Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5710·Reshimaספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"י·רשימה

ארשימה
חורף ה'שי"ת1
בא. אין מיין יומן איז פאַראַן אַ אריכות'דיקע פאַרצייכנונג איבערגע­שריבן עטלעכע מאָל, וואָס מיין מוטער2 האָט מיר דערציילט אייניגע מאָל ווען איך האָב שוין געלערנט באַ דעם דריטען מלמד ר' דובער ב"ר פסח3, איבערגע­שריבן — ווייל איך האָב נאָך ניט געקענט שרייבן ביז איך בין אָנגעקומען צו מיין מלמד ר' ניסן4.
גאיך זאָג אַז זייענדיק באַ המלמד ר' דובער ב"ר פסח האָב איך ניט געקענט שרייבן, גוט שרייבן האָב איך נאָך ניט געקענט אפילו דאַן ווען איך האָב שוין געלערנט באַ ר' ניסן, אָבער איך אַליין האָב געקענט איבערלייענען — הגם מיט מאַטערניש — דאָס וואָס איך האָב אָנגע­שריבן.
דשרייבן לערן איך זיך באַ ר' הערצל בלומענטהאַל. וועמען מען האָט גערופן אין ליובאַוויטש הערציל דער שרייבער5.
הבאַ אונדז אין חצר איז הערציל דער שרייבער געווען דער וואָס פלעגט ער­ליידיגן אַלע זאַכן וואָס האָבן געהאַט אַ שיייכות מיט דעם פריץ פון שטעטל, מיט דעם אוריאַדניק6 און מיטן פריסטאָוו6, וועלכע פלעגן אונדז מכבד זיין פון צייט צו צייט מיט זייערע וויזיטן.
והערציל איז געווען אַ פּראָדוקט פון דער ליובאַוויטשער השכלה­שול וואָס די רוסישע רעגירונג האָט געגרינדעט אין ניקאָלאַי דעם ערשטנס צייטן.
זדי ליובאַוויטשער צוואנג השכלה­שול האָט אַ בעזונדער וויכטיקע דברי הימים אין וועלכן עס שפיגלט זיך אָפּ דער לעבנס­סדר אין די קליינע שטעט­לאַך אין די רוהיגע אידיש­וואַרימע היימען פון יענער צייט.
חב. מיין חינוך, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך געווען הויבט זיך אָן אין די גאָר גאָר פריעסטע קינדער יאָהרן.
טאיינע פון די פיעלע הדרכות אין דרכי החסידות, באַ חסידי חב"ד בכלל און בית רבי בפרט, איז צו מאַכן וויסן אַ קינד פון גאָר גאָר יונג אַז מען בעדאַרף זיין געהיט פון זיין איבערקלייבעריש וואָס צו עסן אויך ניט איבערקלייבעריש אויף וואָס צו שלאָפן, און זיין אימער ריין הן קערפּערליך און הן אין קליידונג.
יג. אין יאָהר תרמ"ג ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז עובר לפני התיבה אַלע דריי תפילות, שחרית, מנחה ומעריב, ביים זיידן אין חדר7, וואו אַלעס — די ספרים, כתבים, דער שרייב­טיש און די איבעריקע מעבל — איז נאָך געווען מסודר ווי בחיי דעם זיידן בעלמא דין*7, פלעגט מיך די מאַמע אַריינפירן און אַוועקזעצן אין איינע פון די גרויסע פאָטער­שטולן, און אָנזאָגן מיר איך זאָל זיין שטיל און פאָלגן וואָס ר' יוסף מרדכי משרת8 וועט מיר זאָגן.
יאדעם טאַטנס דאַוונען פלעגט מיך מאַכן וויינען, נאָר איך פלעג זיך שטאַרק היטן דער טאַטע זאָל ניט הערן מיין געוויין.
יבאיך פלעג זיך היטן ניט צו פאַרפעלן אַ אמן, שפּרינגען קדוש און זיך בוקן צו מודים.
