Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·Simchas Torah day 5709 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·יום שמח"ת בסעודה תש"ט

איום שמח"ת בסעודה תש"ט1
א. אין דעם זמן ווען דער בעש"ט נ"ע איז געוועזען אַ נסתר, איז זיין הנהגה אויך געוועזן ווי אַ נסתר. די מעלת רוממות והפלאת נשמת הבעש"ט האָבען דערהערט אפילו ציגן, זיי האָבן זיך אויפגעשטעלט אויף די אונטערשטע פיס, און די אויבערשטע פיס האָבען זיי געהאַלטן אין די הויך בקומה זקופה ווי אַ אדם2. דער בעש"ט האָט ממשיך געוועזן אין זיי ווי מצד זייער שרש ווי זיי זיינען למעלה, אָבער למטה זיינען זיי געבליבן ציגן, חאָטש בעל­שם'סקע ציגן וואָס באַ זיי איז געוועזן אַ הבדל פון חצי התחתון ביז חצי העליון, און עס האָט זיך דער­הערט באַ זיי מעלת העליון על התחתון, ניט ווי באַ אַנדערע וואָס באַ זיי איז דער תחתון גלייך ווי דער עליון — אָבער דאָך ציגן.
בלאחר התגלות פון דעם בעש"ט: א) האָט זיך אָנגעהערט די מעלת האדם לגבי ציגן. ב) עס איז נתגלה געוואָרן די מעלה פון די אנשים פשוטים; ווייל אין יענעם זמן האָט זיך זייער אָנגעזען די מופלגי תורה — די יודעי תורה, און אַ איש פשוט איז גאָר קיין מציאות ניט געוועזען, מ'האָט זיך מיט איהם ניט גע­רעכענט, דער איש פשוט איז געוועזען אַ מובדל, און דער בעש"ט האָט מגלה געווען די מעלה פון אנשים פשוטים.
גוואס אַזוי איז אויך געוועזן די שיטה פון אַלטן רבי'ן נ"ע ביז ער איז געקומען קיין מעזריטש — זיין אַ מובדל פון אנשים פשוטים — ווען דער אַלטער רבי איז גע­קומען דאָס ערשטע מאָל קיין מעזריטש, לבד זאת וואָס דער מגיד האָט אים מגלה געווען ווער ער איז און וואָס ער איז און וואָס שליחות נשמתו איז בזה העולם, האָט ער אים געזאָגט אַז די שיטה איז קיין שיטה ניט3.
דדער אַלטער רבי האָט געהאַט פון דעם אַ צער פנימי, און פון דעם קראַנק געוואָרען בגופו,
הדער אַלטער רבי וואָס זיין נשמה איז געוועזן אַ נשמה דאצילות עצמו, און דאָ למטה האָט זי מאיר געוועזן באַ אים דער תוקף עוז ווי למעלה4 — האָט געהאַט פון דעם אַ צער פנימי.
והגם ער איז געוועזען אַ גיבור — איז ער קראַנק געוואָרן, וכידוע המעשה מהתולעים — בהחוטם — וואָס די רופאים האָבן געזאָגט אַז דאָס איז פון אַ טיפן צער5.
זדער צער איז געווען אַ כפול ומשו­לש, פון זיך און פון די תלמידים, ווייל די תלמידים האָבן מרגיש געווען יעדע תנו­עה. און האָט בעדאַרפן אַ סאַך האָרעווען אַריינצוברענגן די שיטה; און בלויז דער קירוב6 האָט אים געגעבן כח דאָס דורכ­צוטראָגן.
חב. מען האָט שוין נעכטן גערעדט7 וואָס כ"ק אאמו"ר נ"ע האָט געזאָגט, אַז ער האָט געמאַכט תומכי-תמימים אַז די תלמידים זאָלען זיין פאסטאוואייעס. פאסטאוואייעס זיינען געמאַכט געוואָרן צו ווייזן דעם וועג. תמימים דאַרפן ווייזן דעם וועג, מ'זאָל ניט זיין קיין תועה בדרך החיים. עס איז דאָ דרך החיים און חיי החיים, תמימים דאַרפן ווייזן פאַר אַלעמען דעם דרך פון חיי החיים, מ'זאָל ניט זיין קיין תועה בדרך.
