Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·Purim 5709ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·פורים תש"ט

אפורים תש"ט
א. עס איז פאַראַן ענינים וואָס עס איז דאָ געוויסע זמנים וועלכע מ'דאַרף זיי ריידען, מ'דאַרף זיי ריידען שאַרף, אָבער מען מוז דאָס ריידען קורץ, ד.ה. קורץ און שאַרף.
בדי התחלה פון תורה איז די ליידיגע, די שיטות פנויות1. תורה איז אותיות, אותיות פון תורה, אידען קויפן אותיות פון תורה, יעדער אות איז אַ עולם מלא, יעדער איד איז אַ תורה שלימה, אידען און תורה איז איין זאַך2.
גדי התחלה פון תורה איז די ליידיגע, ליידיג פון וואָס עס מאַכט פול, ווי מיר זעהן בגשמיות ביי אַ כלי, זי איז ליידיג פון אַ אַנדער זאַך וואָס מען פילט אָן.
דחומריות איז גראָ?, גשמיות קען מען מתקן זיין3. מיר זעהן ביי אַ מאכל שלא נתבשל מאַכט דער מאכל פול. אַז מען עסט אַ מאכל שנתבשל און דער מאכל ווערט נתעכל, ווערט ער דורך דעם מאכל נתחזק — דער חלוש ווערט אַ גבור, וואָס קודם האכילה איז ער אַ חלוש און דער מאכל איז אַ נתינת כח וואָס דער חלוש ווערט אַ גבור, אָבער אַ מאכל שאינו מתעכל איז לא די וואָס עס מאַכט פון אַ גבור אַ חלוש — מאַכט דאָס איהם נאָך פאַר אַ חולה.
האין עבודה איז דאָס: עס איז דאָ ג' נפשות, נפש הבהמית, נפש השכלית און נפש האלקית. מיט דעם נפש הבהמית קען מען גאָר ניט מאַכן*3, אים קען מען ניט מתקן זיין. מ'האָט פון איהם בויך­ווייטאָג, האַרץ­ווייטאָג און קאָפּ­ווייטאָג.
ודער יצה"ר איז אַ חכם4 להרע5, ער מאַכט איהם פאַר אַ צדיק, אַ תמים; מ'דאַרף זיך שטעלן מיט אַ תוקף און זאָגן צום יצה"ר: איך קען דיך מיט אַלע דיינע חכמה'לעך וואָס דו ווילסט מיך אַריינ­אַרען.
זדעם יצה"ר דאַרף מען אינגאַנצען אַרויסוואַרפען. מיט דעם נפש הבהמית קען מען עפּעס מאַכן ער זאָל זיין אַ כלי צום נפש האלקית אויף קענען אויספירען די כוונה פנימיות פון תכלית ירידת הנשמה למטה.
חב. איך האָב שוין עטליכע מאָל דער­ציילט6 פון מיין יומן, פון מיינע קינדערישע יאָרן, דאָרט איז דאָ אַ חלק מיט דעם נאָמען "וואָס געדענקסטו".
טדער טאַטע פלעגט מיך פרעגען "וואָס געדענקסטו" בכדי אָפּ­פרישען מיר דעם זכרון.
יבמשך הזמנים פלעגט ער מיר מבאר ומסביר זיין דבר דבר על אופנו וואָס ער האָט ביי מיר געפרעגט און דעם ענטפער.
יאדאָס פרעגן איז געווען בכדי עס זאָל ביי מיר בלייבן די תמונה פון די זאַך, ווייל דאָס איז פון די זמנים וואָס איך בין נאָך ניט שייך געווען צו וויסען די ענינים, און שפּעטער פלעגט ער מיר מבאר זיין דבר דבר על אופנו.
יבדער טאַטע האָט מיר מבאר געווען אַז דאָס איז על דרך ווען איינער איז מצייר אַ ציור, איז קודם ער מאַכט דעם ציור מיט אַלע גוונים, מאַכט ער פריער די כלליות'דיגע קוין פון דעם ציור אָן די פאַרבן, וואָס פון די קוין בעשאפט ער דעם חומר פון די זאַך, נאַכהער מאַכט ער די פרטי הציור מיט די פאַרבן וואָס דאָס איז די צורה.
יגפריער איז דאָס געווען אַ חומר אָן לעבעדיגקייט און איצטער גיט ער אַריין דעם לעבן.
ידפריער איז געווען התגברות החומר על הצורה, און איצטער איז ניט נאָר וואָס ער גיט אַריין אַ לעבן אין ציור נאָר עס איז אויך התגברות הצורה על החומר.
