Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5710·Second day of Sukkos 5710 at the mealספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"י·יום ב' דחג הסוכות ה'שי"ת·בסעודה

איום ב' דחג הסוכות ה'שי"ת, בסעודה
א. אַמאָל ביי אַ מסיבה פון עלטערע חסידים האָט מען געפרעגט: וואָס האָסטו געהערט עפּעס אַ אַלטן וואָרט? האָט איינער פון די חסידים געזאָגט: אַז אַמאָל ביי אַ חסיד'ישן פאַרבריינגען וואו מען נעמט משקה, וואָס מען טרינקט דאָך ניט גלאַט אַזוי, נאָר אויף אַרויסצו­רופן פנימיות; פלעגט מען בוחר זיין אין אַ מוזג, וואָס ער פלעגט טיילן די משקה פאַר לחיים.
באיך בין נאָך דאַמאָלסט געווען אַ קליינער אינגל, האָב איך געפרעגט מיין מלמד ר' ניסן1, וואָס איז דאָס אַ מוזג? האָט מען מיר געענטפערט, אַז אַ מוזג איז דער וואָס גיט אַכטונג אַז אַלעמען קומט אָן, און אַ קאַפּעלע — אַ טראָפּן — ווערט ניט פאַרלאָרן. דאַרף מען יעצט אויך מאַכן איינעם פאַר אַ מוזג.
גב. ווען איך בין נאָך געווען גאָר אַ יונגער אינגעל האָט מען אַמאָל פאַר­בראַכט שמחת בית השואבה אין סוכה, און איך בין אויך דאָרט געווען. אַז עס איז געוואָרן זייער שפּעט אין דער נאַכט בין איך איינגעשלאָפן. אין דער פרי, ווען איך האָב זיך אויפגעכאַפּט האָב איך נאָך געטראָפן החסיד ר' הענדל2 און החסיד ר' שמואל ברוך3 זיצן אין סוכה און פאַר­בריינגען.
דווען איך בין דאַמאָלסט איינגעשלאָ­פען אין סוכה אויף אַ באנק, איז כבוד אמי הרבנית אַריינגעקומען מיר אַריינ­נעמען אין הויז, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ניט געלאָזט, און געזאָגט:
הזאל ער זיך וואַלגערן צווישן חסידים, און דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז ער זאָל זיך אויסוואַלגערן4.
ודאַמאָלסט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך געבענטשט מיט אריכות ימים.
זיעדערער דאַרף וויסען, אַז אריכות ימים איז דער פירוש5, אַז עס זאָל זיין אַ יומא אריכתא, אַז וואָס עס דאַרף זיך אָפּטאָן במשך דעם טאָג זאָל אָפּגעטאָן ווערן. מיט דער ברכה פאַר אריכות ימים מיינט­מען טאַקע פשוט אין גשמיות אריכות ימים ושנים, נאָר אין די אריכות ימים גופא דאַרפן די טעג זיין יומי אריכתא, אַז דער טאָג זאָל ניט צוקראָכן ווערן מיט גאָרניט. מען דאַרף וויסן ווען עס ווערט טאָג, און מען דאַרף וויסן יעדע שעה פון טאָג, און טאָן אַלץ וואָס עס דאַרף זיך אָפּטאָן במשך דעם טאָג, און דאַמאָלסט איז דאָס אריכות ימים.
חג. ווען איך בין נאָך געווען גאָר יונג, האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געלערנט ווי צו נעמען אַ זאַך ברמז, פאַרשטיין יעדן ענין ברמיזא.
טנכנס יין יצא סוד6. יין איז יינה של תורה7, די הבנה און השגה אין תורה און די טהרת ההשגה. יצא סוד דער העלם העצמי, און מען איז משיג דעם העלם העצמי. יין איז בגימטריא ע' און סוד איז אויך בגימטריא ע'8 נאָר דער חילוק איז, יין בגימטריא ע' איז דאָס צוויי יודי"ן און אַ נו"ן, און סוד בגימטריא ע' איז דאָס ס' ו' ד', און די וואָס ווייסען קבלה ווייסען דעם הפרש אין דעם.
יד. (כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן את הניגון "הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד" כפי ששרו אותו בליובאַ­וויטש, ואחר שנגנו אותו אמר:)
יאאויף דעם ניגון איז דאָ אַ פירוש און אַ ביאור און אַ סיפור דברים.
