Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos - 5709·Sichos of Passoverספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"ט·שיחות חג הפסח

אשיחות חג הפסח
בעת מכירת חמץ י"ג ניסן ה'תש"ט1
א. (אחר סדר מכיר' חמץ אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
בדער אויבערשטער זאָל העלפען אַז דער מכירת חמץ זאָל זיין אין אַ פנימיות. ביטול חמץ אַליין איז ניט מספיק. עס דאַרף זיין דער ביעור חמץ. וואָס דאָס אַלץ איז אַ הכנה אויף אַריינצובריינגען די מצה, וואָס איז מיכלא דמהימנותא2.
גב. מצה איז מיכלא דמהימנותא און אויך מיכלא דאסוותא3. דער חילוק איז, אויב ער איז ניט קיין געזונטער איז פריער מיכלא דאסוותא און נאָכדעם מיכלא דמהימנותא. אָבער ביי אַ גע­זונטען איז פריער מיכלא דמהימנותא און נאָכדעם איז דער מיכלא דאסוותא, דאָס הייסט, אַז דער מיכלא דמהימנותא זאָל אויף עם פועל'ן.
דסדר הראשון, חה"פ, ה'תש"ט
ג. חג הפסח תרנ"ט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק שטאַרק פאַרבראַכט ביי די סדרים און האָט דאַן דערציילט:
ההחסיד ר' זלמן זעזמער1 איז געווען פון די, וועלכע האָבען נאָך געקענט די זקני החסידים וועלכע זיינען געווען ביים בעל שם טוב נאָך איידער דער אַלטער רבי איז געבאָרען געוואָרען, און האָבען געדיינקט ווען דעם אַלטען רבי'ס פאָטער ר' ברוך האָט, צוזאַמען מיט דער מוטער, געבראַכט דעם אַלטען רבי'ן, אַלס קינד פון דריי יאָהר צום בעש"ט2.
והחסיד ר' זלמן זעזמער האָט איבער­דערציילט וואָס ער האָט געהערט פון די זקני החסידים קורצע תורה­ווערטער פון בעש"ט. איינע פון די תורה ווערטער:
זהא לחמא עניא, הא איז בינה3, איז דאָס לחמא עניא, אַז מען פאַרשטייט די עניות פון השגה דאַן פאַרשטייט מען די עשירות פון חכמה.
חפסח איז פה סח4.
טהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גע­רעדט אין דעם אַן אריכות הביאור.
יד. מה נשתנה.
יאדער נוסח פון מה נשתנה איז, אַז מען דאַרף זאָגען בזה"ל:
יבטאַטע איך וועל ביי דיר פרעגען פיער קשיות5.
יגביי הוד כ"ק רבנו הזקן פלעגען אַלע קינדער פרעגען מה נשתנה6: דער מיטעלער רבי, ר' חיים אברהם7, און ר' משה8 און נאָכדעם דער אייניקעל הוד כ"ק אאזמו"ר הצמח צדק, און אַלץ מיט'ן זעלבען נוסח, טאַטע וכו', אַז זיי פלעגען ענדיקען פלעגט דער אַלטער רבי אַליין זאָגען בלחישה מיטן זעלבען נוסח, טאַטע וכו'9.
ידאיך האָב געפרעגט ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, ביי וועמען האָט דער אַלטער רבי געפרעגט. האָט מיר כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט: מקבל געווען האָב איך ניט, נאָר איך בין משער אַז דאָס האָט ער געפרעגט ביי דעם בעל ח"י10. האָב איך איהם ווייטער געפרעגט, אם כן ווי אַזוי האָט ער אים גערופען טאַטע. האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: דו ביסט דאָך אַ דברן, בעט איך דיר אַז דאָס זאָלסטו ניט דערציילען...
טוה. עבדים היינו.
טזיעדער ענין האָט זיך זיין ניגון. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגען עבדים היינו מיט אַ בעזונדער ניגון, מיט אַ העכערען קול און בקצת דביקות. דער פירוש פון אַ העכערען קול מיינט אַז אין יעדען וואָרט האָט זיך אָנגעהערט דער "העכער" פון דעם וואָרט. דאָס וואָס איז העכער פון דעם וואָרט.
יזו. אחד חכם וכו'.
יחאַלע ריידען וועגען אחד, אויך דער רשע רעדט וועגען אחד11. ער גלויבט אין אחד נאָר דאָס איז ביי איהם אַ בעזונדער זאַך, עס האָט צו איהם קיין שייכות ניט, ע"ד עזב הוי' כו'12. ער איז מבטל און זאָגט: עס איז דאָך אם13 צדקת מה תתן לו ואם רבו פשעיך מה תעשה לו וכו'14.
יטדער אחד פון תם איז די תמימות'­דיקע אמונה פשוטה פון אַ איש פשוט.
כדער אחד פון שאינו יודע לשאול איז שוין גאָר אַנדערש. פון דעם לערנען מיר אָפּ צוויי זאַכען: אַז מען דאַרף פרעגען און מען דאַרף ענטפערען, וואָס דאָס איז דער — את פתח לו. די שאלת החכם איז דאָס ניט פון די מעלות החכם, עס איז גאָר פון דעם חסרון החכם, ווייל פרעגען פאַרוואָס, דאַרף מען ניט; אָבער ביי ושאינו יודע לשאול איז אַנדערש.
