Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 1·Letter 61אגרות קודש·כרך א·סא

אסא
ב[יום ו', ה' לחדש אדר שני ה'תש"ג]
גאונזער זייער חשוב'ער פריינד הרה"ג ר' משה יצחק שי' העכט האט אונז מיטגעטיילט מיט באגייסטערונג וועגן אייער באשלוס צו לייגן יעדן וואכנטאג תפילין.
דפון טיפן הארצין און מיט געפיל פון אהבת ישראל באגריסן מיר אייך אין אייער אזוי וויכטיקן שריט.
הא קאפ אויף וועלכער מען לייגט תפילין טראכט ווי א איד, די הארץ לעבן וועלכער עס ליגן תפילין פילט ווי א אידיש הארץ, און א האנט וועלכע איז געבונדען דורך תפילין, - איז ווייט פון שלעכטע מעשים, נאר טוט שטענדיק מעשים טובים.
ותורה און מצות איז אונזער לעבן, אייער לייגן תפילין איז א גליק, פאר אייך און פאר אייער פאמיליע, עס איז א טובה פאר אונזער גאנצער פאלק און שוץ פאר דער לאנד אין וועלכער מיר געפינען זיך.
זמצוה גוררת מצוה, פון איין מצוה קומט מען צו, צו א צווייטער א. א. וו.
חמיר ווינטשן אייך איר זאלט שטייגן אלץ מער און מער, גייסטיק, און איר זאלט זיין געזונט און באגליקן אויך מאטעריעל.
טבברכה לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
יהרב מנחם שניאורסאהן
יאיו"ר ועד הפועל
יבסא
נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 441 והושלמה ע"פ העתקה.