טתמימים! איר טאָרט ח"ו ניט פאַרנאַכ­לעסיגן די כחות וואָס מ'האָט אייך געגעבן. מען זאָגט צו זיך: מי אני ומה אני — ווער בין איך וואָס בין איך, און באמת איז ער טאַקע ניט קיין "מי" און מכש"כ קיין "מה", ווייל ער איז דאָך אַ יש. נאָר אַז מ'האָט אים אַוועקגעשטעלט האָט ער כחות דערצו.
יאַז מען שטייט אויף דער פּאָסטן, איז יש לו על מי לסמוך; און אַז מען גייט אַוועק פון פּאָסטן8, איז ער אַ מתחייב בנפשו.
יאביים טאַטן — כ"ק אאמו"ר הרה"ק — פלעגט זיין אַ אויסשפּראַך: מ'דאַרף זיך נעמען דאָ ראבאטי. מ'דאַרף זיך ניט פאַרלאָזען אויף דעם וואָס מען גיט מלמעלה; אַז מען האָרעוועט אַליין, העלפט דאָס.
יבג. אמר: לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבן חיים גשמיים, חיים רוחניים. דער אויבערשטער זאָל געבן אַ שנה ברוכה, עס זאָל ניט זיין קיינע מניעות אויף בריאות, פרנסה, נחת פון בני בית אין עבודה רוחנית.
יגד. איך האָב שוין עטלעכע מאָל דער­ציילט9 אַז דער טאַטע — כ"ק אאמו"ר הרה"ק — האָט מיט מיר געלערנט דעם סידור, איך מיין ניט איצטער דעם סידור מיט'ן פירוש פון אדמו"ר הזקן — דאָס איז אַ באַזונדער זאַך — נאָר פשוט דעם פירוש המלות פון סידור.
ידווען ער איז צוגעקומען וואו עס שטייט10: "לשמיני עצרת ולשמחת תורה" דאַרף מען זאָגן "ביום השמיני עצרת" — האָט ער געפרעגט: וויבאַלד עס שטייט דאָך בפירוש "ביום השמיני עצרת" איז דאָך מובן אַז דאָס איז (אויך) אויף שמיני עצרת, און נאָך וואָס דאַרף שטיין בע­פאָר: "לשמיני עצרת"?
טוהאָט ער געטייטשט:
טזביום השמיני, שמיני מלשון שמן — פעט11, דעם טאָג וואָס איז שמן מיט אַ סאַך אורות וגילוים, דאָס איז עצרת, תהי' לכם איז שמחת תורה.
יזנאָך אַ פשט: ביום השמיני עצרת לשון קליטה, דאָס דערהערט זיך אין תהי' לכם, וואָס דאָס איז שמחת תורה.
יחנאָך אַ פשט: ביום השמיני איז שמיני עצרת, עצרת שמחת תורה, תהי' לכם אין אַ גאַנץ יאָר.
יטשמחת תורה איז די עבודה פון קלאַפּן מיט די פיס און קלאַפּען מיט די הענט, און אַ גאַנץ יאָהר איז די עבודה קלאַפּן (אַרבעטן) מיט'ן קאָפּ, ניט בלויז עפענען דעם מאמר, נאָר אַריינקלאַפּן דעם מאמר אין קאָפּ.
כה. עס איז דאָ אור באל"ף און עור בעי"ן12.. .
כאו. אַ חסידישע פאַרבריינגען איז אַלעס בהתיישבות אָן התגלות המדות, אויב יאָ איז אַלעס אין זיך.
כבז. החג יש לו תשלומין כל שבעה13, אין ליובאַוויטש דליובאַוויטש פלעגט מען פאַרבריינגען נאָך שמח"ת אַלע נאַכט ביז ראש חודש. איך געדענק ווען איך בין נאָך געוועזען אַ קינד האָט מיך דער טאַטע מיטגענומען אין קליינעם זאַל צום פאַרבריינגען, די מאַמע האָט געמאָנט: ער דאַרף דאָך שלאָפן. ואמר14: זאָל ער דאָרט שלאָפן, אַז ער וועט עלטער ווערן וועט זיך אים ניט וועלן שלאָפן15. (ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) מ'דאַרף ציילן די ווערטער. (ואמר עוד:) דאָ איז מען אביסל פאַרוואָגלט.
כגח. (אמר:) מ'דאַרף זיך מכין זיין צו זינגען דעם ניגון של אדמו"ר הזקן בן ד' הבבות, די הכנה איז זינגען אַ ניגון קודם לזה (וצוה לכפול בבא הרביעית ארבעה פעמים).