Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5706 to 5710·Sefer HaSichos 5710·Undated sichosספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תש"ו-ה'שי"ת·ספר השיחות - תש"י·שיחות חסרות תאריך[ednref_2_*]

אשיחות חסרות תאריך*
ערב יום הכיפורים בעת שנכנסו אנ"ש ותלמידים הקשישים
לכ"ק אדמו"ר שליט"א לקבל ברכת השנה
בבשנת תרט"ז הי' שנה לא טובה בליובאַוויטש, כידוע שהי' אז שריפה גדו­לה הידוע1, ובית חיינו העתיקו בהחצר של האדון בליובאַוויטש מחוץ לעיר2.
גבעריוכ"פ דשנת תרי"ז אמר אז אדמו"ר הצ"צ נ"ע אשר בשנה זו וועט זיין אַ פריילעכן יאָר. וסיפר אז המעשה מאדמו"ר הזקן נ"ע אשר בשנת תקמ"ב (כמדומה) הי' אז שנה לא טובה, ואח"כ בשנת תקמ"ג (כמדומה) עריוכ"פ אמר אדמו"ר הזקן נ"ע: היינטיגן יאָר וועט זיין אַ פריילעכער יאָר, און מען דאַרף אָן זאָגן די חזנים אַז זיי זאָלן איבערבייטן די ניגונים, אַז "יעלה ויבא" איז ניט בדרך בקשה, נאָר "יעלה" איז אַז עס וועט אויפגיין, "ויבא" איז אַז עס וועט קומען, "ויראה" איז אַז עס וועט געזען ווערן. איז דאָך אַז עס וועט אויפגיין און קומען און געזען ווערן — וועט דאָך ממילא זיין גוט.
דואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: דער עבר'דיגער יאָר איז דאָך געווען זייער אַ ביטערער, היינטיגן יאָר וועט זיין אַ יאָר פון שמחה, אַ פריילעכער יאָר, מתעשרת בסופה, עס איז דאָך אָבער רשה בתח­לתה3, איז בכדי אויף פאַרגרינגערן דאָס, דאַרף מען תשובה טאָן מיט אַ עבודה אמיתית מעומקא דליבא, מיט אַ קבלת עול על כל השנה בסור מרע ועשה טוב, און דורכדעם וועט מען פאַרגרינגערן די חבלי משיח.
ההשי"ת זאָל געבן אייך און אייערע פאַמיליעס אַ שנה טובה ומתוקה.
ודער1 טאַטע האָט אַמאָל פאַרבראַכט, גערעדט אין מרז"ל2 לכו ופשטו ידיכם בגדוד, אַז מ'דאַרף זעהן די גוטע זייט פון אַ אידען.
זדוד איז געווען אַ גרויסער למדן, געקענט גוט לערנען. פונדעסוועגען האָט ער געמאַכט ניט אַ לומדישען ספר, אַף קענען זיך פּאַטשען אין בייכעל, זאָגען — דאָ האָסטו בבא קמא, דאָ האָסטו ב"מ, דאָ האָסטו ב"ב, נאָר וואָס האָט ער געמאַכט אַ תהלים'על, אף דערנעמען די האַרץ.
ח.. . האָט1 ער געמאַכט מיט'ן פינגער (בתנועה שלא אשחוק). האָב איך אויס­געשטרעקט די הענטלאַך ווי אויף אַרומ­נעמען עם. דער זיידע האָט צוגעלייגט זיין באַק צו מיין פנים און איך האָב פאַרמאַכט די אויגען בתנועה ווי די האָר פון זיין באָרד קיצלען.
ט* * *
יעוד סיפר הרי"ם: ווען איך בין געווען צוויי יאָר אַלט. ער2 האָט געלערנט בצוותא חדא מיט'ן טאַטען3, דער טאַטע איז אויפגעשטאַנען, מיר אַיינגעדעקט און פאַרוויגט און האָט געוואָלט מיר אַ קוש טאָן. האָט ער — הרי"ם — געזאָגט אַז מ'דאַרף ניט, מ'דאַרף עם ניט ווילד מאַכען4.