Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5710·First day of Sukkos 5710 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"י·יום א' דחג הסוכות ה'שי"ת בסעודה

איום א' דחג הסוכות ה'שי"ת בסעודה
אין מיינע פריהעסטע קינדער יאָרן איז אַ דאַנק דער השגחה און דער הדרכה פון מיין מלמד הרב החסיד ר' ניסן ע"ה1 וועלכער איז געווען אַ גרויסער בעל שמועה און אַ שטאַרקער דייקן אין יעדן סיפור ווען און פון וועמען ער האָט מקבל געווען די שמועה מיט אַ מדוייק'דיקן זמן באַ וועלכער געלעגענהייט.
בהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט שטאַרק משבח געווען את המלמד רנ"ס1 — אַזוי פלעגט ער אים רופן ווען ער פלעגט אים דערמאָנען — זאָגענדיק דערביי אַז דיין מלמד הרנ"ס האָט געהאַט אַ געזונטן אמת חסידישן קינדער­חינוך.
געס זיינען געווען זמנים וואָס לרגלי חלישות בריאותו של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָבן אים די דאָקטוירים פאַר­אָרדנט אַ סדר הנהגה, אַז נאָך עטלעכע שעה יגיעה אין לערנען אָדער שרייבן זאָל ער אַ האַלבע אָדער אַ גאַנצע שעה רוהען, און צוליב בעסערע בלוט­צירקו­לאַציע זאָל ער די שעה אַרומגיין אין צימער און באַ אַ גוטן וועטער — אין גאָרטן.
דצו יענער צייט איז מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מודיע — דורך דעם הויז טעלעפאָן וואָס איז געווען פון זיין צימער צו מיינעם — אַז איך זאָל באַלד קומען2.
הדי מנוחה שפּאַציר שעה ניצט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אויס אויף פאַר­שידענע ענינים. א) הערן אַ בעריכט פון עניני ישיבת תת"ל און געבן הוראות הנהגה. ב) געבן מיר פאַרשידענע הוראות אין עניני הכלל וואָס איך זאָל שרייבן און צושטעלען אים אויף צו חתמ'נען.
ורובא דרובא פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פרעגן, מיט אַ שמייכל אויף פני קדשו בנועם מיוחד, וויפיעל צייט האָט באַ דיר גענומען די אַרבעט.
זהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וויל וויסן פּינקטליך ניט בהשערה נאָר בדיוק אין מינוטן.
חנאָך גאָר אין די פריהעסטע יונגע יאָרן איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געווען אַ מופלא בהנהגותיו מיט אַ מדוייק'דיקן סדר אין3 און שמירת הזמן, איינגעטיילט די זמני עבודת היום ועבודת הלילה.
טשוין פון די גאָר יונגסטע יאָרן האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געהאַט אַ שטאַרק מסודר'דיקע הנהגה אַז יעדער ענין וואָס ער האָט געלערנט בלי פלוג, צי אַ דין אין שלחן ערוך אורח חיים אָדער אַ מאמר חסידות וואָס איז אויך אַ געוויסער שלחן ערוך אין ארחות חיים פנימיים פון עבודת התפלה און סידור ותיקון המדות. האָט ער געלעגט די גרעסטע עבודה יגיעה אַז דער בכן פון דער השכלה זאָל בריינגען אַ עבודה בפועל ממש, אין מדות חסידות.
ימורי הרשב"ץ4 איז געווען אַ טאַלאַנט­פולער מחנך. זיין חינוך איז בעשטאַנען אין געבן אַ לעבעדיקן ציור אין גילוי הכחות והחושים.
יאדער אויסשפּראַך "כאלו אתה רואה מהות מציאות הדבר" וואָס געפינט זיך אין פערשידענע מאמרי חסידות איז געווען דער גרונט יסוד באַ מורי הרשב"ץ אין זיינע ביאורים.
יבהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געזאָגט — בשנת תרנ"ד: מורך הרשב"ץ האָט אַ בעזונדער הפלאה חוש צו מאַכן דעם תלמיד, מיט וועלכן ער לערנט, אַז דער תלמיד זעלבסט זאָל מעורר זיין דעם חיות אין עבודה.
יגעבודה און חיות אין עבודה זיינען צוויי בעזונדערע דרגות אין עבודת ה­שי"ת. ביידע זיינען עובדי הוי' וואָס טוען יעדע מצוה בעתה ובזמנה כהלכתה. דער חילוק ביניהם איז אין דער לעבעדיקייט ווי מען טוט די מצוה.
