Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 1· Letter 137אגרות קודש· כרך א· קלז
אקלז
בב"ה, יום ב' כ"ז שבט תש"ד
גזייער געעהרטער מר. חיים שי' ליבערמאן
דשלום וברכה!
האיך ויל דא אויסדריקן מיין דאנק פאר אייער באזוך אין "מרכז לעניני חנוך".
ועס האט מיר זייער געפרייט אייך קענען צו לערנען און דורכצוריידן זיך וועגן די אקטועלע פארבלעמען פון דעם אידישן חנוך אין אמעריקע.
זאיך בין זיכער אז דער געשפרעך וועהרנד אייער באזוך בא מיין שוויגערפאטער כ"ק אדמו"ר שליט"א, וועט האבען בא אייך א פארזעצונג אין פארקטישער ארבעט לחנוך היהדות.
חאין מדרש פון דער היינטיגער סדרה ווערט געבראכט לא הי' העולם ראוי להשתמש בזהב, ולמה נברא - בשביל המשכן ובשביל ביהמ"ק.
טדער מוסר השכל בא יעדער מענשען איז, אז דער טאלאנט מיט וועלכן דער אויבערשטער האט אים באשאנקען איז נברא בשביל המשכן ובשביל ביהמ"ק וואס בא יעדען אידן אין הארצן, און נאר בזכות זה איז ראוי להשתמש בו בעולם אויך.
יהאפענדיג שטייען מיט אייך אין קאנטאקט פון ענינים של עבודה בפועל.
יאאייער, בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
יבהרב מנחם שניאורסאהן
יגיו"ר ועד הפועל
ידקלז
נדפסה באגרות קודש אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ח ע' קלו. לקו"ש חכ"ג ע' 422.
נדפסה באגרות קודש אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ח ע' קלו. לקו"ש חכ"ג ע' 422.
טו חיים שי' ליבערמאן: העיתונאי, אגרת נוספת אליו - לקמן קמח.
טז אייער באזוך: ע"פ הוראת כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע שם "נכון במאד אשר יבקר את חתני הרה"ג הרמ"מ שליט"א להתועד עמו ועם ידידי הרב חדקוב שי' על אודות התעמולה בהנוגע לחינוך הכשר". וע"פ האמור כאן ביקר אז גם אצל כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע.