Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5710·Night of Simchas Torah during farbrengen before Hakafos 5710ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"י·ליל שמחת תורה·בעת התועדות קודם הקפות ה'שי"ת

אליל שמחת תורה, בעת התועדות קודם הקפות ה'שי"ת
א. (על השלחן עמדו בקבוקי משקה חתומים ואמר א' מהמסובים ליתן לרפ. א. שבא מאה"ק לפותחם, מפני שאצלו כבר חול. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
בדאָס וואָס מיר אַלע אידן בעטן אַ גאַנץ יאָהר, אַז השי"ת זאָל אונז בריינגען לארצנו הקדושה ממש ולעשות רצונך וכו', איז אויסצונוטצן דאָס אין דברים קלים איז דאָס אַ זלזול, דאָס איז אַ גראָב­קייט.
גב. איך קוק אויף אַלעמען בעין טובה, אפילו ווען מען מאָנט אַמאָל און ווען מען מוז זאָגן אַמאָל אַ האַרבן וואָרט, איז דאָס אַ חסד.
ד
אַ סאָלדאַט איז אויסמושטירט.
A soldier is drilled (oismushtirt).
ער גייט אויפגעשטעלט דעם קאָפּ,
He walks with his head held high,
אַרויסגע­שטעקט די האַרץ,
his chest thrust out,
ער מאַכט מיט די הענט
he moves his hands
און מיט די פיס.
and his feet.
אויסמושטירן טוט מען די קאָפּ
The drilling is done to the head
און די האַרץ,
and the chest,
און אין וואָס איז דאָס ניכר,
and in what is this noticeable? -
אין די פיס.
in the feet.
דער סאָלדאַט איז אויסמושטירט
The soldier is drilled
אפילו אין אַ תנועה קלה.
even in the slightest movement (tnuah klah).
הג. לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבן עס זאָל זיין אַ שנת ברכה בגשמיות וברוחניות.
וד. תרנ"ד1 איז געווען אַ יאָהר פון גרויסע גילוים. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט יענעם שמח"ת געזאָגט בעת'ן פאַר­בריינגען:
זהערט רייד, וואָס איך האָב געהערט אין גן עדן.
חהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן אַרומגערעדט דעם סדר פון גן עדן התחתון און גן עדן העליון.
טהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געהאַט אַ זעלטענעם כח הציור2, אין יעדע זאַך האָט ער מבאר ומסביר געווען אַז מען האָט דעם ענין געזעהען במוחש. ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן גערעדט דעם הבדל פון געה"ת און געה"ע, און דעם סדר העליות, האָט מען דאָס געזעהען (כ"ק אדמו"ר שליט"א הראה באצבעותיו) במוחש ממש. און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט:
יאיך זעה דאָס. און איהר הערט לכל הפחות און דערהערט.
יאמיר האָט מען געגעבן אַ כח צו הערן דברי הרב. אַז איך האָב געהערט אַ מאמר פון טאַטן, האָב איך געהערט די רייד פון טאַטן, פון זיידן, פון עלטער זיידן, פון רבי'ן, פון מעזריטשער מגיד און פון בעש"ט, וואָס ער האָט מקבל געווען פון אחי' השילוני3.
יבה. לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבן עס זאָל זיין אַ שנת אורה, שנת ברכה, שנת גילה, שנת דיצה ברוחניות ובגשמיות. זייט אַלע געזונט מיט אייערע בני בית. דער אויבערשטער זאָל אונז בריינגען אין ארץ ישראל ממש. מיר אַרט ניט צי מיט די פיס אָדער מיט די לופט. אין בעל­הבתישקייט מיש איך זיך ניט, — מען זאָל זעהען דעם גילוי המשיח בפועל.
יגו. דער אויבערשטער זאָל העלפן מען זאָל הערען און דערהערען. עס איז פאַראַן הערען און דערהערען4. די וואָס האָבן דאָס פאַרזוכט ווייסן דעם טעם דערפון, און די וועלכע האָבן דאָס ניט פאַרזוכט ווייסן אפילו ניט וואָס דאָס איז. עס איז אַ רחמנות אויף זיי.
ידז. החסיד ר' אהרן דאָקשיצער — שהי' נקרא אהרע דאָקשיצער — האָט אַמאָל געזאָגט צו החסיד ר' יקותיאל — היו ב' מלמדים בדאָקשיץ5 — קושע, גע­דענקסטו, ווען דער רבי האָט געגעבען לעקאַח האָט מען געפיהלט דעם כי6 לקח טוב7. און צי געדענקסטו ווי מען האָט געקליבן די ברעקלאַך.