ידאין טבעי בני אדם זיינען דאָ אַזעלכע וועלכע זיינען בטבע אין אַ קו של שמחה מיט אַ חיות, על חטא אין ק"ש שעל המטה זאָגן זיי אויך מיט אַ חיות, און עס זיינען דאָ אַזעלכע וועלכע זיינען בטבע אין אַ קו של עצבות, און אָט די זאָגן שישו ושמחו בשמחת תורה אויך מיט אַ טרויעריקייט און אָנגעבלאָזנקייט.
טודער נקודת הענין איז וואָס באַ זיי פעלט דער גאַנצער ענין פון עבודה אמיתית און דערפאַר איז באַ זיי די הת­גברות החומר על הצורה אַז די ענינים פון צורה זיינען באַ זיי אויך חומריות'דיק.
טזחסידות חב"ד, וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מייסד געווען, איז מיוסד אויפן יסוד פון השגת המוחין און עבודת הלב, וואָס אין דעם זיינען זיך משתתף אַלע עשרה כחות הנפש, און דאַן קומט דאָס אַרויס אין אַ עבודה שלמה.
יזדאָס אַלעס וואָס איז דאָ געזאָגט געוואָרן איז אַן אַריינפיר וואָרט צו דער יחידות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געהאַט אין יאָר תרל"ט באַ הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש.
יחוואָס זיי האָבן דאַמאָלסט גערעט איז אַ ענין בפני עצמו, נאָר פאַרן אַרויסגעהן האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש דערציילט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פאָלגענדען סיפור.
יטאין ליאָזנא איז געווען אַ איד אַ זקן, דעם אַלטן רבינס אַ חסיד, וועמען מען האָט גערופן ר' אלי' בער ישובניק.
כער איז קיינמאָל קיין ישובניק ניט געווען און אפילו ניט געוואוסט וואָס אַ ישוב איז. דעם נאָמען ישוב'ניק האָט מען אים געגעבן ווייל אויף יעדער זאַך פלעגט ער זאָגן: מען דאַרף האָבן אַ ישוב הדעת.
כאאַז מען פלעגט אים רופן אַלס אַ צענטן צו אַ מנין פלעגט ער ענטפערן: אמת, נאָר מען בעדאַרף האָבן אַ ישוב הדעת. פלעגט מען אים רופן צו אַ חולה מסוכן ר"ל, פלעגט ער ענטפערן: אמת, נאָר מען בעדאַרף האָבן אַ ישוב הדעת, און כרגיל, פלעגט דאָס די וועלט האַלטן פאַר עניני שטות.
כבאָבער באמת איז די סיבה פון דעם געווען ווייל ער האָט אַמאָל געהערט פון כ"ק רבינו הזקן בזה"ל: איך וועל אייך זאָגן אַ תורה פון רבי'ן — דעם מעז­ריטשר מגיד — וואָס ער האָט געהערט פון זיידן — מורנו הבעש"ט: שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד5, זיינען די אתוון רברבין עד דע, דער פירוש איז אַז עס דאַרף זיין דער דע, מען זאָל וויסן דעם עד שבנשמה, וואָס דאַמאָלסט האָט ער אַ השגה אין עצמות הנשמה.
כגדער דרך החסידים אַמאָל איז געווען אַז מען האָט געלעבט מיט אַ וואָרט, מען האָט ניט געזוכט קיין אריכות, אַ וואָרט האָט מספיק געווען.
כדחכמה איז אמת, דעת איז אמת, אָבער בינה איז לעצמה ניט אמת. דעת ווייל עס איז מקושר אין דעם אמת פון חכמה איז אויך אמת, אָבער בינה קען זיין ניט דורכאויס אמת, און אַמאָל אויך אפילו שקר, און אין אָט דעם בעדאַרף זיין די יגיעה און עבודה, מברר זיין דעם פסולת השקר.
כהדער טעם הדבר פאַרוואָס אין הבנה קען זיין דער ענין השקר איז ווייל הבנה און הסבר קען זיין שקר, ווייל בעיקרה איז דאָך דאָס הסבר, וואָס איינער איז מסביר דעם ענין אַזוי און דער צווייטער איז מסביר אַנדערש, און ער זאָגט אַז ער האָט "דאָס" מחדש געוען, איז דאָ קען מען שוין זיין געחאַפּט. די עבודה איז אַראָפּצוטראָגן דעם אמת פון חכמה אין בינה און אויך אין דעם בפועל ממש.