Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5710·Winter 5710ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"י·חורף ה'שי"ת

אחורף ה'שי"ת1
א. אין ימי עולם איז פאַראַן צוויי זמנים: א) דער זמן פון בריאת עולם ביז מ"ת. ב) און דער זמן פון מתן תורה וואָס פון דאַן אָן ווערען דער עם ישראל גערופען מיט פערשידענע לויב­טיטול נעמען: עם סגולה2, עם הנבחר3, גוי קדוש4.
בדי תורה הייבט זיך אָן פון בראשית, וואָס דאָס איז דער ימי עולם, און מתן תורה הייבט זיך אָן פון נאָך יציאת מצרים.
גדי מסכת אבות וואָס וויל איבער געבען דעם סדר הדורות מיט די מנהיגי הדור וואָס האָבען געהאַט דעם גרעסטען מסירת עצמם אויף אַריינבריינגען די עניני התורה אין דעם עם הנבחר הייבט זיך אָן מיט דעם בעשרייבען ווי משה רבינו האָט מקבל געווען די תורה.
דמשה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע ויהושע לזקנים וזקנים לנביאים ונביאים מסרוה לאנשי כנסת הגדולה.
הדי משנה דערציילט אונז דאָ דעם סדר פון נתינת וקבלת התורה.
ואין נתינה — געבן אַ זאַך, און מסירה — איבערגעבן די זאַך, זיינען פאַראַן פיר ענינים: די זאַך וואָס מען גיט, דער נותן — ווער עס גיט, דער מקבל — וועמען מען גיט, און דער, וועמען דער ערשטער מקבל גיט איבער די זאַך ווייטער.
זב. אין תורה איז דאָ גליא שבתורה און סתים שבתורה. וואָס ביידע זיינען מתאימות5, הגם זיי זיינען צוויי בעזונדערע ענינים, ווי מיר זעהן במוחש אַז עס זיינען פאַראַן גליא'ניקעס, וואָס לבד זאת וואָס זיי ווייסען ניט וואָס עס מיינט סתים שבתורה, זיינען זיי נעבעך סתימא­מוחין'דיקע6, זייער מוח איז ווי פאַרשלאָסען צו בעגרייפען פנימיות התורה.
חזיי, די סתימא­מוחין'דיקע, זיינען יודעי תורה ומקיימי מצות בדיוק דיראת שמים, נאָר אַלץ איז באַ זיי בהגלמה — גולם'דיק.
טדי נקודת ההפרש צווישען גליא­מוחין'דיקע און סתימא­מוחין'דיקע איז ניט ח"ו אין אמונה פשוטה אָדער אין קיום המצות, זיי — די סתימא­מוחין'­דיקע זיינען נזהר אין קיום המצות, הן אין מצות עשה, אַז וואָס מען בעדאַרף טאָן טוען זיי, און אין דער צייט וואָס מען בעדאַרף דאָס טאָן. הן אין מצות לא תעשה זיינען זיי זייער נזהר ניט צו טאָן דאָס וואָס מען בעדאַרף ניט טאָן.
ינאָך מער, זיי — די סתימא­מוחין'­דיקע זיינען גאָר שטאַרקע נזהרים אין דקדוקי מצות און מאַכען כמה וכמה סייגים זיי זאָלען ח"ו ניט נכשל ווערען אין אַ דקדוק קל פון הידור מצוה הן אין אַ העדר קיום מצות עשה און הן אין עובר זיין אויף אַ לא תעשה, נאָר דאָס אַלעס איז באַ זיי בהגלמה.
יאדי וואָס ווילען זיך פאַרשטיין­געבען וואָס מיינט דער אויסשפּראַך "הגלמה" אויף דער חסידות­חב"ד שפּראַך קענען דאָס זיך ערקלערען מיט דעם אונטער­שייד פון דעם שטאַנד און ווירקונג פון די אברי הגוף.
יבדי קאָפּ און אחוריים7 זיינען ביידע פון דער גרעסטער וויכטיקייט פאַר דעם מענטשען, דאָך זיינען זיי פאַרשידען, סיי אין זייער מהות און סיי אין זייערע פעולות.
