Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5710·What the Rebbe said to the men of Sh.ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"י·מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנשי ש.

אמה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנשי ש.
שנכנסו ביום ב', אסרו­חג ה'שי"ת
בנאָך אַ פאַרבריינגען יו"ט זאָגט מען עס זאָל זיין צו געזונד, דאָס מיינט וואָס עס איז נמשך געוואָרן זאָל נתקבל ווערן.
געס זיינען פאַראַן צוויי זאַכן, עס איז פאַראַן אַ ענין פון אכילה, און אַ ענין פון ריח.
דריח גיט מען ווען איינער איז פאַר'חלש'ט, גיט מען אים אַ שמעק אַ דבר חריף, און דאָס איז משיב את הנפש.
האַ חסיד'ישער פאַרבריינגען איז אַ ענין פון ריח, אַ חסיד'ישער פאַרבריינגען יום­טוב איז אַ ענין פון אכילה, דערפאַר זאָגט מען עס זאָל זיין צו געזונד, עס זאָל נמשך ווערען אין אַלע אברים.
ואיהר זייט מקושרים צו מיר, איך זאָג ניט אָפּ פון זיין אַ אב, אָבער איהר זייט מקושרים דורך מיר צו וועמען איך בין מקושר1, און ער איז דער מקור הברכות פון שפע והצלחה יעדען אין זיין פרט וואָס ער דאַרף.