טועס פלעגט זיין אַ סדר ווען דער טאַטע פלעגט זיין אויף יחידות ביים זיידען איז נאָך יעדע יחידות פלעגט ער איהם דערציילען עטליכע סיפורים7, עס זיינען אויך געווען סיפורים וואָס ער האָט געהערט פון דעם רבי'ן דער צ"צ, וואָס דער רבי דער צ"צ האָט געהערט די סיפורים פון אַלטן רבי'ן ווען ער איז נאָך ניט געווען שייך צו הסברה און דער שווער — דער מיטעלער רבי — פלעגט דאָס איהם מסביר זיין.
טזאיינע פון די סיפורים איז: פורים איז על שם הפור8; וואָס איז פור אַליין? און אויב על שם הפור, פאַרוואָס איז דאָס ניט פור נאָר פורים9?
יזנאר דער ענין איז: פור איז עצם, פורים איז התפשטות — אַזאַ התפשטות וואָס איז מגלה דעם עצם; עס איז פאַראַן התפשטות וואָס איז מעלים על העצם, דאָ די התפשטות איז מגלה דעם עצם.
יחנאָך וואָס דאַרף מען פור?
יטהמן האָט געוואָלט דעם פור — דעם עצם. המן איז געווען דער אמת'ער תלמיד פון נחש הקדמוני, ער האָט געוואָלט מ'זאָל זיך בוקן צו אים מצד עבודה זרה, ניט צו עבודה זרה מצד אים.
כוואָס איז די סגולה לזה? מיט וואָס האָט מען אים געבראָכן?
כא— מיט דעם איש יהודי10, ניט מיט מרדכי הצדיק, נאָר איש יהודי, אַ האַרציגער איד.
כבעס איז דאָ איש, איש יהודי, און צדיק. צדיק איז מצד המוחין, ער ווייסט אַלע ענינים וואָס די נשמה פאַרמאָגט,
כגעס איז דאָ אַ בעל לב, אַ האַרציגער, ער איז גאָר ברוגז אויף מוחין, אויף וואָס דאַרף מען מוחין.
כדעס איז דאָ תורה ותפלה. תורה איז השכלה והשגה, תפלה איז האַרץ, אין תפלה איז אויך דאָ השכלה והשגה, אָבער דער עיקר איז האַרץ.
כהמיט תורה קען מען המן ניט צוברע­כען. אין תורה איז פאַראַן יודעי תורה, לומדים, לומדים מופלגים. אַזעלכע וואָס דעם רבינו תם מאַכט ער אויס למדן, דעם ריב"א פאַר אַ ניט פאַרשטייער, דעם רשב"א באַהאַלט ער אין קעשענע, רש"י זאָגט אַזוי און ער זאָגט אַזוי. אַז ער וויל מאַכט ער אַ גרייז אין די גמרא, אין רש"י — באמת איז דער גרייז אין אים נאָר ער לייגט אַריין דעם גרייז אין גמרא און רש"י. ער זאָגט אַזוי: דעם חידוש האָב איך שוין געזאָגט פאַר גאונים, זיי האָבן אפילו מבטל געווען אָבער זיי האָבן מיר אָפּ'געפרעגט מיט העזה און איך האָב זיי אָפּ'געפרעגט11 דעם תוספות מיט חכמה. דאָס איז "המן מן התורה"12, מיט תורה אַ המן.
כופטר'ן המן'ען איז נאָר דורך דעם איש יהודי, אַ פשוטער איד, מיט מסירת נפש, אַ קאַפּיטל תהלים, אַ פשוטער איד אַ דאָרפס איד מיט זיין קאַפּיטל תהלים פטר'ט ער אַוועק המן'ען.
כזנאָך דעם האָט מען געמאַכט די קביעות פון זאָגען תהלים, אויף צו ברעכען דעם המן שבכל דור ודור.
כחמיר האָבן אסך המן'ס, און ברעכען זיי איז דער איש יהודי מיט אַ האַרציג קאַפּיטל תהלים, לא בחרב ולא בחנית כי אם ברוחי13 — מיט אַ האַרציג קאַפּיטל תהלים.
כטדער כלל ישראל דאַרף האָבן רחמים רבים. מ'קען ריידן אין דעם בארוכה נאָר אַז מען רעדט בארוכה קען מען דאָך זאָגן אַ סאַך פשטים, הגם אַלע פשטים זיינען אמת, אָבער מ'דאַרף וויסן און ניט ריידן.
לדער אויבערשטער זאָל העלפן מיר זאָלן זוכה זיין צו גילוי המשיח און ער זאָל אונז פירן בחסד וברחמים אין ארץ אבותינו הקדושה תבנה ותכונן.
לאג. מ'האָט שוין אַמאָל גערעדט אין דעם14, כל בעלי השיר יוצאין בשיר ונמשכין בשיר15, אַז מען זינגט אַ ניגון, אַ פנימיות ניגון, וואָס אַ רבי האָט דעם ניגון געזונגען, דער רבי האָט אים מחבר געווען, אָדער ער האָט מיט דעם ניגון געדאַווענט, ער האָט מיט אים אויס­געטאָן.
לב— ביים זיידן פלעגט זיין ניגונים ווען ער פלעגט אויסטאָן די בגדי חול און אנטאָן די בגדי שבת, און אויסטאָן די בגדי שבת און אָנטאָן די בגדי חול16, און די אַלע בגדים זיינען געווען זיידענע17 —
לגאיז דער רבי אין זיין היכל אין ג"ע מיט אַלע חסידים און באי כחו, הערן דעם ניגון און זינגען מיט.
לדעס איז ידוע די מעשה ביים צ"צ ווען מ'האָט געזונגען דעם רבי'נס ניגון האָבען זיך אַלע אַרומגעקוקט ווי דער רבי איז דאָ18.
להעס איז ניט מער וואָס ביי אונז איז פאַרשטאָפּט די כלי השמיעה, אָבער צוליב דעם וואָס דער טויבער הערט ניט און דער בלינדער זעט ניט איז דען דער דבר הנראה והנשמע ניט פאַראַן19?
לואיז ווען מען זינגט אַ רבי'נס ניגון קען מען בעטן, דאָס איז אַ זמן פון יחידות.
לז(וצוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן קודם הניגון של ד' הבבות מאדמו"ר הזקן, ניגון של כ"ק אדמו"ר הרה"ק נ"ע — דעם טאַטענס ניגון. ואח"כ הניגון שכ"ק אדמו"ר הרה"ק נ"ע התפלל עמו, ואח"כ הניגון של ד' הבבות. בעת הניגון הזה, הנה כ"ק אדמו"ר שליט"א ניגן ג"כ אותו בדביקות גדולה ובכה הרבה בבכיות עצומות).
לחד. אַלע אידן ווייסן, דאָס איז אַ הנחה עצמית, אָפּגעלייגט, אַז בנים אתם20, בני בכורי ישראל21.
לטאַ טאַטע, אַ געטרייער טאַטע, האָט האָלט זיינע קינדער, לבד זה וואָס דער טאַטע איז זיך מצטער ווען דעם קינד פעלט עפּעס, איז זיין גאַנצער ענין אויף גורם זיין דעם קינד אַ קורת רוח.
מאפילו ווען דער קינד איז ניט ווי ער בעדאַרף זיין, פּאַטשט ער אים ניט, ער ווייס אַז מיט פּאַטשען מאַכט מען ניט, ער ווייס אַז ער איז ניט שולדיג, נאָר די סביבה איז גורם, די שלעכטע חברים, א. א.
מאער נעמט אים צו זיך און זאָגט אים: וואָס גלייכסטו זיך צו זיי, זיי זיינען דאָך שקצים וואָס גייען אין גאַס און רייסן אָפּ אַן עפּל און חאַפּן אָן אַ ברכה, דו גייסט דאָך אין חדר, טראָגסט ציצית, מאַכסט ברכות, אַז דו וועסט בעזר השי"ת ווערן אַ בר מצוה וועט מען דיר מצרף זיין צום מנין, ניין אידן וועלן זיין אין שול און מ'וועט ניט קענען זאָגן אַ דבר שבקדושה און דו וועסט משלים זיין דעם מנין צו קענען זאָגן אַ דבר שבקדושה, דאָס איז דאָך אַ זאַך. מיט דעם הויבט ער אים אויף, ער זאָל באמת בעסער ווערן.
מבדער אויבערשטער איז זייער אַ גע­טרייער טאַטע, אָבער אידן האָבן צופיל נסיונות.
מגעס איז שוין העכסטע צייט22 עס זאָל זיין גילוי המשיח, מיר ווילן אָן קאָמבי­נאַציעס.
מדאַליין גייט מען ניט, דער וואָס האָט אונז געפירט אין גלות דער דאַרף אונז אַרויסנעמען.
מהאיך וויל ניט ריידן אין דעם, עס איז ניט מיין עסק, דער אויבערשטער זאָל שיקן משיח צדקינו און צונויפנעמען אַלע אידן ווי זיי זיינען, בחסד וברחמים, און אונז פירן אין ארצנו הקדושה תבנה ותכונן23.
מו(צוה לנגן הניגון ניע זשוריצי חלאָפּצי, וכל המסובים הלכו בריקוד בשמחה רבה. ואח"כ אמר: אַ גוטן יום טוב).