כאאמונה איז ניט אויף אַלץ. דאָס וואָס מען קען פאַרשטיין איז ניט שייך קיין אמונה. דאָרט וואו מען האָט שוין דער­גרייכט אַלץ וואָס מען קען צוקומען דורך השגה הויבט זיך דאָרט אָן אמונה. איז — אַז ער קומט­צו צו דעם וואָס איז העכער פון פאַרשטאַנד, דעמאָלט פאַר­שטייט ער, אַז דאָס אַלץ וואָס ער האָט פריער פאַרשטאַנען איז גאָר קיין השגה ניט, אַז ער איז גאָר געווען אַ שאינו יודע לשאול...
כבז. אַז ער — דער בעל ההגדה — פאַר­ענדיגט די מדריגות אחד פון די ארבעה בנים הויבט ער אָן ריידען וועגען דעם מה15 פון יעדערען. חכם "מה" וכו'.
כגח. אַ איד וואו ער זאָל ניט זיין — דאַרף ער וויסען אַז ער איז אַנדערש.
כדדער עיקר איז האָבען געזונטע פיס, שטאַרקע נה"י, דער חב"ד איז נאָר צוליעב מדות און נה"י.
כהט. אחר אמירת ההגדה, כשגמרו "לשנה הבאה בירושלים" סיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: מיט משיח'ן.
כוסדר השני, חה"פ, ה'תש"ט
י. דער אַלטער רבי איז פריער געווען אַ של"ה איד16 און האָט משבח געווען פאַר דעם מיטעלען רבי'ן, וואָס ער האָט גענומען פון של"ה בכלל ובפרט אין דעם פירוש פון די ט"ו סימני הסדר.
כזיא. (אחר הפסקא הא לחמא עניא המשיך לספר מחג הפסח תרנ"ט ואמר:)
כחיעדער וואָרט פון טאַטען איז געווען מדוייק. מ'האָט געדאַרפט זיין אַ גרויסער מבין צו פאַרשטיין יעדע תנועה. יעדער וואָרט וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט איז דאָס געווען, אַן טרערען און אָן קרעכ­צעניש, נאָר אַדורכגעווייטאָגט דורך און דורך און פלעגט דאָס זאָגען בלחישה.
כטיב. אין דעם אופן פון זאָגען די הגדה איז ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געווען בדיוק אפילו אין דעם דגש. דעם ערשטען לשנה הבאה וכו' פלעגט ער זאָגען דעם דגש אויף דעם בית (מתיבת הבאה17); און ביים צווייטען לשנה הבאה איז געווען דער דגש אויף דעם אלף: לשנה הבאה בני חורין18.
ליג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט: דער עיקר אַז עס זאָל זיין דער ירושלים האמיתי, יראה שלם19. עס קען זיין כמה טעות'ן אין דעם, וואָס הגם עס זיינען אידישע טעמים אָבער דער תוך איז ניט אמת, און אַז דער תוך איז ניט אמת קען דאָס פאַרפירען אין רע הגמור.
לאדאָס האָט דער טאַטע געזאָגט לפרסם ברבים. ביים טאַטען איז געווען וואָס ער פלעגט זאָגען ברבים און בחשאי. בחשאי גופא צוויי פאַלען. בחשאי וואָס ער האָט געמיינט לפרסם, בחשאי שהזהיר שלא לפרסם.
לביד. דער חילוק פון די פופציג יאָהר (תרנ"ט­תש"ט) איז, וואָס דאַמאָלסט האָט ער — הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — געזעהן און געפיהלט און מיר האָבען בלויז געהערט — און יעצט איז ער ווייס און מיר פיהלען...
לגעס איז דאָ זיס און ביטער. זיס אַז עס ווערט ביטער איז דאָס אַ סימן אַז עס איז קאליע... דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז עס זאָל ווערען אויף אַ אמת זיס.
לדטו. הרי זה משובח.
להזה, ווייזט דאָך אויף אַ זאַך וואָס איז בגלוי. עס קען אָבער זיין אַ פאַל וואָס מען זעהט און מען ווייס ניט וואָס מען זעהט, איז דאָס דער פירוש הרי זה משובח, אַז מען זאָל פאַרשטיין וואָס מען זעהט.
לונאָך אַ פירוש: אַז דאָס וואָס מען זעהט זאָל פועל'ן אַ פעולה אין פועל און דאַן איז הרי זה משובח.
לזטז. מעשה ברבי אליעזר וכו'.
לחאַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט צוקומען צו דער פסקא האָט ער זיך זייער פאסמאקעוועט מיט דער דאָזיקער ועידה און פלעגט זאָגען: אַ שיינע כנופיא20.
לטאַמאָל האָט ער געזאָגט אַז רבי עקיבא האָט געהאַט אַ חוש אין עבודה, האָט ער געמאַכט אַ טאָלק פון ר' טרפון'ס עשירות21.
מדאַמאָלסט איז החסיד הגביר ר' שמואל גורארי'22 געזעסען הינטער דער טיר און זיך צוגעהערט צום אמירת ההגדה23, האָט ער שטאַרק הנאה געהאַט פון דעם וואָרט, און איז שפּעטער אַריינ­געגאַנגען צום טאַטען אויף יחידות און געפרעגט ווי אַזוי מאַכט מען אַ טאָלק מיט די עשירות.
