Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5706 to 5710· Sefer HaSichos 5710· Sichaספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תש"ו-ה'שי"ת· ספר השיחות - תש"י· שיחה
אשיחה1
מוצאי יו"כ תש"י, בסעודה2
מוצאי יו"כ תש"י, בסעודה2
ב— לויט אַ פערצייכנונג פון די הערער —
גא. פון די חושים מיוחדים וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ער גערעכענט דעם חוש הציור אין דיבור3, דעם כח אַרויסצוטראָגען אין דיבור אַ זאַך כאלו ווי דאָס לעבט. אין ציור איז דאָך דער עיקר דער חיות פון דער זאַך. דער צמצום און כיבוש — אַיינקוועטשען — פון דעם גולם און דער אַרויסבריינגען פון דעם חיות.
דדער גולם מוז זיין, ווייל אין חיות אַליין איז ניט שייך קיין ציור, אָבער דער עיקר איז צו מגלה זיין דעם חיות פון דעם, ביז וואַנען דער גשם ווערט אַ חי. דער גולם איז דאָך עפר ווערט דאָס אַ חי. ניט נאָר דער גשם ווערט חי נאָר דער חומר ווערט חי. ער דערהערט די הפלאה פון חומריות על הגשם און דאַמאָלסט דערהערט זיך אין דעם גשם אַ אור וחיות פנימי.
הב. דעם וואָרט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט מיט צענדליקער יאָהרען צוריק מוצאי יוהכ"פ, און האָט דערביי געזאָגט:
והיינטיגען יום כיפור האָב איך דעם ענין דערהערט במוחש. וויסען דעם ענין האָב איך געוואוסט פריהער אויך, נאָר במוחש איז דאָס ביי מיר נתחדש געוואָרען היינטיגען יוכ"פ.
זאַז מען האָט הוד כ"ק אאמו"ר געפרעגט: וואָס מיינט במוחש?
חהאָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט:
טראיית פני הרב.
יפון דעם איז משמע, אַז יענעם יום כפור האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק עפּעס געזעהען, וואָס אַנדערע זעהען דאָס ניט.
יאאַז מען שטייט אין אַזעלכע ד' אמות דאַרף מען זיין גאָר אַן אַנדערער.
יבג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט קלייבען ווערטער און סיפורים וואָס ער האָט געהערט פון החסיד רשב"ץ4 און פון אַנדערע עלטערע חסידים. איינער פון די סיפורים איז געווען:
יגאַ חסיד איז אַריינגעגאַנגען צום זיידן הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש אויף יחידות, האָט ער געהערט אויף יחידות — מיט דעם לשון האָב איך געהערט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — אַ ענין5 עמוק עמוק מי ימצאנו6. דער פירוש איז, אַז דער מי איז ימצאנו. אַזוי איז דאָך דער טייטש ימצאנו מל' מציאה, אָבער דאָ האָט ער געטייטשט ימצאנו פון לשון אויסדריקען — אויסקוועטשען. דער מי קען דאָס מגלה זיין. "מי" מיינט דער מי ברא אלה, זעהען דעם כח המהווה אין יעדען גשם, זעהען דעם חיות אלקי פון יעדער זאַך און די השגחה פרטית וואָס איז דאָ אין יעדער זאַך. לדוגמא, אַז דעם מענטש דוכט זיך אַז ער דאַרף גאָר יעצט זיין אין אַן אַנדער אָרט און ער קומט גאָר אַהער, מיינט ער אַז דאָס איז דורך אַ טעות. אָבער דער אמת איז, אַז עס איז גאָר קיין טעות ניט. אַ איד געהט ניט אַליין, נאָר מען פיהרט איהם. ער דאַרף זיין דא, ווייל ער דאַרף עפּעס נעמען פון דאַנען, און ער האָט עפּעס געבראַכט אַהער, ווייל אַ איד וואו ער גייט בריינגט ער עפּעס. נאָר דאָס איז בהעלם, דער נעמען פון דאַנען איז אויך בהעלם, אָבער ער דאַרף דאָס אויספּאַקן, ער דאַרף דאָס מגלה זיין, וואָס ער האָט פון דאַנען גענומען.
ידד. אַמאָליקע יונגעלייט האָבען זיך געריבען אַרום עלטערע חסידים. די עלטערע חסידים האָבען זיי געגעבען און די יונגעלייט האָבען עפּעס גענומען, און דעם "עפּעס" האָבען זיי מנחיל געווען לדורותיהם.
טואָט דאָס איז אַ חסיד, און דאָס איז אַ חסיד'ישע מסיבה.
טזה. (כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן, ואמר:)
יזיעצט דאַרף זיין מהירות. די ד' ימים — בין יוכ"פ לסוכות — זיינען דאָך כנגד די ד' אותיות פון שם הוי'7, און איצטער — מוצאי יוכ"פ — איז דער קוצו של יו"ד, אָבער דאָס איז אַ אור מבהיק.
יחמען דאַרף זינגען אַ פנימיות'דיגען ניגון וואָס — (והראה בידו הק') — זאָל דורכנעמען.
יטו. (אחר ברכת המזון על הכוס — הכוס לא שתה בעצמו, כי אמר שקשה לו לשתות כעת יין, ונתן אחר ברהמ"ז את הכוס לאחד מהמסובים שיעשה הברכה בפה"ג וישתה — אמר:)
כעס וועט זיין אַ פרייליכער יאָהר. די התחלה פון דעם יו"ד איז געווען בשמחה און די שמחה פון דעם יו"ד8 זאָל נמשך ווערען אין די אַלע ד' אותיות.
כא(אחר כך נתן כ"ק אדמו"ר בקבוק יין מהשולחן להרש. ל. שי' ואמר:) מען זאָל גיין פאַרבריינגען אין בית המדרש.
כבז. כשיצאו מהחדר שרו את הניגון כי בשמחה תצאו וגם הלכו בריקוד בחדר הסמוך וכ"ק אדמו"ר שליט"א הביט בפנים צהובות ושוחקות.