Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 2· Letter 382אגרות קודש· כרך ב· שפב
אשפב
בב"ה, כ"ח תמוז, תש"ח
ג[זע]ער געעהרטע פרוי ס. טאקער תחי'
דברכה ושלום.
האייער בריוו פון 15-טען איז אנגעקומען און מיך וואונדערט פאר וואס איר ענטפערט ניט אויף מיינע פראגעס וועגן דעם טאג פון יארצייט 1) פון סאניע הארענשטיין 2) איר מאנס יארצייט 3) ווי האט איר זיי געהאלפן 4) וואו זיינען זיי געווען און די איבעריקע פראגעס.
ודא איז אנגעקומען בריף אז זיי זיינען גאר אלע אנטלאפן צו די פארטיזאנען אין די וועלדער און זיי זיינען געווען אלע צוזאמען ניט באזונדער.
זאיך האף איר וועט ענטפערן אויף די אלע פראגן.
חדעם שפייז פאקעט האט איר שוין זיכער באקומען, פרייטאג האט מען אייך ארויסגעשיקט דורך לופט-פאסט דעם פעניסילין,
טאין ערווארטונג פון אייער ענטפער.
יפאר הרב שניאורסאהן
יאהרב א. קווינט סעקרעטאר
יבשפב
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.
יג סאניא הארנשטין: מרת שיינא בת כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע שנספתה בשואה. ראה לעיל אגרות רסג. שעט, לקמן שפח.