יגד. מיין מוטער האָט מיר דערציילט אַז איך פלעג דאַן אַלץ פרעגן וואו איז דער זיידע און פאַרוואָס וויינט דער טאַטע.
ידאיך בין דאַן געווען שטאַרק בלייך און פלעג וויינען. איך בין בטבע בתולדתי אַ שטאַרק פאַרשלאָסענער, ניט אַרויסצו­ווייזן מיינע געפיהלן, און האָב שטאַרק ניט ליעב, ריכטיקער געזאָגט — פיינט, ווען מען לייגט רחמנות אויף מיר.
טומיין מוטער האָט געזעהען ווי מיך פאַרפאָלגט עפּעס אַ אינערליכער גע­פיהל, האָט זי ריכטיק בעגריפן אַז דאָס איז אַ פועל­יוצא פון דעם טאַטענס דאַוונען, און פון דאַן אָן האָט זי מיך מעהר ניט געלאָזט זיין אין דעם צימער בזמני התפלה.
טזדעם טאַטנס פאַרלאַנג איז געווען — לויט ווי די מאַמע האָט מיר דערציילט — אַז ווען איך האָב ניט בעדאַרפט עסן אָדער שלאָפן זאָל איך אַ געוויסע צייט אין טאָג זיין באַ אים אין צימער.
יזה. אַזוי זיינען געווען מיינע קינדער חינוך יאָהרן פון יאָהר תרמ"ד ביז מען האָט מיך אַריינגעגעבן אין חדר צום דרדקי מלמד ר' יקותיאל9, וואָס אַ חוץ לערנען עברי דערציילט ער סיפורים פון תנ"ך מיט געוויסע ב'טעמ'טע דערקלע­רונגען וואָס מאַכן רייך די קינדערשע פאָרשטעלונג.
יחמיין צווייטער מלמד, ר' שמשון10, האָט געהאַט אַ ברכה פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אַז ער זאָל מצליח זיין אין ללמד תשב"ר, און די ברכה איז געווען מפורסם אין בפועל ממש, ער איז אָבער געווען בטבע אַ שטאַרקער כעס'ן, און כל חמתו פלעגט ער אויסלאָזן אין שמייסן.
יטבשעת אַ געוויסן כעס אָנפאַל האָט דער מלמד געשלאָגן, שרייענדיק דער­ביי: "באַ מיר זיינען אַלע גלייך, ניטאָ קיין בני­יחידים, קיין יחסנים, ומורא רבך כמורא שמים". אַ טייל חברים מיינע באַהאַלטן זיך אונטערן טיש, אַ טייל אַנטלויפן פון חדר, איך און נאָך צוויי חברים חלש'ן.
כנאָך דער דאָזיקער פּאַסירונג זיינען מיר, די געשלאָגענע תלמידים, אייניקע וואָכן שטאַרק ניט געזונט געווען, ביז מיר האָבן זיך ערהאָלט.
כאו. אין ליובאַוויטש זיינען געווען אין יענער צייט דריי דאָקטוירים. אַן אַלטער פּולישער דאָקטאָר, וויקטאָר באָגאָראָד­סקי, ער האָט געהאַט אַ ארדן מיטן טיטול גענעראַל וואָס ער האָט באַקומען פון דעם פוילישן גוט באזיצער טשעקרעט, וואָס אַ גרויסער טייל פון ארשער אויעזד איז געווען שייך צו דעם אייגענטום פון דער פאַמיליע טשעקרעט.
כבאין מיינע קינדער יאָהרן איז דאָקטאָר באָגאָראָדסקי געווען אַ טיפער ניינציק יאָהריקער זקן. ער האָט געלעבט אין זיין אייגענעם פּאַלאַץ אין פאלווארק (אחוזה) "קריווינע", און פלעגט פון צייט צו צייט קומען אין ליובאַוויטש, אין אַ חגא טאָג, אויסגעפּוצט אין זיין אַרמיי מונדיר און קוקן אויף אַלעמען פון אויבן אַראָפּ.