מאיז. (בתוך הסעודה ניגנו ניגון הידוע מכ"ק אדמו"ר נ"ע הנק' דער ראָסטאָווער ניגון24 ואמר אחד, אַז דער ניגון איז פּאַחאָזשע (בדומה) ווי מען האָט איהם געזונגען אין ליובאַוויטש. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
מבאַז אַלע ענינים וואָלטען געווען חאָטש "פּאַחאָזשע" ווי אין ליובאַוויטש — וואָלט געווען גוט. איך ווייס ניט פאַר­וואָס, צי עס זיינען איצט שטאַרקערע בירורים אָדער שוואַכערע מבררים...
מגיח. אין יאָהר תרנ"א האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט, אַז דאָס וואָס חסידים האָבען גענומען פון חסידות און וואָס רביים האָבען געגעבען חסידים איז, אַז יעדער ענין זאָל זיין ווי אַ דבר חדש אָן הפרש וואָס פאַר אַ ענין עס זאָל ניט זיין.
מדדער לשון איז געווען: בלא פלוג. צי אַ ניגון אָדער אַ ריקוד. מען האָט מדייק געווען יעדער וואָרט, מען האָט געהיט יעדע תנועה פון ניגון. אויף ריקוד — זיינען ניט אַלע געווען מבינים צו פאַרשטיין וואָס מען האָט געזעהן.
מהיט. דער מעלה אַליין ווערט נתעלה דורך דער עלי' פון דעם מטה. אצילות ווייסט אַז עס איז דאָ אַ למעלה פון אצילות, אָבער אצילות מצד עצמו פאַר­שטייט ניט דעם למעלה פון אצילות. דורך דער עבודה פון למטה ובעלייתו — ווערט אצילות העכער אַז זי איז משיג די גילויי אורות פון למעלה פון אצילות.
מוכ. מזיגת הכוס של אליהו הנביא הי' השתא (בב' הלילות) אחר ברכת המזון25.
מזסעודת ליל שביעי של פסח ה'תש"ט
כא. פאַר דעם יאָהר תרנ"ד פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק רעדען ביי אַ פאַרבריינגען קורצע ווערטער. געווען אַזעלכע ווערטער, וועלכע איך האָב לפי ערך שנותי דאַמאָלסט ניט געקענט תופס זיין און מיין מלמד ר' ניסן26 פלעגט מיר שפּעטער מסביר זיין27.
מחבכלל איז געווען זמנים חלוקים אצל הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: תר"מ­מ"ב מ"ג­נד. מ'קען עס זעהן פון די מאמרים פון יענע יאָהרען, אין דעם מאמר אחרי תרמ"ט28 האָט זיך דער טאַטע געקאָכט אין דעם ענין פון תהו ותיקון.
מטאיינע פון די ווערטער איז געווען: ופסח ודלג29. לכאורה איז ניט מובן וואָס איז ופסח און וואָס איז ודלג, עס איז דאָך די זעלבע זאַך, איז וואָס איז דער ודלג מוסיף אויף דעם ופסח, הגם עפ"י נגלה קען מען זאָגען אויף דעם אַ ביאור, אָבער וואָס איז דער "אינעווייניג" פון דעם. נאָר דער ענין איז, ופסח מיינט אַ שפּרונג. אַז מען שפּרינגט דאַרף מען וויסען פון וואַנען מען שפּרינגט און וואוהין מען שפּרינגט. נאָכן שפּרונג זעהט מען ערשט, אויב דער שפּרונג איז געווען אַ ריכטיגער, צי מען האָט גע­שפּרונגען וואו מען דאַרף, און דאָס איז דער — ודלג.
נאַז מען דערמאָנט זיך אויף די אַמאָ­ליגע ווערטער איז מען זיך פשוט מחי'.
נאכב. חסידים זיינען עשירים, זיי האָבען אוצרות, נאָר מען דאַרף דאָס אויפגראָ­בען, אויב ניט בלייבט דאָס פאַרגראָבען.
נבכג. דעם טאַטענ'ס אַ וואָרט:
נגאַלע השכלות און השגות קומען ניט צו אַ געשמאַק אין דאַוונען.
נדכד. אַמאָל האָט מען געלעבט מיט דעם וואָרט און באַלעבט דעם וואָרט, פאַרן דאַוונען און אין דאַוונען.
נההיינט, האָט מען מיט וואָס צו טאָן און מען ווייסט ווי אַזוי צו טאָן, נאָר דער חסרון איז אין טאָן, דער טאָן אַליין פעהלט...
נוכה. (כ"ק אדמו"ר שליט"א ענה לאחד על שאלתו:) אין מים איז מעין דער קוואַל, מקור איז די נקודה עצמית פון יעדער זאַך.
נזכו. מען האָט געדאַרפט צונויפקליי­בען די אַלטע ווערטער, מען האָט גע­דאַרפט ליגען אין דעם. איך האָב אַמאָל געשריבען צו הרב ש. ד.30 שי' וועגען דעם, ער האָט געהאַט אַ חוש אין צונויפ­קלייבען ווערטער. ר' מרדכי ע"ה31 האָט געחזר'ט אַ וואָרט, ער האָט גענומען אַ וואָרט, צי דער וואָרט האָט אים גענומען. נו.. ר' שילם ע"ה32 האָט דורכגעטאָן און דורכגעווייטאָגט דעם וואָרט.
נחכז. שביעי של פסח פלעגט מען אַמאָל אופזיין אַ גאַנצע נאַכט33, אָהן חכמות, פשוט אויפזיין. מען פלעגט לערנען כמה שיעורים, נגלה און נסתר. דער נסתר איז אויך געווען נגלה.
נטסעודת יום שביעי של פסח ה'תש"ט
כח. (כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר להעומדים מסביב לשולחן, אם עדיין לא סעדו סעודת יו"ט שילכו לנט"י להסעו­דה. ואמר אחד: צריכים לשאול אם הם כבר אחר התפלה, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א):
סאון ווער האַלט דאָס נאָכ'ן דאַוונען. אַמאָליגע חסידים פלעגען מאַכען יעדען טאָג אַ קנייטש אין סידור, היינט האָב איך געדאַווענט ביז דאָ; ער פלעגט כמובן גומר זיין דעם גאַנצען דאַוונען, נאָר "געדאַווענט" האָט ער נאָר ביז דאַנען, מאָרגען פלעגט ער דאַוונען נאָך אַ שטיקעלע און דאָרט מאַכן דעם קנייטש אין סידור34. אויף מאָרגען פאַרן דאַוונען פלעגט ער זיך פאַרטראַכטען וואָס דער נעכטיגער דאַוונען האָט אין איהם אויפ­געטאָן, בויך ווייטאָג אָדער שובע. דער חסיד פלעגט פון בויך ווייטאָג אויך ניט נתפעל געוואָרען. ער האָט געוואוסט אַז ע"ד ווי אַ מאכל אויב מען צוקייעט עס ניט ווי מען בעדאַרף בעקומט מען בויך ווייטאָג פונדעסטוועגען עסט מען ווייטער און אַזוי איז אויך אין עבודה.
סאאַמאָליגע חסידים האָבען קיינמאָל ניט אָפּגעדאַווענט; זיי האָבען שטענדיג געהאַלטען אין דאַוונען.
סבכט. דעם יאָהר תר"ן איז אַלץ געווען באריכות; מאמרים באריכות, ביאורים באריכות, געמאָנט באריכות און געגע­בען באריכות.
סגדאַן איז געווען אַ וואָרט: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות35, נון פל­אות36. ווער איז דערפון נתפעל געוואָרען משה רבינו ע"ה. אין משה'ן איז דערהערט געוואָרען דער אור הנשמה בגילוי בגופו ע"ד ווי עס איז בקבלה — אַזוי איז געווען דער לשון — אַז ביים אַלטען רבי'ן האָט מאיר געווען אור היחידה בגופו ממש37. פאַרוואָס האָט משה זוכה געווען דערצו, ווייל ער איז געווען בגופו אין מצרים. דאָס הייסט ער האָט מרגיש געווען דעם שיעבוד. משרע"ה האָט דערהערט בפנימית לבבו אין לב הגשמי דעם ניט גוט פון אַ אידען אין גשמיות.
סדהגם עס איז דאָך געווען טענות: בשבתנו38 על סיר הבשר וכו', דאָס האָבען געפרעגט ניט די בחירים, אָבער בכלל איז דאָך דאָס געווען פאַר מתן תורה, איז וואָס האָבען זיי געוואוסט, און זיינען נעבעך געווען אין אַזאַ קלעם. משה האָט מרגיש געווען זייער ניט גוט גשמי און איז בטל געווען פאַר יעדער נימול. ומפני זה זכה לגילוי נון פלאות.
סהאַ וואָרט נאָך פופציג יאָהר הויבט ער אָן צו בורען (תוסס).
סול. כמוס עמדי חתום באוצרותי39. מהו החילוק בין חתום לכמוס ומהו חתום באוצרותי.
סזדער חילוק פון די ביידע לשונות איז: אַ אוצר ליגט אין אַ מקום משומר, אָבער דער מענטש אַליין גייט אַוועק פון דעם; כמוס עמדי מיינט, אַז וואו מען גייט און וואו מען געפינט זיך איז דאָס כמוס עמדי.
סחאיך האָב אַ שליחות וואָרט, וואָס איך האָב געהערט מיט פופציג יאָהר צוריק, וואָס דאַמאָלסט האָט מען דאָס ניט געדאַרפט דערציילען.
סטעס איז פאַראַן אַ זמן וואָס מען דאַרף ניט זאָגען און עס איז פאַראַן אַ זמן וואָס מען מוז זאָגען. הגם דאָס איז נוגע זיך, דאַרף מען דאָס טאָן מיט אַ מסירת נפש40. ע"ד ווי ביי משרע"ה, משה קיבל תורה מסיני41, איז הגם התורה ניתנה לו42, פונדעסטוועגען — ומסרה ליהושע, מיט אַ מסירה ונתינה, ער האָט זיך אַליין אַוועקגעגעבען.
עאיך האָב אַ סך מאָל געטראַכט, דער­ציילען אָדער ניט, היינט האָב איך מחליט געווען דאָס מגלה צו זיין. דער סדר אין דעם איז ווי אין תורה. אין תורה איז פאַראַן דער סתום און דער גליא. אין אַ ספר תורה מוז זיין פריהער חלק, דער גויל43, נאָכדעם הויבט זיך אָן ספר בראשית44, אַ סיפור מעשה, אַ תינוק קען תופס זיין אַ סיפור און עס איז זיך ביי איהם מתקבל על הלב, מיר זיינען אַלע תינוקות — וועל איך דאָס מגלה זיין אין אַ סיפור, אין אַ סיפור איז אויך פאַראַן דער גליא און דער סתום, וועל איך דערוויילע מגלה זיין נאָר דעם גליא פון דעם סיפור און דאָס וועט זיין בכתב.