יבאין יאָהר תרמ"ו בערך ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אין יאלטא9 פלעגט ער דאַוונען אין אַ קלויז פון חסידי­פולין. אַז עס איז געקומען חודש אלול האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זיך געפירט ווי אין ליובאַוויטש כדרכו בקודש. אין שוהל איז דאָרט געווען אַ גבאי און אַ שמש, און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זיי געבן מזמן לזמן אויף דער שוהל און פאַרן שמש.
יגר"ה ביי נאַכט איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געבליבן דאַוונען באריכות אין שול נאָכדעם ווי דער קהל האָט שוין מסיים געווען דאַוונען. דער שמש האָט אָנגעזאָגט דעם גוי, להבדיל, וועלכער פלעגט אויפראמען די שוהל, אַז ער זאָל ניט פאַרלעשן די ליכט און זאָל ניט פאַרמאַכן די שוהל. דער שמש אַליין איז אַוועקגעגאַנגען אַהיים.
ידנאָכדעם ווי דער שמש האָט אָפּגע­געסן סעודת יו"ט, האָט אים זיין געוויסן ניט צורוה געלאָזט, ווי אַזוי האָט ער דאָס איבערגעלאָזן אַ איד אַ תלמיד­חכם אַליין אין שוהל. איז ער צוריקגעגאַנגען אין שוהל זעהען וואָס טוט זיך. ער קומט אַריין אין שוהל, זעהט ער ווי דער גוי שטייט אין פאָדער­הויז און וויינט זייער שטאַרק. פרעגט אים דער שמש: וואָס וויינסטו? ענטפערט אים דער גוי: עס שטייט אַ מענטש און גייט אויס, איז ווי קען מען ניט וויינען. איך בין געוויינט צו הערען ווי מען דאַווענט פרעהליך און מען זינגט ביים דאַוונען, אָבער דאָ שטייט אַ מענטש — הכוונה על הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — און גייט אויס. האָב איך זיך דערמאָנט אויף מיין אייגענע צרות, דער דיאדיקע איז געשטאָרבען, די בהמה איז גע'פגר'ט, מיין אַלטע מוטער איז קראַנק, וויל איך וויינען. אַז דער שמש איז אַריינ­געגאַנגען אין שוהל און זיך צוגעהערט צו הוד כ"ק אאמו"ר'ס דאַוונען, האָט זיך ביי אים געעפנט צוויי קוואַלן פון טרערן.
טונאָכן דאַוונען איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געגאַנגען צו זיך אין אכסניא, און הרב שניאור סלאָנים10, וועלכער איז מיט אים געווען אין יאלטא11, האָט אים באַג­לייט.
טזאַז עס האָט זיך דערנעהענט יום כפור, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געבעטן, אַז מען זאָל אים אויפרופן צו מפטיר יונה — באַ די רביים איז געווען דער מנהג עולה לתורה זיין יום כיפור צו מפטיר יונה12, מצד כמה ענינים וואָס זיינען תלוים בזה. — האָט מען דעם טאַטן געזאָגט, אַז אין די גרויסע שוהל קען מען אים ניט מכבד זיין — כ"ק אאמו"ר הרה"ק לא רצה לגלות להאנשים דשם מי הוא — נאָר אין חדר שני וועט מען אים געבן מפטיר יונה, וכ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיי געגעבן אַ נדבה פאַרן ביהמ"ד. אַז עס איז אָבער געקומען יוכ"פ, און זיי האָבן געזעהען די התלהבות פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ביים דאַוונען, האָבן זיי דערקענט אַז ער איז אַ איש המעלה, און מען האָט אים אויפגערופן צו מפטיר יונה אין דער גרויסער שוהל.
יזנאָך יום כפור איז געקומען דער גבאי פון שוהל צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, און דערציילט, אַז ער האָט פון אַלע מאָל אַ חזקה אויף מפטיר יונה, און דערפאַר האָט ער פון אָנפאַנג ניט געוואָלט מוותר זיין אויף דעם, אָבער נאָכדעם זעהענדיק די הנהגה און עבודה פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק יוכ"פ, האָט דאָס אויף אים שטאַרק גע'פועל'ט, און ער האָט געהייסן אויפרופן הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. ריידנדיק האָט ער דערציילט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וועגן זיין פרטיות'דיקן לעבן, און האָט זיך געקלאגט, אַז ער האָט אַ זוהן וועלכער איז ניט שפוי בדעתו ר"ל. האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געבענטשט מיט הצלחה און געזונט, — איז דער זוהן געזונט געוואָרן.
