Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·Night of Simchas Torah before Hakafos 5709ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·ליל שמח"ת קודם הקפות תש"ט

אליל שמח"ת קודם הקפות תש"ט
א. שמחת תורה רעדט מען נאָר בלויז ווערטער, דער פירוש וביאור דערהערט די עצם הנשמה.
בשמחת תורה — איז די נידעריגסטע דרגא דערהערט די העכסטע און די העכסטע איז זיך מתלבש אין די נידע­ריגסטע.
גאין יעדער זאַך איז דאָ אַ פירוש, ביאור והסבר. אויף דעם קידוש פון שמח"ת האָבען מיר אַמאָהל געהערט, אַז דאָס איז לעילא מכל הפירושים, דער "ולעילא" פון נעילה (חסידים זאָגען דאָך ניט "לעילא ולעילא" — נאָר בלויז צו נעילה1) דערהערט זיך אין דעם קידוש פון שמח"ת.
דאַזוי ביי קידוש איז דאָך דאָ אַ מוציא און אַ יוצא, וואָס דער מוציא דאַרף מכוין זיין מוציא זיין, און דער יוצא דאַרף מכוין זיין לצאת, דאָס מיינט אַז ביידע דאַרפען האָבען דעת, אָבער קידוש פון שמח"ת איז העכער דערפון, יעדער דאַרף נעמען דעם סידור און זאָגען די ווערטער פון קידוש און מאַכען שהחיינו אויף די תורה2, דער שהחיינו פון קידוש פון שמחת תורה איז אויף תורה3.
הב. תורת החסידות חב"ד לייגט אַריין אַ פינגער אין מויל. מען דאַרף ניט האָבען יגיעה ועבודה, בלויז אויף השגה והבנה, עבודה ויגיעה דאַרף מען האָבען אויף דעם בפועל. עיקר העבודה איז מדות חסידות4, און אַז עס איז דאָ מדות חסידות פאַרשטייט מען תורת החסידות, און אַז עס איז דאָ תורת החסידות, איז שוים דאַמאָלסט די מדות חסידות גאָר אַנדערע.
וג. מען האָט אַמאָל גערעדט5 אַז שמחת תורה דאַרף מען אָנהויבען פאַ­נאַנדערפעקלען די פּעקלאַך וואָס מען האָט איינגעקויפט. שמח"ת איז דאָך דער סיום העבודה פון חדשי אלול ותשרי, וואָס דאָס אַלעס דערהערט זיך אין שמע"צ ושמח"ת. אַזוי ווי אַ סוחר וואָס פאָהרט אויף אַ יריד און גיט אויס זיין גאַנצע געלט, און פאַרמשכונ'ט זיך אויף פרעמדע געלט אויף איינצוקויפען וואָס מעהר סחורה; נאָכדעם אַז ער קומט אַהיים, פּאַקט ער אויס די פּעקלאַך און לייגט פאַנאַנדער די סחורה, זעהן וואָס ער האָט איינגעקויפט. אַזוי איז אויך אין חדשי אלול ר"ה יוכ"פ און סוכות האָט מען איינגעקויפט אַסאַך סחורה; שמחת תורה דאַרף מען אָנהויבען פאַנאַנדערפּאַקען די פּעקלאַך, אָבער מען דאַרף מאַכען אַ חשבון ווי האָט מען אויסגעצאָהלט פאַר די סחורה פון פאַראַיאָהרען, מיט וואָס פאַר אַ חשבון קומט מען ווייטער נעמען, וואָס פאַר אַ פנים האָט מען פאַר זיך אַליין.
זד. חסידות חב"ד מאָנט ניט אַז מען זאָל טאָהן אין תיקון העולם, נאָר טאָהן מיט זיך אַליין, מען דאַרף זיך קענען מיט די מעלות און חסרונות6. מען דאַרף ניט מעלים זיין די מעלות עצמו, אויב מען הערט ניט אָן די בהירות פון די מעלה, דערהערט מען ניט די שאַרפקייט פון די חסרונות. נאָר דער חילוק איז פון וואַנען מען הויבט אָן: פאַראַן אַזעלכע וועלכע הויבן אָן פון די מעלה און בלייבן דערביי, ממילא ווערט ער מער יש און מער גס, ביז אַ נפש היפה קען ניט שטיין אין זיינע ד' אמות.
חס'קען זיין אַז איך רעד אַביסל צו האַסטיג, אָבער עס איז טוטוויי די האַרץ.