כגדער צווייטער דאָקטאָר, יערמאקאוו, איז געווען דער דאָקטאָר פון וואלאסט11, אַ רוסישער, געווען אַ ראַיעלער מענטש, און האָט געהאַט זיינע דרכי רפואה, ער האָט ליב געהאַט דעם מעסער און רייסן ציינער.
כדדער דריטער, דער אידישער דאָק­טאָר פון שטעטל, איז געווען ד"ר יאַקאָבסאָן, זיין געהאַלט פון שטעטל איז געווען 10 רובל אַ חדש, 5 רובל פון הכנסת המרחץ, 5 רובל פון ביקור חולים, 10 רובל פון חצר און רייכערע בעלי בתים, און צוואַנציק קאָפּיקעס אַ וויזיט. גאָר געהויבענע בעלי בתים און דער חצר פלעגן צאָלן פון פופציק קאפּיקעס ביז אַ רובל אַ וויזיט.
כהווען איך בין געווען ניט געזונט, וואָס ר' שמשון מלמד האָט מיך צוביילט, פלעגט ד"ר יאַקאָבסאָן קומען יעדע דריי פיר טעג און געבן רפואות.
כואין משך פון אייניגע חדשים מיט געוויסע רפואות האָב איך זיך פאַרש­טאַרקט. איך בין דאַן קראַנק געוואָרן אויף וואזווראטנעם טיף. די עלטערן זיינען דאַן געפאָרן אין יאלטא12 — קרים — ווען דער פאָטער איז געווען לונגען­ליידענד — און מען האָט מיך מיט גענומען אין יאלטא.
כזז. נאָך ר' שמשון מלמד, גיט מען מיך אָפּ צום מלמד ר' דובער בר' פסח — בערע פיישעס.
כחר' דובער בר' פסח מלמד איז געווען אַ אור אייניקל פון דעם ליאָזנער מלמד, צו וועמען אין חדר הוד כ"ק רבינו הזקן האָט אָפּגעגעבן את בנו הוד כ"ק אאזמו"ר האמצעי.
כטעס איז ידוע בקבלה מדור לדור וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט דאַן געזאָגט צום ליאָזנער מלמד13:
לאיך וויל מיט דיר בייטן אַ מצוה אויף אַ מצוה. איך האָב אַ מצוה ולמדתם אותם את בניכם14, דו האָסט אַ מצוה מפרנס צו זיין את בני ביתך.
לאאון האָט אים געבענטשט ער זאָל מעמיד זיין תלמידים וואָס זאָלן מצליח זיין אין תורה ויראת שמים.
לבבאַ ר' דובער בר' פסח לערן איך זייער פלייסיק, צוזאַמען מיט עטלעכע צוגעקליבענע פּאַסיקע חברים, ר' שמואל דעם שרייבערס15 און ר' בן­ציון משרת16 קינדער, וועלכע זיינען מיט אַ יאָהר אָדער צוויי עלטער פון מיר. זיי קומען יעדן טאָג צום אַכט­אַזייגערדיקן מנין, בריינגען מיט זייער אָנבייסן, און האַלב צעהען זעצט מען זיך לערנען.
לגאין ליובאַוויטש זיינען דאַן געווען פינף שוהלן. אונדזער שוהל (האָט גע­הייסן דעם רבי'נס שוהל), דער שטאָטי­שער בית המדרש, בנימין'ס שטיבל, חאחלויקער בית המדרש און גאָלדעס מנין.
לדבאַ מיינע ערשטע מלמדים איז אונדזער חדר געווען אין בנימין'ס שטיבל17.
להח. ווען איך בין אַלט געוואָרן ניין יאָהר, בשנת תרמ"ט, האָט מען מיך אָפּגעגעבן צו ר' ניסן מלמד, ר' ניסן סקאַבלאָ. זיין חדר איז געווען באַ ר' ישעי' קאַסטיער18.