יגג. די אויבענדערמאָנטע צוטיילונג פון סתימא'מוחין'דיקע און גליא­מוחין'­דיקע מענטשען איז שוין מתחילת הבריאה איינגעטיילט אין צוויי דרגות.
ידדי צוויי דרגות זיינען מתחילת הבריאה, פון אדם הראשון ביז אברהם און פון אברהם און ווייטער.
טודער זמן ביז אברהם איז אפילה, און פון אברהם איז אור.
טזעס שטייט8 עד אברהם הי' העולם מתנהג באפילה ומכיון שבא אברהם התחיל להאיר, ביז אברהם האָט זיך די וועלט געפירט אין פינסטערניש, עס איז געווען אַ פינסטערניש אויף דער וועלט9.
יזאברהם התחיל להאיר.
יחדער טיפער מיין פון דעם וואָרט איז, אַז ניט נאָר אברהם אבינו האָט געלעבט אין אור, נאָר אויך התחיל להאיר, ער איז געווען איבערגעגעבען, מיט אַ מסירת נפש עבודה, אויף להאיר, ליכטיק צו מאַכען די פינסטערניש פון דער וועלט.
יטחסידות­חב"ד דערקלערט אַז עבודת אברהם אבינו איז אַז דער חושך אַליין זאל, דורך עבודה און קיום המצות ומדות, ווערען אור.
כאדם הראשון, הגם ער איז באַשאַפען געוואָרען עפר מן האדמה, דער גרעב­סטער יסוד פון ד' יסודות אש רוח מים עפר10, ער איז אָבער געווען יציר כפיו של הקב"ה11, וואָס מיט זיין קערפּערליכער שיין האָט ער פאַרטונקעלט די זון ליכט12, אָבער נאָך די אַלע גרעסטע מעלות און הפלאות איז ער געווען אַ אפילה מענטש13.
כאאויך נח, וועלכען די תורה רופט מיטן נאָמען צדיק, איז אָבער נאָר בדורותיו, דאָס מיינט אַז לגבי זיינע צייט­מענטשען איז ער געווען אַ צדיק, און זיינע צדקות איז געווען נאָר פאַר זיך אַליין, ער איז ניט געלעגען14 אין דעם צו בעלייכטן די וועלט אַז אַנדערע זאָלען אויך וויסען און ליגען אין דעם צו פאַרשפּרייטען געט­ליכקייט.
כבאון דאָס איז דער מיין וואָס אברהם התחיל להאיר, אברהם איז געווען דער ערשטער פון די וואָס עבודתם איז ניט נאָר האַלטען דעם אור פאַר זיך אַליין נאָר אויך להאיר, מאַכען דעם צווייטען אויך פאַר אַ אור'דיקען.
כגד. אברהם התחיל להאיר, אברהם האָט אָנגעהויבען ליכטיק צו מאַכען, דאָס הייסט, אַז דער אידישער וועלט­טאַטע אברהם האָט ליכטיק געמאַכט די גשמיות­חושך'דיקע וועלט.
כדמיט וואָס האָט דער טאַטע אברהם ליכטיק געמאַכט די גראב פינסטערע וועלט? מיט מסירת נפש. מיט איבער­געבען זיך און בריינגען צו דער עקידה זיין ליבלינג טייערען זון יצחק, בכדי מקיים צו זיין דעם ציווי הבורא ברוך הוא.
כהמיט אָט דער מסירת נפש איבערגע­געבענקייט, צו פירען זיין ליבלינג קינד יצחק צו דער עקידה אָן קיינע טעמים, האָט אברהם אבינו זוכה געווען צום קנין עצמי פון להאיר את החושך, ליכטיק מאַכען די פינסטער גשמיות'דיקע וועלט מיט אַ אור עצמי.
כואון דאָס איז דער תוכן הענין פון "התחיל להאיר". די התחלה פון אור וואָס דער אור איז להאיר; אין אור גופא איז פאַראַן צוויי דרגות אור: א) אור. ב) אור להאיר.
כזדער אור להאיר איז ניט נאָר אַ שטאַרקערער אור ווי אור, נאָר זיין שטאַרקייט איז אַ אינערליכע, דאָס איז ניט קיין חיצונית'דיקע ליכטיקייט וואָס בלענדעט דעם עין הרואה, נאָר אַ אור להאיר, ער שאַפט אור.