טאידן! עס קלינגט אין מיינע אויערן, האַרץ און מוח די ווערטער וועלכע איך האָב מיט אַ פולע יאָרן צוריק געהערט, וועגן דעם יוקר און געשמאַק פון יעדן אידן, פון אַ איש פשוט. וואָס דאָס וואָס דער אַלטער רבי האָט גענומען אין מעזריטש7, וואָס לבד די גילוים וואָס מען האָט אים דאָרט מגלה געווען, ווער ער איז און וואָס ער איז און וואָס ער דאַרף אופטאָן אין עולם — האָט מען אויך מגלה געווען, צו דערהערן דער עילוי פון אַ איש פשוט, נאָר מען מוז דאָך רעדען דעם אמת.
יאיך רעד ניט וועגן דעם כלל חסידים, נאָר וועגן פרטים. פאַראַן אַזעלכע וואָס אַז מען רעדט מעלות מיינט ער אַז מען מיינט אים. חסרונות מאַכט ניט אויס, אויב ער מיינט זיך, חסרונות פעלט ב"ה ניט, אָבער מעלות. . .
יאוואו איז די קביעות עתים לתורה, קביעות עתים לתפלה באריכות. אויף תירוצים איז יעדער איינער אַ גרויסער.
יבשמח"ת איז אַ זמן צו מאַכן אַ החלטה אויף אַראָפּצובריינגען בפועל.
יגה. הזמן קצר והמלאכה מרובה8. וויל איך אייך איבערגעבן אַ קורצן וואָרט פון טאַטן.
ידמיין נשמה — זאָגט דער טאַטע — איז אַראָפּגעקומען אויף צו מאַכן דעם מטה און ליכטיג מאַכן דעם מטה.
טובאמת איז דאָס אַזוי אין אַלע נשמות, נאָר דער חילוק איז פון אַ נשמה פרטית צו אַ נשמה כללית. מיין נשמה איז אַראָפּגעקומען מחנך זיין — אידן — און ממלא זיין. אַז עס איז געקומען אַ געוויסער זמן (כ"ק אאמו"ר אמר לי מתי הי' הזמן. אבל לא אוכל לגלות ברבים) — זאָגט מיר ווייטער דער טאַטע — בין איך געווען אויף יחידות ביי דעם טאַטן (הוא כ"ק אאזמו"ר מהר"ש). זאָגט מיר דער טאַטע (כ"ק אדמו"ר מהר"ש לכ"ק אאמו"ר) דו ווייסט נאָך וואָס דיין נשמה איז אַראָפּגעקומען דאָ למטה? דאָס איז בכלל אַ נשמה און בפרט אַ נשמה. . .
טזאַז איך האָב דאָס דערהערט פון טאַטן — ממשיך כ"ק אאמו"ר — האָט מיר אָנגעחאַפּט אַ שטעכעניס ביז די פּיאַטעס פון די פיס — ומאז נחלה כ"ק אאמו"ר בגופו מה שסבל מזה כל ימי חייו — נאָכדעם האָב איך אָנגעהויבן לערנען שו"ע מיט אַלע יש אומרים'ס און יש מחמירים'ס און האָב דאָס איינגילערנט מיט די אברי הגוף9. און אַ משך זמן שפּעטער האָב איך פאַרשטאַנען אַז מען דאַרף טאָן מיט זיך, און ניט אין תיקון העולם; און זיך מזכך גיווען. ביז וואַנען אַז איך האָב געקראָגן אַ נמיכות רוח און אַ דרך ארץ פאַר זיך אַליין.
יזהשכלה איז אַ פּעטאַקל10 ניט ווערט — ועשה תנועת צרידה באצבעותיו כמו שהי' רגיל לעשות —. אָבער עבודה איז אַ פולער הויפן — ועשה תנועה בידיו מלא חפניו — מיט גאָלדענע מטבעות. די גאַנצע השכלה איז נאָר צוליב עבודה, עבודה מיינט דערהערן: דערהערן אַ געשמאַק אין אַ אידן, אַ געשמאַק אין תורה, אַ געשמאַק אין מצוות, וואָס דעמאָלסט דערהערט מען אַ געשמאַק אין פנימיות העצמות.
יחאַ נשמה כללית איז, אַז וואָס מען הערט און וואָס מען זעהט איז דאָס אַ גילוי מלמעלה11.