לור' ישעי' קאַסטיער איז געווען אונדזערער אַ שכן, אַ קרעמער, אַ בן­תורה און אַ בעל­צדקה. ער איז געווען אַ חשוכי בנים ר"ל און אַ שטאַרקער בעל­צדקה, פלעגט מחזיק זיין אַלע שטעטל­דיקע מוסדות הצדקה ווי אויך די משו­לחים וואָס פלעגן קומען אין ליובאַוויטש.
לזר' ישעי' פלעגט קלייבן נחת פון ר' ניסן'ס לערנען מיט די קינדער. נאָך דער קראם צייט פלעגט ר' ישעי' זיך אַוועק­זעצן באַ זיך אין צימער, וואָס איז געווען אָפּגעטיילט פון אונדזער חדר מיט אַ דינער קומת­אדם ווענטיל, פלעגט נע­מען אַ זיטאָמירער גמרא און זיך צוהערן ווי המלמד ר' ניסן לערנט מיט אונדז.
לחעס פלעגט זיין אַ פערגעניגן צו זעהען, מיט וואָס פאַר אַ הדרת­הכבוד דער ווייס גרויער זקן פלעגט דער­לאַנגען אונדזער מלמד אַ גלאָז טיי מיט וואַרעניע.
לטאַזאַ כבוד­התורה איז אין יענע צייטן געווען באַ אידן אין די אידישע שטעט­לעך און ישובים.
מט. אין אַ פאַרצייכנונג אין מיין יומן פון די שמחת הבר מצוה שלי19 איז פאַר­שריבן אַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט אַז הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט געזאָגט באַ זיין סעודת בר מצוה אַז הוד כ"ק אביו הרה"ק צמח צדק פלעגט באַ יעדער שמחה פון זיינס אַ קינד דערציילען דעם אופן הסדר ווי זיין שווער, הוד כ"ק הרה"ק האמצעי האָט זיך נוהג געווען און די סיפורים וואָס ער האָט געהערט מהוד כ"ק אביו רבינו הזקן, וועגן די מנהגים וואָס ער האָט געהאַט בקבלה פון כ"ק רבו מורנו המגיד ממעזריטש בשם רבו כ"ק מורנו הבעש"ט.
מאדאָס וואָס מען דערציילט איבער אַ סדר הנהגה פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' איז לבד זאת וואָס דאָס איז אַ הזכרת דבקות נשמתא בנשמתא עילאה איז די הזכרה אַליין אַ צחצוח הכלי.
מבי. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט מחנך געווען את בנו, בן הזקונים, הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש אין אַ שטאַרק ברייטע הרחבה נאָך גאָר פון זיינע יינגסטע קינדער יאָהרן.
מגהוד כ"ק דודיי זקני האָבן געוואוסט אַז אָט דעם קינד איז הוד כ"ק אביהם הרה"ק אַנדערש מחנך. אין יעדע קליינע הנהגה והדרכה האָט זיך געפיהלט די עינא קדישא פקיחא, וואָס האָט אַלעמען שטאַרק באַוואונדערט.
מדנאָך גאָר אין די קליינע קינדער יאָהרן האָט הוד כ"ק אביו משגיח געווען אַז ער זאָל זיך שפילן באַ אים אין צימער.
מהמשנה לשנה, הנה — כשאר אחיו — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מתעלה בהפ­לאת מעלת חושיו בלימוד הנגלה ודא"ח, ואחר חתונתו הנה דירתו היתה בחצר הוד כ"ק אביו הרה"ק צמח צדק.
מובשנת תרכ"ו20 נכתב אליו המכתב דלהלן, וז"ל21:
מזלבני ידידי וחביבי הר"ש שי'.