עאלא. תרנ"ב האָט מען געהערט אַ וואָרט: פתחי לי כחודה של מחט ואני אפתח לכם כפתחו של אולם45. דער חודה של מחט האָט ניט קיין תפיסת מקום, הגם דער מחט האָט דאָך יאָ אַ מקום, אָבער דער שפּיץ, דער חודה של מחט, האָט ניט קיין מקום, מאַכען אַ פתח קען מען נאָר מיט אַ זאַך וואָס האָט ניט קיין מקום. דער פתח האָט יע אַ מקום, אַ אורך ורוחב און גובה, אָבער אויפמאַכען דעם פתח איז נאָר מיט אַ זאַך וואָס איז ניט תופס מקום.
עבפתחי וכו' כפתחו של אולם. אין דעם פתחו של אולם וואָס האָט דאָך אַ אורך ורוחב וגובה וועט זיך דאָרט דערהערען דער חודה של מחט.
עגלב. אַמאָל האָט מען געמאָנט השכלה השגה, אָבער דער עיקר האָט מען גע­מיינט דעם שפיץ.
עדלג. באַ אַמאָליגע חסידים איז געווען אַ וואָרט: ביטער.. . אַי, ביטער.. .
עהדער אויבערשטער זאָל העלפען איך זאָל זעהן נחת אין אידען בכלל און אין חסידים בפרט אין גשמיות און אין רוחניות, און בפרטיות אין עבודה.
עולד. חסידות מאָנט בכן­ע"ב46, שם ע"ב טראָגט אַרויס אַלץ. עס זיינען פאַראַן שם מ"ה, ס"ג, ב"ן, אָבער ע"ב, דאָס טראָגט אַרויס אַלץ.
עזלה. עס איז ווייניג עבודה. מען לערענט דעם מאמר און מען זאָגט ביאורים, דער זאָגט אַזוי און דער זאָגט אַזוי, עס פאַרדריסט פאַרוואָס יענער פאַרשטייט אים ניט, ווי ער אַליין פאַר­שטייט זיך. מען איז יענעם מבטל, וואָס ווייס ער, וואָס האָט ער געזעהן — אָבער טאָן און אויפטאָן אין עבודה, דאָס פעלט.
עחלו. (אחר הסעודה הזכיר כ"ק אדמו"ר שליט"א עוד הפעם ע"ד שהחסידים הישנים עשו בכל יום קמט בהסידור, שאל אחד: ווי אַז מען האָט נאָך ניט אָנגעפאַנגען דעם ערשטען קנייטש, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
עטמען דאַרף וויסען ווער עס פרעגט עס, אויב דער "קלוגינקער", ער אַרבעט אויף אַלע כלים, איינעם הויבט ער, אַ צווייטען וואַרפט ער. מען דאַרף ניט אַראָבפאַלען ביי זיך, ניט מצד שנים, די עלטער, ניט מצד געזונד דאַרף זיין אַ מניעה צו עבודה, מען דאַרף טאָן און אויפטאָן.
פסעודת יום אחרון של פסח תש"ט
לז. חינוך אמיתי איז — אַז אַ יחיד איז אַ רבים, ווייל באמת יעדער יחיד איז אַ רבים, ער איז בכח צו מאַכען אַ רבים און באַלעבן אַ רבים47.
פאדאָס איז ביי אידען בכלל און ביי חסידים בפרט.
פבלח. אידען זיינען אַ גוי אחד בארץ, אַז אין ארציות זאָל זיך דערהערען דער אחד הוי'; ביי מתן תורה האָט דער אויבערשטער געגעבען דעם כח אַז דער גוי — די אידען — זאָלען ממשיך זיין דעם הוי' אחד אין ארץ48.
פגדאָס איז די שליחות און מטרה פון ירידת הנשמה למטה — אויף ממשיך זיין דעם הוי' אחד אין ארץ.
פדלט. אַמאָל איז געווען אַ אוזן שומעת, היינט איז ישיבת כרכים קשה49. דאָס איז גלות בתוך גלות, אפילו מען זיצט ביי זיך אין שטוב, פאַרמאַכט די פענסטער פאַר­מאַכט די לאָדענס, ווייל דער אויר איז אַ אַנדערער, אויר איז אור יו"ד50, דאָ איז דער אויר אַ אַנדערער, און דאָס איז דער גלות בתוך גלות.
פהאין אַ קליין שטעטיל איז דער אויר אַ אַנדערער.
פודי הונדערט יאָהר51 וואָס מ'האָט געטאָפּטשעט אין בלאָטע אין ליובאַוויטש האָט מען געמאַכט אַז אין די בלאָטע זאָל זיך דערהערען דער הוי' אחד52.
פזאָבער מ'דאַרף ניט נתפעל ווערען, מ'דאַרף זיין ווי אַ סאָלדאַט, אַ סאָלדאַט טוט זיין אַרבעט מיט מסירת נפש.