יטאַה! אַז מען וואָלט האָבן אַ ציור אין אַ נשמה וואָס זי טוט אין ג"ע התחתון, אין ג"ע העליון, אין די כ"ד שעות היום, אין ימות החול, שבת יו"ט און ר"ח. די וועלכע לערנען פנימיות התורה ווייסן דאָס, אָבער מען דאַרף האָבען אַ ציור אין דעם.
כאפילו אין דער פינסטערע ביטערע קאַלטע אַמעריקא, לעבט מען מיט די זכרונות. מען דאַרף טאַקע ניט וועלן די יסורים, אָבער זיי זיינען מזכך.
כאו. עס איז פאַראַן אַ דרך המלך, אַ שאָסיי, וואָס אויף דעם דרך המלך שטעלט מען אַוועק סימנים, פאסטא­ווייעס, וואָס זיי ווייזן וויפל מען איז שוין אָפּגעפאָרען און וויפיל מען דאַרף נאָך פאָרן. אויך ווייזן זיי דעם וועג: אויב דו ווילסט פאָרן דאָרט דאַרפסטו פאָרן דורך די וועג; און אויב דו ווילסט פאָרן ערגעץ אַנדערש וואו, דאַרפסטו פאָרן דורך דער אַנדער וועג. אַמאָל זאָגן זיי אויך אַ דרך קצרה, אָבער דער עיקר וואָס זיי ווייזן ווי צו פאָרן. די פאסטאווייעס נייטן ניט דעם מענטשן, נאָר זיי ווייזן אָן דעם ריכטיגן וועג וואוהין צו גיין.
כבדער טאַטע האָט מייסד געווען תומכי-תמימים, ווי ער האָט געזאָגט און אויך געשריבען אין דעם ערשטען בריף12, ניט צו מאַכען אַ ישיבה פאַר זיך, און בלויז צו קענען לערנען. דער טאַטע האָט מייסד גיווען תומכי-תמימים אויף צו מאַכען פאסטאוואייעס. די תמימים זיינען די פאסטאוואייעס13, וואו זיי זיינען, דאַרפען זיי ווייזען דעם וועג; קיינעם ניט מכריח זיין, נאָר בלויז מורה זיין דעם דרך — וואו איז דער גוטער ריכטיגער וועג.
כגאיך וויל יעצט ריידן צו די פאסטא­ווייעס, צו די תמימים: איר דאַרפט וויסן וואָס פאַר אַ כחות מען האָט אייך געגעבן, איר זאָלט אויסניצן די כחות. אַ אמירה פון אַ צדיק איז אַ נתינת כח, און בפרט אַז ער — דער צדיק — האָט זיך מוסר נפש גיווען אויף דעם. מען האָט אייך אנגיגלויבט דעם גושפנקא דמלכא, על דרך ווי אַ נאָטאָריוס, וואָס לייגט די חתימה, און קיינער קען נאָך דעם ניט משנה זיין; מיט וואָס איז זיין כח שטאַרקער פאַר אַ אַנדערן, נאָר מיט דעם וואָס ער האָט די גושפנקא דמלכא. אַזוי איז אויך איר תמימים, איר האָט די גושפנקא דמלכא, דאַרפט איר דאָס אויסניצן אין אייער עבודה, יעדער אויף זיין אָרט.
כדעס איז אָבער פאַראַן דער קלוגינ­קער, אָט דער נוכל — יצה"ר ונה"ב — וואָס ער שאַרפט די ציינער איינצובייסן יעדערן לפי ערכו. דעם מיט השכלה, דעם מיט עבודה (מדות). אָבער דער אַלטער רבי האָט אויפגעטאָן אַז חסידים זאָלען זיין חכמים מחוכמים — דער­שמעקן זיי וואו דער עכבר ליגט, אַמאָל דאַכט זיך אַז עס שמעקט פון יענעם און באמת שמעקט גאָר פון זיך אַליין.
כהשמחת תורה פּאַקט מען פאַנאַנדער די פּעקלאַך5, אויב מען האָט נאָך ניט אויסגעניצט די סחורה פון פריערדיגן יאָר, קען מען דאָס אויך אַריינוואַרפן אין פרישן פּעקל.
כוז. דער אויבערשטער זאָל געבן אַ שנת עבודה במנוחה. דער אויבערשטער זאָל אַראָפּנעמען אַלע מניעות ועיכובים אויף עבודה בפועל.