Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5710·Friday 14 Tishrei 5710ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"י·יום ו' י"ד תשרי·ה'שי"ת

איום ו' י"ד תשרי, ה'שי"ת1
ערב חג הסוכות תרנ"ג2, דעם ערשטן חיוב סוכות אין אַלע עניני החג ווי אַ גדול, זאָגט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק:
בצווישען די ענינים וואָס הוד כ"ק אבינו רבינו הזקן האָט מקבל געווען מהוד כ"ק רבו מורנו המגיד ממעזריטש3, בשם רבו מורנו הבעש"ט וואָס ער האָט מקבל געווען פון דעם בעל ח"י4 — חי' יחידה — איז דאָ דער פאָלגענדער ענין וועלכער איז מדוייק ניט נאָר בסגנונו נאָר אויך בדיוק אותיותיו.
גבראשית5 ברא אלקים6, בראשית איז ענינו ב' ראשית7, עס זיינען פאַראַן צוויי ראשית'ן, ראשית פון בריאת העולם, דער וועלטלעכער ראשית, און דער תורה ראשית. בראשית ברא אלקים, די ב' ראשית'ן זיינען בכדי עס זאָל זיין ברא8 אלקים מען זאָל מגלה זיין די אמיתית הכוונה פון דעם שם אלקים. ספירת הכתר9 איז ראשית און ספירת החכמה איז ראשית. דער ראשית פון ספירת הכתר איז העלם, דער ראשית פון ספירת החכמה איז גילוי, ראשית חכמה יראת ה'10, דער אור וחיות פון חכמה וואָס איז מאיר אין שבת בראשית ווערט נמשך על כללות השנה, וואָס אַלע טעג פון שנה הן די ימי החול שבת ומועדים הכלליים, הן די מועדים הפרטים פון יעדער יחיד, יום הכניסה לחדר, יום הבר מצוה און אַנדערע ימי חיי האדם ומאורעותיו זיינען זיי אַלע מקבל פון דעם שבת בראשית11.
דאָט דאָס איז דער פנימיותדיקער שלום עליכם פון חב"ד חסידים מחונכים בחינוך פנימי ומסודר, וואָס זקני החסי­דים האָבן מנחיל געווען אין אַ אופן פון אַ המשך כללי לדורותיהם12.
האשרי האיש, גליקלעך איז דער וואָס האָט זוכה געווען צו זיין אין ליובאַוויטש, עיר הבירה פון חסידות חב"ד, עבודת התפלה און מדות חסידות.
ובאַ חסידי חב"ד וואָס זיינען מחונך דורך אַ מחנך מסודר איז איינער פון די הילף מיטלען, אין דער עבודת ההכשרה צו ווערן אַ כלי קיבול צום חינוך פנימי, דער קביעות זמן, יעדער לפי ענינו, אויף צו פאַרטיפן זיך אין דעם ציור מפורט בכל פרטיו, היינו דער זמן — פון די ימי תקופת השנה — און דער מקום.
זעס זיינען געווען אַזעלכע בעלי חוש וואָס די פאַרטיפונג האָט באַ זיי אָפּגע­ריבן דעם זמן העבר און האָבן געהאַט אַ גליקלעכען הוה ווי ער איז באַ דעם רבין ביחידות און זאָגט אַרויס פנימיות לבבו ער הערט דעם רבינס ענטפער מיט דעם מחזה פני הקודש פון רבין.
חאותיות הדבור זיינען אָרעם אַרויס­צוגעבן די הפלאה פון אַזאַ געפיהל, אפילו אותיות המחשבה זיינען צו ארעם אויף דעם, נאָר געפיהל אָן ווערטער קען דאָס אַרויסגעבן אין אַ געוויסן אינער­ליכן ציטער.