Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·Reshimaספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·רשימה

ארשימה1
— ניתנה מכ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע ליום חי אלול תש"ט —
— נעתקה מגוף כתי"ק —
במנהגן של ישראל תורה היא2. האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט — י"ב תמוז תר"ן — צוויי פירושים אין דעם: א) דער מנהג אַליין איז תורה3. ב) דאָס וואָס מען היט אָפּ אונטער אַלע אומשטענדען דעם מנהג ישראל, איז דאָס אַליין תורה.
גדברי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האמורים זיינען דייטליך קלאָר, אַז זיי דאַרפען ניט קיין ערקלערונג בכלל און בפרט מען זאָל דאָס דאַרפען מבאר זיין בהטעמה.
ד* * *
הבעלי עיון אין לימוד התורה און בעלי חריפות, זיינען צוויי דרגות חלוקות אין סוגי השכלה. עס גיבט בעלי עיון וואָס יעדער עיון שכלי קוועלט באַ זיי און ווערט באַרייכערט מיט שכלים עיוניים אין אַ אופן פון שאלה ותשובה, וואָס יעדער אופן השכלה איז אַ געוויסע שליבה — טרעפּ — צו דער צווייטער דרגא השכלה. דאָס מיינט אַז די צווייטע השכלה איז אַ געוויסע תולדה שכלית פון דער ערשטער השכלה. די צווייטע השכלה איז געוויס רייכער אין איינעם פון די דריי חלקי חב"ד וואָס אין השכלה, אָבער בכללות איז דאָס אין די ראַמען פון דעם ענין שכלי אין וועלכען ער איז זיך עוסק.
ודער ענין פון בעלי חריפות איז גאָר אַ בעזונדער סוג אין בעלי השכלה. תמורת דעם וואָס דער בעל העיון איז די טיפסטע השכלה חידושים זיינע, אין די אַלע דריי טיילען חב"ד, מיט צוגענגליכע ביאורים און הסברים; איז באַ די בעלי חריפות, איז זייער חב"ד איז געוויסע השכלות און המצאות אין אַזעלכע שכלים נפלאים וואָס מען קען מיט זיי דערקלערען כמה עיונים פון השכלות נסתרות.
זדי צוויי השכלה דרגות, בעלי עיון ובעלי חריפות, זיינען חלוק אין די חלקי דרגות פיהלען און פאַרשטיין, וכן חלוקים באַ חסידי חב"ד בעלי עבודה — אין אריכות התפלה און בירור וזיכוך המדות.
ח* * *
טמנהגן של תלמידי הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' נשיאי חב"ד, אַז יעדער אייינער האָט בדורו מדייק געווען, מיט אַ געוויסען הדרכה ביאור בעל פה, אין אַ שיחה ברבים, אָדער דורך אַ געשרי­בענעם בריף אָדער קונטרס, אַ הנהגה אָדער אַ התעוררות וואָרט פון איינעם פון הוד כ"ק נשיאי חב"ד אָדער מוריהם רבינו הבעש"ט אָדער רבינו הרב המגיד ממעזריטש זי"ע.
ידי אויבענדערמאָנטע הדרכה — ביאורים פאַרנעמען דעם גרעסטען בעסטען פרוכטבאַרן פּלאַץ אין עדת חסידי חב"ד, פון דעם ערשטען טאָג וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען אין יאָהר תקכ"ה, ח"י אלול, ווען ער איז געוואָרען אַ בן עשרים.
יא* * *
יבאונזער געבורט און וואוינארט, די וויגעלע פון חסידות חב"ד — ליובאַוויטש — איז געווען אין מאָהליווער גובערניע, און די שטעטעל ליאָזנא איז געווען אין וויטעבסקער גובערניע, אָבער אין די אינערליכע סדרים זיינען זיי געווען ווי אַלע קליינע שטעטלעך אין יענער צייט, הילצערנע הייזער געדעקט מיט דראניצעס, און די הייזער פון די זייטיקע גאַסן געדעקט מיט שטרוי, וואָס דאָס איז געווען די הויפּט­סיבה פון די אָפטע שריפות, וואָס האָבן געמאַכט פיעל זאָרג אין דעם אופן השמירה פון די כתבים און האָבן געבראַכט פיעל הזיקות.
יגכהיום איז פריש אין זכרון די איבער­געשראָקענע פנים'ער און די בהלה­געשרייען "עס ברענט".
ידאון נאָך אַלע שמירות האָט מען — לא עתה — געליטען גרויסע כתבים און ספרים הזיקות. צווישען זיי אויך אַ סך פון די ביאורים.
טו* * *
טזאין מיין יומן איז פאַרשריבען דער סדר השמחה בצנעה און די דבורי קודש וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר דאַן — יב תמוז תר"ן — דערציילט, פון דעם אריכות הסיפור וואָס הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט אים בלחש איבערגעגעבען, וואָס הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט אים דערציילט אין דעם יום הקדוש ווען עס איז נתמלא געוואָרען הונדערט יאָהר זינט די התגלות נשמת כ"ק רבינו הזקן.
יזוזה לשונו הקדוש: אין דעם דאָזיקען יום הקדוש איז געווען אַ שמחה כפולה אין אַלע עולמות בדרך העלאה מלמטה למעלה און בדרך המשכה מלמעלה למטה.
יחאין דעם יום הקדוש בן מאה פון גילוי נשמת רבינו בעלמא דין4 איז אַ גילוי שמחה כפולה, שמחת הנשמה און שמחת העולם. די שמחה פון דער נשמה איז וואָס זי האָט דורכגעפירט איר שליחות אין דער התגלות אין עולם החומרי, און שמחת העולם פון דעם וואָס די חומריות העולם האָט ממלא געווען די כוונת ההעלם.
יטדער גילוי השמחה פון אַ נשמה בכלל און פון נשמת הצדיק בפרט און פון נשמת נשיא עדת ישראל בפרטי פרטיות איז מגלה אור וחיות פנימי אין תלמידיו ותלמידי תלמידיו לדורי דורות.
כ* * *
כאהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט מיר — י"ב תמוז תרנ"ה —, דער טאַטע — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — האָט מיר געזאָגט בשם דעם זיידען — רבינו הצמח צדק — אַז הוד כ"ק רבינו הזקן האָט אין אַ געוויסער צייט געזאָגט אים און דעם שווער — כ"ק אדמו"ר האמצעי:
כבאַז ווען אין לבושי הנשמה פון נר"ן איז עפּעס ניט מובן ומושג אַ ענין אין השכלה והבנה, איז דאָס אַ עונש אויף דעם העדר עבודה אין עבודת התפלה. די עצה לזה איז תשובה פנימית, וואָס מען בעדאַרף מעורר זיין פנימית הנשמה. דאָס מיינט מקיפים עצמי' חי' יחידה; חי' לעבעדיק בעצם, יחידה יחיד ה'.
כג* * *
כדדעם מאמר עצמי האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק איבערגעזאָגט בדיוק כלשונו בזמנים מיוחדים וידועים און האָט איבערגעגעבן דעם זיידען — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — מיט געוויסע הוראות ווען ער זאָל דעם מאמר איבערזאָגן בדיוק כלשונו.
כההוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט איבער דעם מאמר מדוייק כלשונו הק' כאמור מיט אַ געוויסע דביקות און פני קדשו מאירים בהתלהבות קדש, און גיט מיר איבער געוויסע הוראות קדש ווי און ווען דאָס איבערחזרן במחשבה ודבור לעצמי וגם ביחידות להראויים לזה.