Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 1· Letter 62אגרות קודש· כרך א· סב
אסב
בב"ה ט' אדר שני, תש"ג
גחשובה פאמיליע ראבינאוויץ, שי'
דבאסטאן
השלום וברכה!
ודערמיט וויל איך אויסדריקן מיין טיפן מיט-געפיל צו אייער גרויסן פארלוסט פון אייער פאטער און מאן, הרב החסיד המפורסם לתהלה, וו"ח אי"א ר' דוד מאיר ז"ל.
זמיר האבן אין אים געהאט א פערזענליכן, איבערגעבענעם פריינד, פאר אלע מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, און זיין אנדיינקען וועט בלייבן טיף איינגעקריצט אין אלעמענס הערצער.
חהמקום ינחם אתכם בתוך [שאר] אבלי ציון וירושלים.
טחשובה פאמיליע ראבינאוויץ:
יאזוי ווי עס פילט זיך יעצט א גרויסער מאנגל אין תניא'ס און עס שטייט אונז פאר די גרויסע נויטווענדיקייט איבערצודרוקן דעם תניא אין דער באלדיקר צוקונפט, וויל איך אייך פארלייגן צו שאפן א פאנד אויפ'ן נאמען פון אייער זעליגען פאטער און מאן צו לאזן איבער דרוקן דעם תניא לזכר נשמת הרב המנוח ר' דוד מאיר ז"ל.
יאאיך דארף אייך ניט ערקלערן די וויכטיקייט פון דער זאך און דעם גרויסן נחת רוח וואס איר וועט דערמיט פארשאפן פאר דער נשמה פון גרויסן נפטר ז"ל. אונזער פריינד, הרב הוו"ח אי"א ר' ישראל שי' דזשייקאבסאן וועט אייך פערזענליך איבערגעבן ווייטערע פרטים, און איך האף, אז איר וועט דער זאך געבן אייער ערנסטן יישוב-הדעת.
יבבברכת אריכת ימים ושנים, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.
יגהרב מנחם שניאורסאהן
ידיו"ר ועד הפועל
טוסב
מהעתקה.
מהעתקה.
טז פארלוסט... ר' דוד מאיר: בב' אד"ש.
יז דרוקן... לזכר נשמת: לפועל נדפסה לעילוי נשמתו החוברת חנוך לנער (קה"ת תש"ג).