פחמ. מען האָט שוין אַמאָהל53 גערעדט פון מעלת הציור.
פטאַמאָהל54 איז דער טאַטע מיט מיר געגאַנגען אין ראָסטאָוו אין גאַס האָט ער זיך אָפּגעשטעלט פאַר אַ פענסטער וואו עס זיינען געשטאַנען אויסגעשטעלט מאַשינעס פון עבודת הארץ, ווי אַזוי צו שניידען תבואה און אָפּהיטען יעדער קערענדעל אַז עס זאָל ניט גיין פאַר­לוירען און אַז אפילו דער שטויב זאָל זיין לתועלת.
צהאָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַרומגע­רעדט די אַלע ענינים, און יעמאָלט געזאָגט אַז דאָס איז אַ משל פון ירידת הנשמה למטה בגוף אין איר תבואת הארץ55.
צאעס איז פאַראַן אַ משל און אַ נמשל, פון דעם משל פאַרשטייט מען דעם נמשל, כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אַזוי אויסגעאַרבעט, אַז ער האָט געזעהן אין משל דעם נמשל.
צבדאָס איז געווען ראי' ניט הבטה.
צגמא. עס איז דאָ אין וועלט אַ אויס­שפּראַך אַז מ'האָט ב"ה אויפגעטון.
צדבאמת האָט מען ב"ה אויפגעטון, וואָס אין דער קאַלטער אַמעריקא איז דער אַייז געטאַיעט (נמס), עס איז אַראָפּגענו­מען געוואָרען די האַרטקייט און שפּיצי­קייט, אָבער עס איז נאָך ניט קיין וואַסער, עס קען נאָך קאַלט מאַכען די וואַרימע.
צהעס איז ניט קיין להכעיס אידען, עס איז מהיכי­תיתי אידען.
צואַז מען שטעלט אַריין אין אייז אַ כלי מיט הייסע וואַסער מאַכט עס אַ תוך אָבער עס איז נאָך אייז, עס מאַכט מעהר קאלט די וואַסער ווי עס איז פועל אויפן אייז, אָבער אַז מען נעמט וואר­וואַסער — זודיקע וואַסער — יעמאָלט מאַכט דאָס אַ טיפען תוך, אָבער עס איז נאָך אַלעס ניט קיין וואַסער.
צזווען מען גראָבט טיפער ווערט מים מתוקים.
צחדאָס איז ניט קיין דרוש ניט קיין ציור שכלי, נאָר דאָס איז דער אמת אין פועל. מען זאָגט דאָס — אַז די אומנים זאָלען וויסען וואו זיי האַלטען אין דער מלאכה.
צטמב. אין די יאָהרען וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גערעדט בארוכה (משנת נו"ן עד נ"ד) האָט זיך אַמאָהל גערעדט וועגען דעם ציור הענין וואָס פון תורה, עבודה, אַ פועל טוב און מצות מעשיות ווערען באַשאַפען מלאכים56. פון יעדען אות אין תורה, אַזוי אין עבודה, און אַ פועל טוב און מצות מעשיות ווערט פון אַלעס באַשאַפען אַ מלאך.
קפון דעם איז דאָ קאַלטע מלאכים און הייסע מלאכים, און זיי זיינען מקנא איינער דעם אַנדערען. די קנאה איז במחשבה.
קאמלאך מיכאל און מלאך גבריאל קוקען זיך צו וואָס פאַר אַ חברה דאָס איז, עס איז אַ גרויסער רעש, און מיט וואָס איז מען זיי משכך — מיט די אותיות פון תפלה, מיט דעם גיסט מען זיי אפ, און מיט די התבוננות והתפעלות המוח, וואָס דאָס איז קאַלטע וואַרימקייט און עס גיט אַ ברען, מיט דעם איז מען זיי משכך.
קב(וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אַ קינד הערט דאָס. מ'האָט אַ ר' הענדל57, ר' ניסן58, און זיי פיטשקען דאָס אַריין — איז צו זיבעציג יאָהר איז מען מקנא יענעם זמן.
קגמג. עס איז פאַראַן וואָס מען ווינשט זיך, וואָס איינער ווינשט דעם אַנדערען, און ווי יעדער ווינשט זיך.
קדאיך קוק אויף יעדען יחיד ווי אויף אַ רבים. יעדער תמים קען אויפמאַכען אַ גאַנצען ישוב. עס איז אָבער דאָ אין דעם צוויי מניעות: ערשטענס מען ליגט אין הבלים, און צווייטענס וואָס מען נאַרט זיך, מען פרעגט ווער בין איך. הגם עס איז אמת — אָבער עס איז שלא במקומו.
קהפרעגען פרעגט דאָס דער קלוגינ­קער, ניט דער נפש אלקית וואָס ער איז דער אמת'ער חכם. דער נפש הבהמית איז דאָך אַ שקרן, ער איז אַ בעל גוונים: ער לאַכט, ער וויינט. דער לאַכען איז געלייגט, דער וויינען איז געלייגט, ער איז אַ ליגנער, ער לייגט. ווען ער שטייט, ווען ער זיצט, אפילו ווען ער גייט, וואָס ער איז דאָך אַ מהלך, פונדעסטוועגען לייגט ער.
