יע אַריין איז ביי זיך געהויבען איז דאָס ישות, און דער וואָס גייט ניט אַריין איז ביי אים גסות, עס אַרט אים פאַרוואָס יענער איז אַריינגעגאַנגען און ער ניט — קען מען שוין אַלעמען אַריינלאָזען.
כאטז. איך וויל זאָגען אַ שטאַרקען וואָרט. הגם מאָנען איז ניט מיין שיטה, דאָס איז ניט דער דרך החסידות. אפילו ווען מ'דאַרף מאָנען ביי יענעם פאַרוואָס ער איז ניט ווי ער דאַרף זיין, מאָנט מען ביי זיך פאַרוואָס איז יענער אַזוי, אָבער דעם אמת מוז מען זאָגען.
כבאיך וויל ניט ריידען אין דעם האַר­בער זייט.
כגדי גאַס אין אַמעריקא איז ניט ווי עס דאַרף זיין.
כדאיך מיין ניט די ערד, דאָ איז אויס­געברוקירט מיט שטיינער, דאָ איז אַלץ פאַרשטיינערט. מען דאַרף אָבער ליכטיק מאַכען די גאַס.
כהמען דאַרף טאָן. עס איז דאָ אַפולע צו טאָן. מען דאַרף אָנפאַנגען מיט די קליינע קינדערלעך און דורכדעם וועט מען מקרב זיין די עלטערען, די באָבעס און די זיידעס.
כויז. מען דאַרף שטאַרק טאָן מיט די קליינע קינדערלעך, מיט די גדיים.
כזיח. דורך די צעהן יאָהר וואָס איך בין אין אַמעריקע האָב איך פאַרקערט מיט טויזענדער אידען. זיי זיינען טייערע אידען, אפילו דער וואָס לייגט ניט קיין תפילין ר"ל, איז, אַז מען איז אים מעורר אויף דעם און ער גיט אַ קרעכץ דאַרף מען דעם קרעכץ מקנא זיין.
כחיט. אויף וואָס וואַרט מען. מען איז דאָך מעכב די גאולה.
כטעס איז שוין ערב שבת15 נאָך חצות16. יעדער איד ערב שבת איז זיך מכין צו שבת.
למנהג ישראל תורה היא17. יעדער איד ערב שבת נאָך חצות גייט אין וואַסער, וואַשט זיך ארום, און איז זיך מכין צו שבת, ער קויפט אַ סאָטקע18 — פאַר זיך אַליין דאַרף ער דאָס ניט, נאָר אפשר וועט ער האָבען אַ אורח אויף שבת.
לאער שניידט אָפּ די נעגעל, און וואָס עס בלייבט איז ריין אָן טיט ורפש.
לבער שטעכט ניט, און אויב שטעכען שטעכט ער זיך. אַי יענער דערהערט — נו...
לגאון אַזוי אַלץ וואָס ער טוט איז דאָס אַ הכנה צו שבת, און יעדערער איז זיך מכין לפי ערכו.
לדמען דאַרף אָנפאַנגען ביי דער מעלה פון אַ אידען.
להכ. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט ביי אַ פאַרבריינגען, וואָס ער האָט געהערט פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש אויף יחידות אין נאָמען פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק, וואָס ער האָט מקבל געווען פון הוד כ"ק רבינו הזקן:
לואַ איד איז אַ כלי צו עצמות אין סוף, נאָר מען דאַרף אַראָפּנעמען די מסכים אַז עס זאָל נתגלה ווערען דער עצמי. דער רבי — הוד כ"ק רבינו הזקן — האָט דאָס ממשיך געווען צו חסידים דורך חסידות לדורותיהם.
לזדער ענין פועל'ט צוויי ענינים: עס פועל'ט אַ חיזוק און עס צו­ברעכט, עס גיט אַ חיזוק, דאָס וואָס מען ווייס אַז מען איז אַ כלי צו עצמות, און עס צוברעכט אַז מען באַטראַכט זיך, אַז עס איז אַדורכ­געגאַנגען אַ טאָג און מען איז ניט דער­פאָרען.
לחכא. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט: רז"ל זאָגען19 אם הרא­שונים כמלאכים אנו כבני אדם, ואם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים, ולא כחמורו של רבי פנחס בן יאיר.
לטרפב"י האָט זיך עוסק געווען אין הצלת נפשות20. זיין שכר וואָס מען האָט אים געגעבען מלמעלה איז געווען, אַז ער איז געוואָרען אַ בעל­הבית אויף זיין חמור.
מעס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זיינען זיך עוסק אין דעם טוב, און עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זיינען זיך עוסק אין דעם לא טוב.
מאער — רפב"י — איז געווען אַ בעל­הבית אויף זיין חמור. ביי זיין חמור איז דאָס געווען ניט בהרגש הלב, נאָר בהרגש הדעת21.
מבאַז מען באַטראַכט די הפלאה פון דעם זעהט מען ווי מען האַלט ביי גאָרניט. ווי מורי הרשב"ץ פלעגט זאָגען: לא פגע ולא נגע22.
מגכב. מען דאַרף זינגען דעם רבי'נס ניגון פון די פיר פאַלען. מען זאָל אים זינגען זעהר געלאַסען און הויך ווי מעגליך. דעם פערטען פאַל איבער'חזר'ן פיר מאָל. מען מעג זיך אויפשטעלען ביים זינגען דעם ניגון.
מד(ניגנו בעמידה. אחרי שניגנו הניגון אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
מהעס איז ברור הדבר, אַ רבינס אַ ניגון הערט מען אין גן עדן העליון, דעם ניגון המיוחס — אַזוי האָבען חסידים גערופען דעם רבינס ניגון פון די פיר פאַלען — אין רדל"א, דלא ידע ולא אתידע.
מוא חסיד'ישער ניגון הויבט­אויף דריי טפחים. אַ רבי'נס אַ ניגון מעהרער. דער ניגון המיוחס הויבט­אויף פון עמקי שאול ביז תכלית העילוי. תכלית העילוי איז, אַז השכלה דערהערט זיך אין עבודה.
מזכג. חסידים ב"ה לעבען. עס דאַרף אָבער זיין להחיות, מאַכען יענעם לעבען, און דאָס פעלט לעת­עתה.
מחכד. (אחרי ברהמ"ז נתן בעצמו בידו הק' מהכוס של ברכה לכל הנאספים. אחד הציע אולי ליתן לאחר לחלק. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
מטאַ איד דאַרף זיך ניט בענוגענען מיט זעהן אַז יענער זאָל טאָן יענעם אַ טובה. נאָר מען דאַרף וועלען אַליין טאָן.
נכה. (אח"כ נתן לא' לחלק כוס של ברכה לכל הנאספים בביהמ"ד וצוה להכריז:)
נאמען מאָנט ניט קיין סך. יעדער איינער זאָל מאַכען לעבען נאָך איינעם, און דורכדעם וואָס ער וועט מאַכען יענעם לעבען, וועט ער אַליין לעבען.
נבכו. ביום שני אחרי ברכת המזון דסעודת ההתועדות ציוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לפתוח הדלתות, ונכנסו גם כל אלו שלא הרשום להכנס להסעודה — לקבל פני הרב ולאמר: גוט יום טוב.
נגכן בשני הלילות דחג השבועות אחרי תפלת ערבית, נכנסו כל הנאספים להיכל כ"ק אדמו"ר שליט"א לקבל וגם לאמר: גוט יום טוב.