Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 1· Letter 145אגרות קודש· כרך א· קמה
אקמה
בב"ה, יום ד' כ' אדר תש"ד
גברוקלין
דכבוד הנכבד וכו' רודף צדקה וחסד אי"א וכו'
המר ארי' יעקב שי' לעהעמאן
ושלום וברכה!
זביילאגענד שיקען מיר אייך א עזקעמ' פון ספר קונטרס ח"י אלול, וואס מיר האבען לעצטענס ארויסגעגעבען, דורך אונזער פריינד הרה"ג והרה"ח הוו"ח אי"א וכו' הרב ר' משה פנחס כץ שי' און זיין פרוי תחי' פון נוארק האבען מיר ערהאלטען אייער פארלויפיגע דאניישען פופציג דאלער (5050$) וואס איר האט דורך זיי געגעבן אלס אנטייל אין די הוצאות פון דרועקן א ספר. און לויט אייער פארלאנג - איבערגעגעבען דורך זיי - האבען מיר ארויפגעשטעלט דעם נאמען פון אייער פאטער ר' חיים ב"ר קלונימוס שי', ווי איר וועט זעהן אויף דעם קאווער פון ספר.
חגרויס איז דער זכות פון מזכה זיין את הרבים, און ספיציעל מיט'ן אפדרוקען דיזען חשובען קונטרס.
טאיינע פון די גרעסטע מצות, איז די מצוה פון צדקה, צדקה מיינט אבער ניט נאר אז מ'העלפט יענעם קערפערליך: ער זאל האבען וואס צו עסען, מיט וואס צו באקליידען זיך, זיין גוף א. ז. וו. אז מ'העלפט יענעם גייסטיג, אז מ'זעהט אז זיין נשמה זאל באקומען איהר "שפייז" אין וועלכער זי נויטיגט זיך, און זי זאל ניט ארומגיין נאקעט אהן תורה און מעשים טובים, איז דאס פון די איידעלסטע און העכסטע צדקות וואס א מענש קאן טאן, ווי די גמרא דריקט זיך אויס זה הביאו לחיי עולם הזה - זה מביאו לחיי עולם הבא.
יאון א וועג ווי מען קאן יענעם העלפען גייסטיג, איז דורך דערמעגליכען עםצו לייענען די דברי התעוררות און די טיפע ערקלערונגען און אנווייזונגען פון די גדולי מנהיגי ישראל וואס אין יעדער דור, ובדורנו - כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א.
יאויהי רצון אז בזכות פון די גרויסע מצוה זאלט איר בקרוב הערען בשורות טובות פון אייערע עלטערען און אלע איירער פריינט, און איר זאלט זוכה זיין צוזאמען מיט כל ישראל, מקבל זיין פני מ"צ בב"א.
יבבברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
יגהרב מנחם שניאורסאהן
ידיו"ר ועד הפועל
טוקמה
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 294 והושלמה ע"פ העתק המזכירות. לתוכנה ראה לעיל אגרות קמ. קמא.
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 294 והושלמה ע"פ העתק המזכירות. לתוכנה ראה לעיל אגרות קמ. קמא.