מחראיתי דא"ח שלך והוטב בעיני מאד. השי"ת יחזק לבך ושכלך להוסיף אומץ בתורתו ועבודתו וחזקת והיית לאיש. פתח פיך ויאירו דבריך. ואני מבטיח לך מה שאמרתי לך בעל פה. וכאשר אמרתי לך מה ששמעתי מאאזמו"ר הגאון ז"ל. חזק ואמץ לכתוב ולהגיד ואני סומך אותך בסמיכה רבה. ולא תירא משום אדם. והשי"ת יצליח לך ברו"ג ללמוד וללמד לשמור ולעשות.
מטאביך הדו"ש וטובת אנ"ש מנחם מענדל בן דבורה לאה
נהנהגתו בהרחבה22, קונה המגרשים עם הבנינים הסמוכים לחצר הוד כ"ק אביו ובונה לו בית גדול מוקף חצר וגן23.
נאאלול תרכ"ז24 נפלה דליקה ברחוב זארעצא אשר גגי הבתים היו מכוסים תבן ורוב בניני העיר ובניני החצר עלו על המוקד. ואז הנה במקום דירת הוד כ"ק אביו הוא בונה25 בנין גדול26 וקורא לו "זאַל הגדול"27, ושם מתפללים בימים נוראים ובמועדים, ושם עורכים שלחנות משתה.
נבשם בזאַל הגדול ההוא הי' משתה חתונתה של דודתי חי' מושקא28 עם בעלה דודי ומחותני הרב משה הכהן נ"ע האָרנשטיין29, ושם היתה חגיגת הבר מצוה שלי בשנת תרנ"ג, ושם גם היתה שמחת חתונתי עם זוגתי הרבנית נחמה דינה, אלול תרנ"ז30.
נגיא. מיטוואָך, ט' תמוז תרנ"א, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך אַריינגערופען און האָט מיך מזהיר געווען אַז דאָס וואָס ער וועט מיר איצטער זאָגן זאָל איך קיינעם ניט דערציילן, און זאָל אַלעס טאָן פּינקטליך ווי ער וועט מיר זאָגן.
נד"שבת — יב תמוז — ווערסטו אַלט עלף יאָהר, וויל איך דיר זאָגן דעם סדר מיוחד, ווי דער טאַטע האָט מיר איבער­געגעבען בשם דעם זיידן, דעם סדר וואָס דער אַלטער רבי האָט געגעבען לבנו אדמו"ר האמצעי און לנכדו זקננו הצמח צדק, אַז פאַר די שלימות פון עלף יאָהר הייבט מען אָן לייגן תפילין — נאָר בחשאי אַז קיינער זאָל ניט מרגיש זיין"31.
נהדי נאַכט פון דאָנערשטאָג י' תמוז האָב איך ניט געקענט איינשלאָפן ביז פאַרטאָג, מורא האָבנדיק אַז איך וועל זיך פאַרשלאָפן. פון ניט שלאָפן די נאַכט בין איך געווען אַזוי מיעד אַז פרייטאָג נאָך דעם ערשטן מאָל תפילין לייגן בין איך איינגעשלאָפן אין די קליידער.
נומענדיל דער משרת32, זעהענדיק אַז איך שלאָף אין די קליידער האָט מיך אָנגעהויבן וועקן, פון מידקייט האָב איך זיך ניט געקענט אויפהייבן זעהענדיק אַז איך שלאף שטאַרק און בין אויך זייער בלייך האָט ער דערציילט דער מאַמען.
נזווען די מאַמע איז אַריין צו מיר אין צימער און דערזעהען מיין אויסזעהען און מיין שטאַרקן שלאָף איז זי געוואָרן זייער אומרוהיג, און איז אַוועק דערציילן דעם טאַטן. דער טאַטע האָט איר בע­רוהיגט.
