Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 2·Letter 250אגרות קודש·כרך ב·רנ

ארנ
בב"ה, ערב ראש השנה, תש"ז
גזייער געערטער מר בנימין שי' גלאזער
דשלום וברכה!
האין נאמען פון "מרכז לעניני חנוך" און אין מיין אייגענעם נאמען וויל איך ווינשען אייך און אלע אייערע א שנה טובה ומתוקה און הצלחה אין אלע אייערע אונטערנעמונגען, און באזונדערס ווינש איך א רפואה אייערע חשובע עלטערן יחיו.
ודער שווער, כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט איבערגעזאגט דעם "צמח צדק"'ס א ווארט: "א געזאגטער ווארט איז פאר א רבים, א געדרוקטער - לדורי דורות".
זדער זכות וואס איר האט געהאט אויף אפצודרוקן דעם "צמח צדק"'ס ספרים, וואס דורך דעם וועלן טויזנטער און טויזנטער ווידער לערנען וועט אייך זיכער ביישטיין צו געבענטשט ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה אויף אלס דאס גוטעס בגשמיות וברוחניות.
חבברכת שנה טובה
טהרב מנחם שניאורסאהן
ייו"ר ועד הפועל
יארנ
מהעתק המזכירות.
יב א געדרוקטער - לדורי דורות: ראה גם לעיל אגרת קפד.