כחאין חכמת וסדרי רפואת אברי הגוף איז דאָ געוויסע מחלות ר"ל וואָס דער הילוך הדם אין די אברי הגוף איז בחלישות מצד ריבוי שמנונית איז די רפואה דורך אור, אַ מילדע­שוואַכע ליכטיקייט, אָבער אַ טיף אינערליכער אור, און דאָס איז דער מיין פון דעם התחיל להאיר פון אברהם אבינו.
כטאון דאָס איז דער תוכן הענין פון "התחיל להאיר", ביז אברהם'ען זיינען אויך געווען צדיקים, זאָגאר אפילו אַזאַ דרגא ווי צדיק תמים, אָבער דער כללות העולם איז געווען אַ אפילה'דיקער.
לה. דער טיפער פאַרשטאַנד פון דעם וואָרט, הגם עס איז איבעריק דאָס צו מבאר זיין, אָבער דאָך אפילו אין דעם וואָס מען פאַרשטייט איז גוט צו מאַכען אַ הטעמה­געשמאַק, ווייל הטעמה בריינגט די פרישקייט פון מעיינות החכמה.
לאאַלע ווייסען אַז די אבות יצחק און יעקב האָבען ממשיך געווען דעם אור עצמי וואָס אברהם אבינו האָט מגלה געווען, אַז דער אור זאָל נמשך ווערען אין כלים פנימיים נאָר אין בני יעקב.
לבדאָס מיינט, אַז די התחלה וואָס אברהם התחיל להאיר, איז נמשך געוואָ­רען, דורך יצחק'ן, צו יעקב ובניו.
לגדי גליא­תורה'דיקע וועלט איז מבאר דעם ענין אין ספרים.
לדטיפער פאַרשטיין דעם נקודת הענין, איז על פי המבואר אין קבלה וחסידות, הגם יעקב אבינו איז שוין אַ אחד'דיקער, זיין עבודה איז אורות בכלים, ווי דער סדר פון עולם התיקון איז, דאָך איז דאָס נאָך קודם מתן תורה.
להו. מתן תורה איז געקומען צו אונז — דעם עם המיוחד — מיט אַ סדר והדרגה דעולם התיקון, גלות מצרים, קריעת ים סוף, און מתן תורה.
לואידען, בני ובנות ישראל, דאַרפען און מוזען דורכגיין די גאַנצע וועלט מיט תורה ומצות.
לזדי ששת ימי השבוע פון דער וועלט זיינען די שיתא15 אלפי שנין דהוי עלמא, איצטער איז שוין פרייטאָג, יום השישי, נאָך האַלבען טאָג16, מען בעדאַרף זיך שוין גרייטען צום הייליגען שבת קודש.
לחז. דאָס וואָס מען האָט מבאר געווען, האָט מען דאָס אַלץ גערעדט בכללות דעם שנירל­סדר פון עולם, דאָס הייסט דער שנירל­סדר פון דער התהוות הכלי וואָס א"ס ב"ה האָט געגעבען נשמות וואוהין זיי דאַרפען — דורך עבודה אין תורה ומצות בעלמא דין הגשמי והחומרי — ממשיך זיין דעם אור עצמי פון עצמות א"ס ב"ה.
לטאון בכדי מגלה צו זיין דעם רצון העליון פון עצמות א"ס ב"ה זיינען די צוויי אופנים פון גליא און נסתר, וואָס הן אין גליא איז פאַראַן דער אופן הגלוי לכל און דער אופן הנסתר, וואָס איז גלוי רק ליחידי סגולה און הן אין סתום איז פאַראַן גליא, וואָס איז ידוע לכללות הצדיקים און דער סתום וואָס איז ידוע נאָר לצדיקים הנסתרים, וואָס השי"ת האָט מעמיד געווען צדיקים נסתרים און צדיקים נגלים.
מדער דרך פון די צדיקים הנסתרים איז אַ דרך פנימי וכמוס, ניט נאָר זיי זאָלען פירען דעם עם ישראל אין די טרוקענע דרכי תורה ומצות נאָר אויך אַריינגעבען אין זיי אַ אינערליכען באגער צו דעם הרגש פנימי געפיהל.
