Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 2·Letter 249אגרות קודש·כרך ב·רמט

ארמט
בב"ה, כ"ז אלול, תש"ו
גכבוד הוו"ח אי"א משכיל על דבר טוב וכו'
דמו"ה אלחנן שי' הכהן
השלום וברכה!
ואויפ'ן שוועל פון נייען יאר, ווינש איך אייך אין נאמען פון "מרכז לעניני חנוך" און אין מיין אייגענעם נאמען א כתיבה וחתימה טובה בגשמיות וברוחניות.
זבא דער געלעגנהייט - א ווארט מענינא דיומא.
חפון יעדן ענין קען מען אפלערנען כמה וכמה זאכן, ובפרט פון ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט תורה.
טדעם טאג פון בריאת העולם האט די תורה ניט אויסגעטיילט פון די טעג פון א גאנץ יאר; דאגעגן האט זי אבער קובע געווען ראש השנה אין דעם יום הששי למעשה בראשית, דעם טאג פון בריאת האדם!
ידער אינהאלט דערפון, אין קורצן, איז: די באשאפונג פון דעם עולם הזה הגשמי איז ניט קיין שמחה און ניט קיין יום-טוב. ווארום אדרבה, דאס איז נאך א ירידה אין סדר ההשתלשלות, דער אור אלקי טוט זיך אן אין נאך א לבוש און א לבוש המעלים ומסתיר, עס איז א חשך כפול ומכופל, ביז עס גיט אן ארט ניט נאר פאר א דעה כוזבת פון שתי רשויות, נאר אויך אפילו פון אני ואפסי עוד.
יאדערפאר אבער אז עס קומט דער טאג פון בריאת האדם, וואס אים האט מען געגעבן דעם כח אויף ליכטיק מאכן די וועלט דורך זיין ארבעט ע"פ הוראת התורה, און נאכמער, דורך זיין ארבעט אין דער וועלט אויפהויבן אלע וועלטן אין דער גאנצער בריאה, אט דאמאלס איז מען קובע א יום זכרון למעשה בראשית; דער מענש נעמט אויף זיך מלכותו ית' אויף ממליך זיין אים בכל הבריאה, ווי אדם הראשון האט געטאן ביום בריאתו (פרקי דרבי אליעזר פ' יא; זח"א רכא:), און הקב"ה גיט דעם מענשן א שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.
יבנאכאמאל ווינשנדיק אייך און אלע אייערע א כתיבה וחתימה טובה,
יגבברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
ידהרב מנחם שניאורסאהן
טויו"ר ועד הפועל
טזפ. ס. בייליגענד א קאפיע פון מיין בריוו צו אונזער פריינד ה' סטולמאן שי'.
יזרמט
מהעתק המזכירות.
יח כבוד.. הכהן: אגרות נוספות אליו - לעיל קפט, ובהנסמן בהערות שם.
יטאגרת דומה לה"ר יעקב שי' הכהן כ"ץ.
כ יושב ראש ועד הפועל: מל"ח.