Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 2·Letter 251אגרות קודש·כרך ב·רנא

ארנא
בב"ה, בין כסא לעשור, תש"ז
גכבוד ידידנו הנעלה וו"ח אי"א חובב תורה
דורודף צדקה,
ההעסקן והנדיב המהולל וכו' מו"ה גרשון שי'
ואקסלראד,
זוואלדאסטא, דזשא.
חשלום וברכה!
טאין נאמען פון "מרכז לעניני חנוך" און אין מיין אייגענעם נאמען וויל איך אייך ווינשען, און אלע אייערע, א שנה טובה ומתוקה און הצלחה אין אלע אייערע אונטערנעמונגען.
ידער גענויער טייטש פון ראש השנה איז די קאפ פון יאר; ערקלערן אונזערע חכמים אז פארוואס ווערט עס אנגערופן ניט תחלת - אנהייבס - השנה, נאר ראש השנה, ווייל אזוי ווי די קאפ פירט אן מיט דעם גאנצען קערפער, אזוי דארפען אויך די גוטע רעזאלושנס אין פירונגען וואס מען נעמט אן אויף זיך ראש השנה, אנפירן מיט'ן גאנצן יאר.
יאאון דאס איז אויך אונזער וואונש, אז אין דעם נייען יאר זאלן מיר אלע גיין פארווערטס אין אונזער גייסטיקער ענטוויקלונג און אין דער ערפילונג פון אונזערע פליכטן און אין דער דורכפירונג לפועל פון אלע אונזערע גוטע מחשבות און פלענער.
יבמיר האפן, אז דיזער בריוו וועט אייך אין בעסטן געזונד טרעפן; עס וואונדערט אונז וואס מיר האבן פון אייך שוין אזא לאנגע צייט ניט געהערט.
יגבברכת חתימה וגמר חתימה טובה
ידהרב מנחם שניאורסאהן
טויו"ר ועד הפועל
טזרנא
מהעתק המזכירות.
יז כבוד.. אקסלראד: ראה לעיל אגרת רכה.
יח ראש השנה.. ניט תחלת: ראה גם לעיל אגרת קצח.