Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 1·Letter 159אגרות קודש·כרך א·קנט

אקנט
בב"ה יום ה' א' תמוז ה'תש"ד
גברוקלין, נ. י.
דהנכבד והנעלה מר צבי פאלמער שי'
הניו-דזשערסי
ושלום וברכה!
זאייער ברודער, דער זייער געערטער מר שלמה שי' פאלמער האט מיר דערציילט וועגען אייך, און אויף דעם גרונד, שרייב איך דעם בריף.
חצוערשט א פאר שורות וועגען דעם ציעל פון דער חברה "מחנה ישראל".
ט"מחנה ישראל" האט מיין שווער, דער ליובאוויטשער רבי הרב יוסף יצחא שניאורסאהן שליט"א, געגרינדעט מיט דעם צוועק - צווישען נאך אנדערע צוועקען אויף באקאנען און מפרסם זיין בא אידען פון אלערליי קרייזען דעם ריטיגען מיין או הויכען ווערט פון אידעשקייט, און אויך ענטפערען אויף די מעגלעכע שאלות, וואס עס קענען זיך ערוועקען בנוגע יהדות, תורה און מצות.
ילויט ווי אייער ברודער האט מיר אייך פארגעשטעלט, האט איר אינטערעס אין די פרעגען, איז דערמיט ערקלערט זיך מיין שרייבען צו אייך, אויף צו זאגען אז מיר זיינען גרייט צו שטיין אין קאנטאקט און לויט אונזערע ידיעות מיט פרעגעניגען, ערלויטערען פעאשידענע פרטים, וואס זיינען פארבונדען מיט די אויבען דערמאנטע פראגען.
יא* * *
יבאיינע פון די הויפט געדאנקען פון אידעשקייט איז אחדות, ניט נאר אמונה אין ד' עחד ותורה אחת, נאר אויך אחדות בא יעדען מענטשען אין זיין אינערלעכין לעבען.
יגאין געגענזאץ צו שיטות וואס זאגען אז מ'דארף נאכגעבען דעם גוף ניט רעכענדיק זיך מיט דער נשמה, אויך אפילו אין געגענזאץ צו דער שיטה וואס זאגט אז מ'דארף שטענדיג פייניגען און מאטערען דעם גוף כדי די נשמה זאל זיין אלעמאל גענצליך און געבונדען דורך דעם גוף, זאגט שיטת התורה אז אבוואהל די נשמה דארף און מוז אנפירען מיט דעם מענטשען, אבער איר אויפגאבע איז ניט - פייניגען דעם גוף, נאר זעהן אז ער - דער גוף - זאל זיך פיהרען, געזונטערהייט, לויט ווי די תורה, וואס ווערט אנגערופן תורת חיים, האט עם אנגעווייזען.
ידאחדות אין נשמה לעבען בפרט: עס איז דא דריי מיינונגען וועגען דער ריכטליניע פון מענטשליכען לעבן:
טוא) איין שיטה האלט אז מען דארף זיך ריכטען אויסשליסליך נאכן קאלטן שכל קאפ, לאגיק.
טזב) א צוויטע שיטה זאג"ט אז מ'זאל זיך רעכענן נאר מיט דער הארץ און ווארעמען געפיל.
יזג) דריטע זאגען, אז וואס מ'טראכט אדער פילט אין הארצן איז ניט אזוי נוגע, די הויפט זאך איז אז אין מעשה - טהאטען - זאל מען זיך פירען ווי עס דארף זיין.
יחזאגט די תורה און פסק'נט אפ, אז א מענטש דארף זיין א שלם, ער דארף שטרעבען צו זיין פערפעקט. און אדם השלם קען מען זיין נאר דאמאלסט, אויב מען בעהמיט זיך אז די קאפ, די הארץ און די האנד (סימבאל פון גוף) זאלען אלע זיין באחדות און הארמאניערען אין זייערע אויפפירונגען לויט דעם אויבערשטענ'ס אנווייזונגען.
יטאון אזוי וויכטיג איז די ריכטליניע, אז רז"ל ערקלערן אונז אז דאס איז איינע פון די געדאנקען פון דער מצוה פון תפילין: אז א איד וועט לייגען תפילין זאל ער זיך דערמאנען אז די האנט (תפלה של יד) די הארץ (אנקעגען וועכלער מען דארף לייגען די תפלה של יד) און די קאפ (תפלה של ראש) מוזען אלע איינשטימען צווישען זיך און לעבען א אידישען תורה לעבען.
כנאך טיפער: דער מקיים זיין די מצוה פון תפלין, די מעשה אליין פון לייען די תפלין, וועט שטארקען דעם אידן און אונגעהויער פארגרעסערן זיינע נשמה כחות אויף דורכפירען אין זיין לעבען די הארמאניע פון האנד, הארץ און קאפ אין דעם תורה וועג.