קונאָר מ'דאַרף ניט נתפעל ווערען, אַ סאָלדאַט גייט מיט אַ ראניעץ אין פאחאד, חאָטש ער גייט דאָך אין אַ מקום סכנה, גייט ער מיט אַ ניגון פון שמחה59. הגם וואָס קען אַ סאָלדאַט — ער קען נאָר שיסען, און גייט מיט מסירת נפש, אָבער ער גייט מיט שמחה און דאָס מאַכט אים פאַר אַ מנצח60.
קזמד. אַ יישר כח פנימי די וואָס זיינען געפאָרען אין מיין שליחות מעורר צו זיין אידען61, זיי ווייסען אַליין ניט וואָס זיי האָבען אויפגעטון.
קחעס קומט אַ יונגערמאַן אין אַ שטאָט און ער רעדט מיט אַ אידען, ער גיט אַ קוועטש מיטן פינגער — שפּריצט אַרויס תמימות. ער דערמאָנט זיך אויף די זכרונות פון זיין טאַטען, פון זיין זיידען, ער ווערט נתפעל: אַ בחור מיט אַ באָרד איז געקומען מעורר זיין, ער רייסט זיך אָפּ פון זיינע עסקים, און קומט צו­לויפען אַ פאַרשוויצטער און פירט איהם מיט זיין קאַר, וכו'.
קטהגם דער מעורר אַליין ווייס ניט וואָס ער האָט אויפגעטון62.
קי— מ'דאַרף זיין אַ דעתן האָבען אַ חוש הראי' און אַ חוש השמיעה אויף צו דערקענען. —
קיאער האָט אָבער זיין שכר, אַז ווען ער גיט אַ טראַכט פאַרן דאַוונען ווערט ער נתפעל פון דער תמימות פון דעם אידען.
קיבאיך גיב אַ יישר כח ברבים, וואָס אַ יישר כח איז אַ חיזוק און אַ נתינת כח בגשמיות וברוחנית. איך גיב זיי אַ ברכה כפולה ומכופלת עס זאָל אַראָפּקומען אין מוחין, אין מדות, און עס זאָל אַרויס­רופען אַ תשוקה אויף וועלען טון נאָך.
קיגמה. איך וויל אייך דעציילען אַ סיפור המעשה, — (הפסיק וצוה לנגן ניגון. אחר הניגון אמר:)
קידדי מעשה איז געווען נאָך אַ יחידות. וואָס די יחידות איז געווען וועל איך אייך ניט זאָגען נאָר דעם סיפור המעשה.
קיהווען כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט אַריינגיין אויף יחידות צום זיידען — כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש — איז נאָך יחידות פלעגט ער אים דערציילען אַ סיפור63 וואָס דער סיפור האָט געהאַט אַ שייכות צו דער יחידות, על דרך ווי קאָמפּאָט וואָס איז בא לאחר הסעודה אָבער עס איז בתוך הסעודה.
קיואַ איד דאַרף האָבען אַ חוש אין נועם הוי'64. אין אַ חוש איז שייך התפתחות. התפתחות איז דורך פעולה, כמו ווי אין כחות איז דורך פעולות ווערט התפתחות הכחות, וואָס די התפתחות איז אין כלים און אין אור, כמו"כ איז אין התפתחות אין חושים, נאָר עס איז לפי ערך הכלי, אַ כלי רחבה אַ כלי עמוקה. נאָך דעם ווי דער אַלטער רבי האָט אַריינגעגעבען אין חסידים כחות אין אַ פנימיות, האָבען אַ חוש אין אַ נועם אין אַ אידען, איז דאָס אַ כלי רחבה אויף דעם נועם הוי'.
קיזמו. שש"פ תרל"ז האָט דער זיידע דער רבי מוהר"ש דערציילט אַ סיפור פון צוויי חסידים וואָס האָבען נאָך גע­קענט דעם מעזריטשער, נאַכהער זיינען זיי געוועזען דעם אַלטען רבי'נס חסידים, פנימיות'דיקע חסידים, זיי האָבען געהאַט אַ הכרה אין אַלטען רבי'ן, ניט השגה נאָר הכרה.
קיחזיי זיינען געווען דורכגעטאָנענע בעלי עבודה, זיי זיינען געווען ישוב'­ניקעס, בעלי פרנסה בריוח, און זיי האָבען געגעבען דעם רבי'ן גרויסע סכומים פאַר עניני אה"ק און פאַר זיינע עניני הכלל.
קיטדי צוויי חסידים זיינען געווען חלוק אין זייער עבודה, ביי איינעם איז געווען פון אונטען אַרויף, און ביי איינעם פון אויבען אַראָפּ. איינער האָט אָנגעפאַנגען פון פועל, יעדער זאַך האָט ער געטאָן בפועל ממש מיט אַ מסירת נפש, נאַכהער איז געווען השגה, דער אַנדערער — איז פריהער געווען הבנה והשגה און נאַכהער דער פועל.
קכאַמאָהל האָט דער רבי געשיקט צו ביידען אַ שליח ער זאָל בעטען געלד ביי זיי, דער שליח איז געקומען צו דעם "פון אונטען אַרויף" און ער האָט אים געזאָגט: דער רבי דאַרף האָבען געלד, האָט ער געפרעגט וויפיל, האָט דער שליח גע­זאָגט דער רבי האָט ניט געזאָגט. איז דער ישובניק אַריינגעגאַנגען און אַרויס­גענומען וויפיל ער האָט געהאַט און אַוועקגעגעבען.