יחה. עס וואָלט ביי מיר געווען זייער יקר וחביב, ווען יעדערער פון אנ"ש והתמימים וואָלטן פאַרצייכנט בכתב וואָס זיי געדיינקען פון דעם וואָס זיי האָבען געזעהען ביי זייערע עלטערען און זיידעס­חסידים, פון זייער אופן התנהגות בכלל, און פון די זמני מועדים לשמחה בפרט, יעדערער זאָל שרייבן ווי ער קען, אין זיין שפּראַך, און טאָמער וועט ער פאַרטוישען אַ א' אויף אַ ע' איז אויך ניש'קשה. אויף דעם ענין איז ניט שייך צו געבן אַ פקודה אָדער אַ הת­עוררות, אָבער דער הרגש פון חסידות דאַרף דאָס אַליין אַרויסמאָנען. דאָס וואָלט געווען אַ גרויסע תועלת, פאַר זיך וואָלט דאָס געווען דער בעסטער מוסר ספר, און דאָס וואָלט געהאַט אַ גרויסע פעולה אויף די קינדער און די משפחה און די סביבה.
יטו. ביי די רביים איז געווען זייער יקר אַ חסידות'ער פאַרבריינגען. דער מיטע­לער רבי האָט געזאָגט — אין איינעם פון זיינע קורצע מאמרים — אַז אַ חסידות'ער פאַרבריינגען איז די ד' דפנות פון דער רוחניות'דיקער מקוה. מען מיינט ניט פאַרבייטן גיין אין מקוה, ניט נאָר ווען מען מוז על פי גליא שבתורה, נאָר אפילו מקוה טהרה. אַ חסידות'ער פאַרבריינגען, וואָס מען רעדט דאָרטן און מען איז מבאר אַ פנימיות'דיקן וואָרט, מען זינגט אַ חסידות'ן פנימיות'דיקן ניגון, און אַ ניגון וואָס מען האָט מיט אים געדאַוונט — דאָס איז צוויי ענינים — אַ אויסגוס געוויין, ניט אַ געוויין פון צער נאָר אַ געגועי­נפש'דיקן געוויין, פון הרגש פנימיות עצם הנשמה, דאָס איז די ד' דפנות פון אַ חסידות'ער מקוה.
כז. לחיים! דער אויבערשטער זאָל העלפן מען זאָל וויסן מער. און דערווייל זאָל מען טאָן מיט וואָס מען ווייס.
כאח. מען דאַרף זעהען מאַכן חסיד'ישע מנינים, מען זאָל האָבן אַ חסיד'ישן רב, אַ חסיד'ישן גבאי, אַ חסיד'ישן שמש, דאָס איז אַזוי נויטיג ווי דער חסידות'ער נוסח. דאָס דאַרף מען מאַכען אָן אַ שטאָך, מען דאַרף אַראָפּשניידען די שטעכיגע נעגל13. מען דאַרף נעמען מיט דעם שאַרף צו זיך14. אַמאָליקע חסידים האָבען ניט געגעסען מיט אַ גאָפּעל נאָר מיט אַ לעפל, ווייל אַ גאָפּל האָט דריי שטעכיגע ציינער. מען דאַרף האָבן אַ כלי צו עסן נאָר אַ לעפל וואָס איז גלאַט. צו יענעם דאַרף מען ריידן גלאַט און בקירוב, מיט גלאַטקייט קען מען אַ פולע אויפטאָן. אויב מען זעט עפּעס ביי יענעם, דאַרף מען ניט אין כעס זיין אויף יענעם נאָר אויף זיך. מען דאַרף טאָן מיט זיך און דאָס זאָל פועל זיין אויף דעם זולת.
כבט. (אחר ברהמ"ז כשהתחילו לצאת מהסוכה אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
כגמען דאַרף זינגן אַ ניגון, אַז די סוכה זאָל ניט זיין אומעטיג, און זי וועט וואַרטען ביז מען וועט ווידער קומען צו איהר.