נחפרייטאָג האָבן מיך דער טאַטע מיט דער מאַמען אַריינגעפירט צו דער באָ­בען, הרבנית רבקה, זי זאָל מיך בענטשן, דאַן איז אויך געווען באַ אונדז צו גאַסט די באָבע הרבנית חנה33 האָט זי מיך אויך געבענטשט, דערנאָך האָבן דער טאַטע און די מאַמע מיך געבענטשט34.
נטיב. פרייטאָג, נאָכדעם ווי די עלטערן האָבן מיך געבענטשט, האָט מיך דער טאַטע געהייסן מעביר די סדרה זיין.
סמיט היבשע טעמי נגינה פעלערן האָב איך אין דעם תמוז'דיקן טאָג מעביר געווען די פרשת השבוע, און בין געווען זייער צופרידן פון דעם וואָס איך האָב אַלעס מקיים געווען ווי דער טאַטע האָט מיר געהייסן.
סאהיינט צו טאָג, ווען — געלויבט השי"ת — עס גייט דער ניין און פופ­ציגסטער יאָהר פון יענער פּאַסירונג, איז נאָך באַ מיר פריש אין זכרון מיינע יענע איבערלעבונגען פון דעם וואָס איך האָב ניט געטאָרט קיינעם דערציילן וואָס מיט מיר האָט פּאַסירט יענע טעג.
סבדער טאַטע האָט מיך אַריינגערופן און זאָגט מיר, דעם שבת ווען איך וועל ריידן חסידות זאָלסט שטיין לעבן ר' קאָפּל זעליקסאָהן35. ר' קאָפּל זעליקסאָהן פלעגט שטיין, בשעת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגן חסידות אין דער ערשטער שורה.
סגדי בשורה טובה האָט מיך אינגאַנצן איבעראַשט, און איך בין גלייך געלאָפן צו דער מוטער דערציילן איר וועגן דעם, און אַ היבשע צייט פאַר ליכט צינדן בין איך שוין געווען אין פאָדער צימער וואו דער טאַטע פלעגט זאָגן חסידות.
סדשבת נאָך דער סעודה איז געווען אַ גרויסע התועדות. אין יענער צייט זיינען נאָך אין ליובאַוויטש געווען אַ צאָל עלטערע מענטשן, גאָר טיפע זקנים וואָס האָבן נאָך געדיינקט דעם מיטעלען רבי'ן און זיין גרויסן בית המדרש36 וואו ער פלעגט זאָגן חסידות.
סהאיך בין נאָך דאַן צו יונג געווען אויף צו וויסן וואָס צו פרעגן באַ די זקני החסידים ענינים און הנהגות פרטיות ווי אַזוי די זקני החסידים פלעגן זיך נוהג זיין.
סועס איז איבעריק צו דערציילן אַז צווישן זיי זיינען געווען טיפע פאַר­שטייער אין דער השכלה פון חב"ד­חסידות, בעלי עבודה אין תפילה מיט אַ התפעלות הלב, אַמאָל מיט אַ תשוקה וצמאון אויסגוס און אַ מאָל מיט אַ נועם ועריבות אויסגוס, וואָס איך האָב דאַן וועגן דעם קיין שום בעגריף ניט געהאַט. עס איז מער ניט וואָס איך פלעג זעהען און הערן וואָס זיי דערציילן.
סזדי אַלע סיפורים וואָס איך האָב דאַן געהערט האָב איך געלייגט יגיעה — לפי ערך יכולתי אין יענע עלטער — אַז איך זאָל זיי געדיינקען און איך זאָל קענען אַלעס פאַרשרייבן.
סחיג. איינע פון די גאָר וויכטיקסטע הדרכות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מדריך געווען אין מיינע פריהעסטע קינדער יאָהרן און מזהיר געווען, איז אַז מען בעדאַרף מזמן לזמן מאַכן אַ צייט איבערצוטראַכטן און דער עיקר צו מעורר זיין דעם כח הזכרון37 אויף דעם אויסזעהען פון דעם צימער וואו דער טאַטע איז דאַן געווען אויך אויף די פרטים צי איז ער געשטאַנען אָדער געזעסן, ווי דער צימער האָט דאַן אויסגעזעהען, צי עס איז געווען זומער אָדער ווינטער, זונענשיין אָדער וואָל­קענדיק, רעגן אָדער שניי.