מאדער ערשטער פון די צדיקים נסת­רים, וואָס איז — על פי ציווי מלמעלה — נתגלה געוואָרען, איז מורנו הבעל שם טוב.
מבדער סדר הקבלה איז: מורנו הבעל שם טוב האָט מקבל געווען פון אחי' השילוני17 און האָט די ענינים מגלה און מוסר געווען צו זיינע תלמידים הקדושי' און האָט בוחר געווען את רבינו המגיד ממעזריטש און האָט אים מסמיך געווען אַז ער זאָל זיין דער מנהל און מנהיג עדת הצדיקים תלמידי מורנו הבעש"ט און די עדת הצדיקים הנסתרים.
מגח. איך בין גאָר ניט זיכער אַז איך האָב שיים אין די עטליכע פרקים גע­מאַכט די ריכטיקע הקדמה צו דעם וואָס איך וויל אייך דאָ איבערגעבען.
מדמיין ניט זיכערקייט אין דעם, צי די הקדמה רייד זיינען באַ אייך צו­גענומען אין אַ פנימיות אַז מען קען שוין איבער­געבען דעם פנימית וואָרט, איז ווייל במשך פון די איבער פופציג יאָהר האָט זיך דער מצב רוחני אין חסידות השכלה והבנה בכלל און אין עבודה פון תפילה און תיקון המדות בפרט געביטען.
מהריכטיקער געזאָגט ניט עס האָט זיך געביטען, נאָר מי האָט דאָס געביטען.
מואַמאָל איז געווען באַ חסידי חב"ד עובדים גרויסע, און משכילים מהיכי­תיתי, איצטער איז מען גרויסע במאי­קאמיפלגי'ס, משכילים און עובדים מאן דכר שמי'.
מזיעדער איינער פון אנ"ש ותלמידי התמימים בעדאַרף זיך גוט און אמת­פנימיות'דיק אדעתא דנפשי' פאַרטראַכ­טען ניט בכללות נאָר טאַקע בפרטי פרטיות און קומען צו דעם אמת'ן עבודה­בעשלוס אַז מען בעדאַרף זיין אַ עובד און מעורר ומגלה זיין דעם אור הנשמה דורך עבודת התפלה.
מחט. נאָך די אַלע הקדמות­הכשר, וואָס זיינען מכשיר דעם אור השכל, און זיינען מעורר דעם הרגש הלב, וועל איך אייך מגלה זיין און איבערגעבען אַ נקודה עבודה­וואָרט:
מטדער תכלית פון תורת החסידות און תפלה און לימוד החסידות איז, אַז עס זאָל נתגלה ווערען דער העלם עצמי פון מאור הנשמה.
ני. חסידים בעלי עבודה ווייסען דעם פירוש המלות פון די נעמען: א) אַ נקודה­וואָרט. ב) אַ השכלה — נקודה­וואָרט. ג) אַ עבודה — נקודה­וואָרט.
נאווי מען האָט שיים פיהל מאָל מדגיש געווען אַז דער שטאבילער העדר עבודת התפלה במשך פון עטליכע צענדליק יאָהר; איז אַנשטאָט דעם אַמאָליקן צו­בראָכענעם אני וואָס חסידים בעלי עבודה האָבען געהאַט, איז באַ די היינ­טיקע העדר עבודת­התפלה'ניקעס אויס­געוואַקסען גאוה­ישות חטוטרות.
נבווי געזאָגט אַז יעדער איינער פון חסידי חב"ד און תלמידי התמימים ה' עליהם יחיו בעדאַרפען איינזעהן דעם אמת'ן געפאַר­סכנה וואָס דער העדר עבודת התפלה קאָן — רחמנא ליצלן, לא יעלה ולא יבוא — בריינגען.
נגאיך האָף להשי"ת, אַז יעדער פון עדת חסידי חב"ד, און יעדער פון תלמידי התמימים, בלי פלוג אין וואָס פאַר אַ מדינה די השגחה עליונה האָט אים אהין געבראַכט, וועט די הודעה לייענען מיט דעם ריכטיגען חסידות'ן געבענטשטען רגש­נפלא, און וועט זיכער אַלעס מעג­ליכע טאהן לטובתו און לטובת בני ביתו, והשי"ת יצליחם בגשמיות וברוחניות.