טואָט דאָס איז הרגש ווערטער. ניט השכלה, ניט קיין השגה, נאָר די עצם הנשמה איז זיך מתגלה אין כחות הגלוים, און די כחות הגלוים זיינען מגלה דעם נועם און עריבות פון עצם הנשמה.
טזעס דאַרף זיין אודנין דשמעין8. די אזני הלב אויב זיי זיינען פאַרשטאָפּט דאַרף מען זיי דורכבויערן.
יז(כ"ק אדמו"ר שליט"א הי' בשמחה גדולה און זייער אויפגעלייגט, וחלק בעצמו להרבה מהנאספים משקה ומזו­נות וצוה כמה פעמים להנאספי' לשתות לחיים, ולאחדים צוה לשתות בכוסות גדולים — גם למחר בעת הסעודה ציוה כן — ואמר:) אזלת לקרתא עבד כנימוסי'9, און דאָ איז אַזאַ מנהג.
יח(אמר לא' מהמסובים שחלק משקה להעומדים מסביב:)
יטאַ משפיע ווען ער איז פאַרנומען צו משפיע זיין פאַרגעסט ער אויף זיך אַליין. דאָס איז אַ חסרון.
כח. תרנ"ד איז געווען אַ גרויסער פאַרבריינגען. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן אַרומגערעדט, וואָס איז חסי­דות און וואָס איז השגחה פרטית עפ"י חסידות, אַז השגחה פרטית איז ניט נאָר אין ענינים פון הבנה והשגה נאָר אפילו אין דברים פשוטים.
כאמען האָט דאַן געזונגען אַ פרעהליכען ניגון. און נאָכדעם האָט מען געבריינגט משקה. האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: דאָס איז השגחה פרטית, ווי מורנו הבעש"ט איז מבאר דעם ענין פון השגחה פרטית.
כבבכלל משקה איז מים המאררים, וואָס לכל הקל רופט דאָס אַרויס אַ תנועה חיצונית*9. אָבער ביי אַ פאַרבריינגען איז די משקה דער אמת'ער גשם, גשמי ברכה.
כגאַז מען רעדט ביי אַ פאַרבריינגען אַ פנימיות'דיקן וואָרט, גייט ער אַריין אין פנימיות הלב, און פון פנימיות הלב קומט ער אַראָפּ אין פנימיות העבודה אין עבודת התפלה.
כדט. עס איז פאַראַן אַ אַלטער וואָרט, דער חילוק פון שמע"צ און שמח"ת לגבי שאר המועדים.
כהדער חילוק איז אין יעלה ויבא. ביי אַלע מועדים שטייט דער וואָרט "חג" פאַר דעם קריאת שם המועד, כמו חג המצות וכו'. מה שאין כן ביי שמיני עצרת און שמחת תורה איז דער קריאת שם המועד פאַר דעם וואָרט חג, ווי מיר זאָגן שמיני עצרת החג הזה10. דער פירוש איז אַז די שמחה פון שמיני עצרת און שמחת תורה ווערט נמשך אַ גאַנץ יאָהר11.
כוי. (בהמשך דיבורו ע"ד ענין העבודה בפועל אמר:)
כזוויפיעל ער זאָל זיין אַ מופלא אין השכלה אָדער אין השגה קומט דאָס ניט צו די הפלאה פון נה"י בפועל.
כחיא. (בעת שנתן כ"ק אדמו"ר שליט"א בידיו הק' משקה ומזונות לכמה אנשים אמר לאחדים מהם איזה ענין פרטי כדלהלן:)
כטלרשז. ג.: נעם משקה פאַר זיך און פאַר דיין שווער. דו דאַרפסט זעהען אויספליקן ביי זיך די פוילישע שטיק.
ללרפ. א.: עס איז שווער צו פאַר­טראָגען דיין מתינות. שינוי מהות איז אַ ענין, אָבער ניט אין דעם.
לא(רמ. ש. הכהן אמר לכ"ק אדמו"ר שליט"א, שבכל פעם כשמברך ברכת כהנים האָט ער אין זינען דעם רבי'ן. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
לבאַזוי דאַרף זיין. דאָס ערשטע איז די קאָפּ, דאָס איז דאָך אַ דבר פשוט. פון קאָפּ קומט דאָך ממילא אַראָפּ אין אַלע אברים.
לג(קראו לרא. ר. שיתקרב להשלחן, ואמר אחד: אָט איז דאָ אהרן אַליין. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
לדביי חסידים איז ניטאָ אַליין. ער טראָגט מיט זיך פון זיין טאַטען, פון זיידן, פון עלטער זיידן, דעם גאַנצן עדת החסידים.
להלרנ. ד.: דאַרפסט זיין אַ קובע­עתים לתורה. עס זאָל ניט דורכגיין אַ טאָג אָהן תורה. לערנען וואָס מען קען, שו"ע, קיצור שו"ע. אַלע טאָג מוז מען עפּעס לערנען. מען דאַרף זיין ביי אַ חסיד'ישן פאַרבריינגען, און עפּעס נעמען פון פאַרבריינגען12. מיטנעמען אַ וואָרט מיט זיך, אַ מדה טובה, אהבת ישראל וכו'.
לולהרי. י.: פאַרוואָס נעמסטו ניט קיין משקה. עס זיינען דען דאָ דיינע בעלי­בתים. מען דאַרף דאָך ווייזן אַ דרך פאַר די תלמידים. לחיים! זאָלסט האָבן הצל­חה, דיינע קינדער אייניקלעך און די תלמידים.
לז(כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן הכוס משקה שלו להרש. ל. ואמר לו): דו זאָלסט האָבן כלים רחבים.
לח(כ"ק אדמו"ר שליט"א חפש אחרי אחד מבין הנאספים ליתן לו משקה ומזונות, והביט לכל צד ולא מצא אותו, ואמר: איך זוך מיינע קאָסטאָמער, וואו איז א. ה. ואמר א' מהמסובים ער איז פון די אמת'ע רבי'נס קאָסטאָמער. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
לטעס איז אַ מנהג ביי סוחרים ווען מען קומט זיי פרעגן אויף זייער סחורה זאָגן זיי: פּעטעך, פּעטעך, דו ביסט עפּעס אַ מבין אויף סחורה. מיין סחורה אפילו אַביסעלע פון איהר איז מיט גאָלד צו גלייך.
מ(וברך את א. ה.:) חיים וברכה על כל השנה. והי' לבבם זה13.
מא(הרמד. ר. הזכיר לפני כ"ק אדמו"ר שליט"א את בנו התמים ש. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
מבאיך האַלט איהם — הכוונה על הרמד. ר. — פאַר אַ קלוגן, ווי קומט צו איהם אַזאַ שטות.
מגאַ משפיע בעת אַ פאַרבריינגען פאַר­געסט ניט זיינע מושפעים און האָט זיי אין זינען בכל עת וזמן, ומכ"ש איך. ער שטייט ביי מיר במחשבה בציור, ער מיט זיינע מושפעים.
מד(הרש. ל. אמר להרמד. ר. אהני לי' שטותי'14, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
מהאַ שמיץ איז חסד, אַ קירוב איז חסד שבחסד.
מו(אח"כ נתן כ"ק אדמו"ר שליט"א בעצמו משקה להרמד. ר. ואמר:)
מזער איז פון די אַלטע, ער דאַרף ניט קיין ממוצעים.
מח(א' אמר שהרא. ס. רוצה משקה, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) באַ איהם איז אַלץ בחשאי.
מט(כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן יין ומזונות לרד. ש. ואמר לו:)
נאיהר זייט ווערט צוליעב זיך און צוליעב אייערע קינדער. דער אויבער­שטער זאָל אייך געבן אַ סך נחת פון זיי.
נאלרי. פ.: נעם פאַר זיך און פאַר דיין ברודער מ. דו ביזט זיך ניט משער ווי ער איז דיר איצט מקנא. מיט וועמען פאַר­בריינגט ער יעצט אין זיין מסיבה, און באיזה אופן זיין ריידען מיט זיי איז, און וואו ביסטו איצטער.
נבלהרש. ל. ולהרשא. ק.: אין דעם ענני במרחב דערהערט זיך דער מן המיצר.
נג(רמ. ש. בקש ברכה בעד המתפללים של ביהכ"נ שלו בש., וברך כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
נדזיי זאָלן זיין חסידי חב"ד, חכמה, בינה, דעת.
נהלרי. כ.: לחיים, עם כל הפירושים15.
נו(כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן כוס גדול של משקה לרי. ג. ואמר לו לשתות בסירוגין, ואמר:)
נזטאָמער וועט ער איצטער ניט מאַכן אַזוי דעם פזר מאַכט אויך ניט אויס16.
נח(לא הי' משקה על השלחן ובקשו את הרשא. ק. שילך להביא משקה, וענה: עס איז איינג, מען וועט ניט קענען צוריק קומען, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
נטעומדים צפופים ומשתחוים רוחים17.
ס— בכלל הי' כ"ק אדמו"ר שליט"א בשמחה גדולה, וכל ההנהגה בעת התועדות זו הי' באופן אחר מכמו בשנים הקודמות18. —