סטזייענדיק קאָנצענטרירט אין דעם ב­מחשבה אַ שעה ארוכה אָפּגעשלאָסן באַ זיך אין צימער, וואו די טיר און פענסטער זיינען געווען פאַרשפּאַרט די פענסטער פאַרהאָנגען, האָב איך זיך אַליין געפיהלט ווי דאָס אַלעס איז הוה.
עזיצענדיק צוזאַמענגענומען מיט אַלע חושים און פאָרשטעלונג און טראַכטנדיק איינע פון די אמרי קדש בסגנונו הקדוש והמדוייק של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט דאָס אַלעס געשאַפן אין מיר אַ אינערליכע פאָרשטעלונג אַז דאָס איז ניט קיין חלומ'דיקער עבר נאָר אַ פול זאַפטיקער הוה.
עאדער "וואָס געדיינקסטו"38 האָט מיר געבראַכט נאָך און נאָך מעלות און פאַר­לייכטערונגען ווי צו ראַנגלען זיך מיט די קינדערשע פוילקייט, צו טראַכטן וועגן די אייגענע מוחין ומדות ניט ווי עס בע­דאַרף צו זיין צושטאַנד, און פון פאַרשי­דענע דערציילונגען אַרויסנעמען געווי­סע עצות אין דרכי התיקון.
עבמיין פערטער מלמד, ר' ניסן סקאַב­לאָ, האָט געהאַט אַ סך בקבלה פון זיין זיידן בשם זיין פאָטער ר' ניסן מלמד39, וועלכער איז געווען איינער פון די תלמידים הנסתרים וואָס האָבן געלערנט מיט הגאון הצדיק הר' ברוך. אונדזער מלמד הר' ניסן האָט געהאַט פאַרשריבן אַ סך סיפורים40, וואָס על פי רוב פלעגט ער אונדז מכבד זיין יעדן פרייטאָג מיט אַ סיפור. מיר די תלמידים פלעגן שוין וואַרטן אויף דעם פרייטאָג­סיפור מיט אַ צמאון.
עגיד. אין דער צייט וואָס איך האָב געלערנט אין חדר איז באַ די מלמדים געווען אַ סדר קבוע אַז מען זאָל די קינדער דערציילן סיפורים און אַז דאָס איז אַ דורות­קבלה.
עדדעם סיפור וואָס מורי ר' ניסן מלמד דערציילט אונז אין אַ פרייטאָג­סיפור, אַז אלטע חסידים האָבן דערציילט וואָס זיי האָבן געהערט אין זייערע קינדער יאָהרן אַז זקני החסידים האָבן אַליין זוכה געווען צו הערן פון הוד כ"ק רבינו הזקן:
עהעס זיינען פאַראַן צוויי דרכי עבודה: די עבודה פון געפינען אין זיך דעם חסרון און אים מתקן זיין, וואָס ביידע זאַכן, הן דער געפינען דעם חסרון און הן דער מתקן זיין אים, דאַרפן זיין על פי דרכי התורה.
עואין מעזריטש האָט דער רבי געזאָגט בשם מורו הבעש"ט אַז דרכי עבודת תיקון המדות והכשרת כלי המוח בדרכי החסידות איז צו מאַכן פון דעם חסרון אַ מעלה.
עזאויף דעם יסוד התורה ודרכי העבו­דה דערציילט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק להוד כ"ק בנו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, האָט דער זיידע — רבינו הזקן — אַוועקגעלייגט זיינע כחות עצמיים בערך דרייצן יאָהר.
עחאין יאָהר תקל"ג41 האָט דער רבי מייסד געווען אין זיין דאַמאָלסדיקן וואוין אָרט, די — באַ חסידי חב"ד באַוואוסטע — חדרים, אין דריי דרגות: חדר אלף, חדר בית, חדר גימל.