כאכאטש מיר פארשטייען ניט ווי קען די מעשה פון הנחת תפלין ווירקען אויף די כחות הנשמה, פונקט ווי א קינד באגרייפט ניט די שייכות צווישען דעם ברויט וואס ער עסט, מיט דעם וואס די נשמה זאל באלעבען זיין גוף.
כבאויף ווי וויכטיג די מצוה פון תפלין איז קען מען זעהן פון פארשידענע ערצעהלונגען און ערקלערונגען פון חז"ל, איך וועל דא בריינגען נאר א פאר:
כגא) (קידושין לה, א) הוקשה כל התורה כולה לתפלין - די גאנצע תורה מיט אלע מצוות זיינען געליכען - און פארשידענע פרטים פון זיי קענן אפגעלערנט ווערען - פון דער מצוה פון תפלין.
כדב) כאטש די מצוה פון תפילין קען מען יוצא זיין מיט לייגען זיי איינמאל במשך פון טאג און נאר אין שול אדער בא זיך אין דער היים, פלעגט מען אבער, ווען מענשטען זיינען געווען ריינער ון מעהר צוגעטראגען צו רחוניות'דיגע זאכען, טראגן תפילין א גאנצען טאג און סיי אין דער שול און היים סיי אין סטריט.
כהאויף ווי פיל אלע האבען געהאלטען און אפגעהיט די מצוה - איז צו זעהן פון דעם וואס די גמרא (שבת קל, א) באקלאגט זיך, דערציילענדיג וועגען דער בעציהונג אין א בעשטימטער צייט צו תפלין.
כועס איז דאמאלס געווען א גזרה, אז דער וואס וועט טראגען תפלין וועט מען עם הארגענען.
כזקען מען מיינען אז מ'האט אויפגעהערט לייגען תפילין? - ניין, אויף דעם האט די גמרא ניט וואס צו באקלאגען זיך, מ'האט ווייטער געלייגט תפילין.
כחמיינט מען אז מ'איז זיך בעגיינגען מיט דעם מוז פון מצות תפילין אליין, מיט'ן לייגען איינמאל א טאג, וואס דערמיט איז מען יוצא די מצוה פון תפילין? ניין, דאס אויך ניט דערציילט די גמרא, מ'האט געטראגען תפילין אין גאס גייענדיג אויך ניט קוקענדיג אויף דער לעבענס געפאר, אזוי וויכטיג און טייער איז אפילו דאמאלסט געווען תפילין בא אידען.
כטאזוי ווי אבער איינצעלנע מענשען האבען דאס לעצטע געטאן ווי צום ביישפיל אלישע בעל כנפים, באטראכט עס די גמרא פאר ניט גענוג מסירות נפש לויט ווי מצות תפלין פארדינט.
לתוספות ערקלערט נאך מעהר, אז אויף דעם איז אויך ניט געווען וואס צו באקלאגען זיך, אין וואס זשע פארט האט זיך אויסגעדריקט דאס וואס די מצוה פון תפילין איז געווען ניט אזוי שטארק בא אידען ווי זי האט געדארפט זיין, און וואס די גמרא באקלאגט זיך אויף דעם און וואונדערט זיך אויף דעם?
לאבריינגט די גמרא א ביישפיל: אין דער צייט פון דער גזירה איז אלישע געגאנגען אין גאס, און זעלבסטפערשטענדליך אין תפילין, א ממונה האט עם דערזעהן האט ער אנגעיאגט אלישע'ן און געפרעגט וואס טארגט ער, האט אלישע געענטפערט: כנפי יונה.
לבאיז דאס וואס ער האט ניט געהאט די שטארקייט זאגען אז עס איז תפילין (חאטש דאס וואלט געמיינט זיכערען טויט פאר עם) באווייזט אז די באצינהונג צו תפילין איז געווען ניט אזוי הייס, ווי מצות תפילין פארדינט און דארף האבען.
לג* * *
לדפון אלע מצות קענען מיר זייער פיל לערנען און אלע מצות שטארקען דעם מענשען אין זיינע נשמה כחות (חאטש מיר קענען עס ניט אלעמאל באגרייפנען, ווי אויבענגעזאגט).
להובפרט די מצות וואס מען האט אנגעזאגט אז מ'דארף זיי טאן טעגליך, ווי תפילין, (שחיובם בכל יום אחוץ שבת און יום טוב) און וואס ווערען אנגערופען אות - א צייכען אז אידען און דער אויבערשטער זיינען איינס.
לו* * *
לזאיך וועל זיין צופרידען הערען פון אייך און בעט זיך ניט שזענירען און ווענדען זיך צו אונז אויב איר רעכענט איז מיר קענען מיט עטוואס מיט-העלפען לויט ווי דערמאנט אין אנפאנג בריף.
לחמיט בעסטע וואונשען לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
לטהרב מנחם שניאורסאהן
מיו"ר ועד הפועל
מאקנט
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 279 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
מב הנכבד.. פאלמער: אגרת נוספת אליו - לקמן קסו.