Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos - 5709· First night of Sukkos 5709 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"ט· ליל א' דחג הסוכות תש"ט בסעודה
אליל א' דחג הסוכות תש"ט בסעודה
א. כ"ק1 אדמו"ר שליט"א פנה להרמ"ד, ובקשו לנגן, ואמר הנ"ל: איך קען נאָר פרייליכע ניגונים, עס איז דאָך היינט זמן שמחתינו. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: פון דעם ענן הקטורת פון יום כפור ווערט סוכות שמחה2.
א. כ"ק1 אדמו"ר שליט"א פנה להרמ"ד, ובקשו לנגן, ואמר הנ"ל: איך קען נאָר פרייליכע ניגונים, עס איז דאָך היינט זמן שמחתינו. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: פון דעם ענן הקטורת פון יום כפור ווערט סוכות שמחה2.
בב. עס3 זיינען דאָ פערשידענע ניגונים, פאַראַן נאַרישע ניגונים, עד"מ ער קלאַפט מיט די פיס און פּאַטשט מיט די הענט, אָבער עס איז גאָר ניט, ס'איז אָהן אַ תוך, און עס איז פאַראַן פנימיותדיגע ניגונים, ע"ד ר"מ הוה מנגן בכל מיני ניגונא4.
געס איז דאָ שמחת הקול, שמחת הלב, צעקת הקול, און צעקת הלב. שמחת הקול איז חיצוניות, כנ"ל, די איבעריגע דריי דרגות, דאָס איז די עבודה פון ר"ה יוכ"פ און סוכות. סוכות איז שמחת הלב, עס קען זיין אַז אין שמחת הלב זאָל אויך זיין דער צעקת הלב, אָבער דערצו דאַרף מען לערנען אַ פולע חסידות5.
דג. (א' מהמסובים תיקן את הקערה שהעמידו לפני כ"ק אד"ש, ושאל אם הוא רוצה כך6, וענה לו כ"ק אדמו"ר שליט"א:) וואָס איז שייך אַ וועל אין אַ ענין פון חיצוניות?
הד. אין יאָהר תרנ"ט זיצענדיק די ערשטע נאַכט אין סוכה האָט כ"ק אאמו"ר גערעדט אַ שמועס באריכות, וואָס דער קוטב הענין איז געווען אַז עס איז פאַראַן עבודת המוח און עבודת המדות, מדות אָהן מוחין איז גאָר ניט, און מוחין אָהן מדות איז גאָר ניט. אין עבודת המוח איז אויך דאָ מדות נאָר דער הפרש איז צי עילאה גבר אָדער תתאה גבר.
ודער רבי — כ"ק אדמו"ר הזקן — איז געווען עבודת המוח, דער בערדיטשעווער רב איז געווען עבודת המדות. ביידע זיינען געווען בעלי השכלה און ביידע זיינען געווען בעלי מדות, נאָר דער הפרש איז געווען צי תתאה גבר אָדער עילאה גבר.
זעס איז ידוע אַז דער באַרדיטשעווער פלעגט די ערשטע נאַכט סוכות וואַרטען אַ גאַנצע נאַכט עס זאָל שוין ווערן טאָג — שיוכל לברך על הלולב — און פלעגט אַרויס שיקען אַלע וויילע דעם משרת זעהן אויב עס איז שוין טאָג. דער אַלטער רבי פלעגט ניט וואַרטען אויף טאָג, נאָר אַז עס איז שוין געוואָרען טאָג האָט ער דערהערט.. .
ח(וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אַה, דער עיקר החסידות איז לעבן מיט אַ וואָרט. איך דערמאָן זיך ווי מיר האָבען געהערט דעם וואָרט פון טאַטען.
טעס איז דאָך ידוע דער סיפור7, אַז ביי דעם בעש"ט — בעת תפלת קבלת שבת — פלעגען זיך די ציגען אויפשטעלען "דובאם" (שהגביהו רגליהם שמלפנים).
ידאָס איז אַ ציור, ווי מיר האָבען דעמאָלסט געהערט דעם וואָרט פון טאַטען, טאַקע ציגען אָבער אויפגעהויבען. כי, הלא בעזים יש פנים ואחור אלא כשהולכים כרגיל אז הכל בשוה, משא"כ כשמגביהים את רגליהם שלפניהם, אז ניכר הפנים שבהם.