עטאין דעם ערשטן יאָהר פון דעם חדר אלף התייסדות און די תלמידים זיינען געווען אין זייערע היימען אין פער­שידענע ערטער וואו עס האָבן געלעבט איינצעלנע בחירי תלמידי הגר"א זיינען זיי געווען זייער בעגייסטערט פון די שטאַרקע טיפע און רייכע סברות עמוקות'דיקע לומדות.
פטו. אַ וואָרט פון דאַן אַ געוויסן תמימות'דיקן גאון וואָס האָט געהערט איבערזאָגענדיק איינע פון יענע דעם רבי'נס תורות: אַזאַ תורה קען זאָגן נאָר דער מקבל מפי הרמב"ם אַליין.
פאדער וואָרט פון דעם תמימות'דיקן אַלטען באַוואוסטען גאון האָט געמאַכט גאָר אַ שטאַרקן רושם אין דער עולם'­שער גאונ'ישער וועלט.
פבבאַ געוויסע עולמ'שע פירנדיקע גאונים האָט דעם גאון תמים'ס וואָרט געמאַכט אַ טיפע קנאה ווירקונג וואָס האָט געשאַפן גאָר גרויסע ביטערע פאלגן מיט שענדליכע מעשים.
פגטז. שמחת תורה תרנ"ז האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: דער טאַטע האָט מיר געזאָגט בשם דעם זיידען — דער רבי דער צמח צדק — אַז רבינו הזקן האָט מיט הונדערט און פיר און צוואַנציק יאָהר צוריק — תקל"ג — מייסד געווען די חדרים.
פדאין מיין יומן איז באריכות פאַרצייכנט דער מסורה ענין מרבי לרבי, דער שטריינגער, גאָר גאָר זייער טיפער אויס­שפּראַך וואָרט וואָס דער רבי זאָגט גאָר די ערשטע נשיאות זמן קומענדיק פון מעזריטש42:
פהחסידים וואָס זיינען זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה מיט אַ איבערגעגעבענ­קייט זיינען בעלי הפרדה.
פודי — זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — וואָס האָבין גיזעהן און געהערט דעם אינערליכן רגש און התלהבות ווי בעלי עבודה שבלב פלעגין איבערזאָגין די ווערטער האָט פועל געועזין אַ כללות'­דיקע בושה אויף דעם אייגענעם בלי מהות.
פזטו"ב. דעם בליץ פייערדיקן וואָרט איז מגלה הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין יאָהר תרנ"ז בשעת די התייסדות הישיבה תומכי-תמימים.
פחכל ענין התורה והמצות, זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין זיין שיחה ארוכה באַ אונדזער חופה סעודה, איז אויף צו מגלה זיין אין גשמיות וחומריות דעוה"ז די כוונה העליונה אַז אין מציאות היש זאָל זיך הערן און נתגלה ווערן די כוונה עצמית ופנימית פון עצמות א"ס ב"ה.
פטאָט דער ענין ואופן העבודה האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מקבל געווען אין מעז­ריטש ביים מגיד מיט מורנו הבעש"ט'ס הצלחה ברכה.
צעס איז אַ ענין פון עצמו מספר43. טייצן פון דעם וואָרט עצמו: א) עצם — שטאַרק. ב) עצם — האַרט. וואָס פון דעם צירוף קומט אַרויס אַ פירוש; ג) שטאַרק האַרט, כמאמר ברזל קשה אש מפעפעו44, אָבער שטאַרק האַרט45 איז אַזאַ שטאַרקע האַרטקייט וואָס אין פייער צוגייט דאָס ניט און וואַסער פאַרטרינקט דאָס ניט. עס איז שטענדיק און אומעטום אַ עצמי, און דאָס איז דער ריכטיקער טייטש פון דעם נאָמען איד.