קכאדער שליח איז געגאַנגען צו דעם צווייטען און האָט איהם געזאָגט דער רבי האָט געשיקט נאָך געלד. האָט ער גע­פרעגט וויפיל, האָט דער שליח ווייטער געזאָגט דער רבי האָט ניט געזאָגט וויפיל, האָט ער איהם געזאָגט: איך וועל צופאָרען אין ליאָזנא פרעגען דעם רבין וויפיל ער דאַרף, וועל איך געבען.
קכבדער שליח איז געקומען צוריק צום רבין און אַוועקגעלייגט די פּעקלעך, האָט איהם דער רבי געפרעגט וואו איז די געלד פון צווייטען, האָט ער געזאָגט וואָס דער צווייטער האָט געענטפערט.
קכגהאָט זיך דער רבי פאַרחב"ד'ט און האָט געזאָגט: קודם המעשה, אָדער לאחר המעשה?
קכדצומאָרגענס מיט'ן טאָג איז דער ערשטער געקומען אין ליאָזנא, ער איז אַריין צום רבין, האָט איהם דער רבי געזאָגט מ'דאַרף אַרויספאָרען.
קכההאָט ער גלייך איינגעשפּאַנט און איז אַוועקגעפאָרען — עס איז נאָך געווען פאַר'ן דאַוונען — און האָט גענומען פאַר­ קויפען אַלעס וואָס ער האָט געקענט, און איז מיט די בני בית געגאַנגען פאָרען. כאָטש ער האָט ניט געוואוסט וואו צו פאָרען האָט ער געזאָגט אַז דער רבי הייסט פאָרען דאַרף מען פאָרען. פּלוצלינג איז געוואָרען זעהר פינסטער, עס איז געווען אַ זומער רעגען האָט געגעבען אַ גאָס אַ 15 מינוט און עס האָט באַלד אויפגעהערט. ער איז אָנגעקומען אין ליאָזנא, אַוועקגעשטעלט די ב"ב און איז געגאַנגען אין ביהמ"ד דאַוונען.
קכודער אַנדערער איז אויפגעשטאַנען אין דער פריה, האָט ער געטראַכט וואָס וועט ער פאָרען פאַר'ן דאַוונען, ער וועט אָפּדאַוונען און זייגער צוועלף­איינס וועט ער פאָרן צום רבין.
קכזדערווייל איז געוואָרען אַ גרויסער שטורם, און עס האָט געגעבען אַ בליץ און פאַרברענט די גאַנצע גאַס, און ער האָט קוים אַרויסגעראַטעוועט די נפשות.
קכחהאָט דער זיידע געזאָגט: דאָס איז דער חילוק פון פאָלגען ביז פאָלגען, ביידע האָבען געפאָלגט. ביי דעם איז געווען אומר ועושה — ער האָט גלייך געטאָן בפועל. און ביי דעם איז פריער געווען אַ יישוב הדעת און נאַכהער טאָן.
קכט(וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א:) די מעשה דאַרף מען הערען, עס איז נוגע אַזוי ווי עס איז נוגע חסידות אַזוי איז נוגע די מעשה, אַזוי ווי מען האָרעוועט אויף פאַרשטיין אַ חסידות, אַזוי דאַרף מען האָרעווען אויף פאָלגען.
קלמז. מען האָט זעהר געקלאַפּט אין טיר, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מען קלאַפּט מיט אַ אמת. ורצה הרא"ס ללכת לפתוח. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מ'דאַרף זעהן ווער עס איז. דער טאַטע איז געשטאַנען אַ גאַנצע נאַכט אויף אַריינ­צוגיין צום זיידען.
קלאמח. העמידו את הקאַמפּאָט לפני כ"ק אדמו"ר שליט"א האָט ער עס אַוועק­גערוקט אין אַ זייט ואמר: מיר האָבען נאָך אַ סך צו טון, וצוה לנגן את הניגון של אדמו"ר הזקן בעל ד' בבות, ואמר: עס זאָלען זינגען נאָר די וועלכע קענען, ואמר לש. ז. קודם שהתחיל לנגן: זיי זיך מכין.
קלבמט. אחר שתיית כוס של ברכה — שבירך עליו כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר: עס איז געשמאַק צו געבען אידען, מ'דאַרף זיין אַ כלי פנימי צו דעם, עס זאָל זיין להצלחה בגו"ר. וסיים: מ'דאַרף וויסען ווער עס גיט און ווער עס נעמט.
קלגכ"ק אדמו"ר שליט"א נתן לכל הנאספים בעצמו — בידיו הק' — מכוס של ברכה, וקרא בשם כל אחד ואחד, ועל כל אחד ואחד הביט כ"ק בפניו קודם הנתינה.
קלדנ. ביום ו' עש"ק אסרו חג אחרי הצהרים מסר כ"ק אדמו"ר שליט"א ע"י מ. ש. שהתלמידים יחזרו דא"ח ברבים, ועכ"פ ידברו דברי התעוררות בש"ק הזה פ' שמיני, שבת מברכין חודש אייר ובשב"ק הבע"ל שבת ר"ח אייר.
קלהמ. ש. שאל: עס איז דאָך שוין פרייטאָג נאָכמיטאָג וקצר הזמן לסדר הדבר. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַ שבת וואָס מען זאָגט תהלים פירט זיך אַנדערש.