Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 3· Letter 606אגרות קודש· כרך ג· תרו
אתרו
בב"ה, י"ז אייר, תש"י
גמרת... שתחי'
דברכה ושלום!
האייער בריף צייטיג ערהאלטען. און אין ענטפער אויף איהם:
ואיר דאפרט זיין זיכער, אז די ברכות, וואס אונזער רבי מיין שווער, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ האט אייך געבענטשט, זיינען אין פולער קראפט און וועלען מקויים ווערען.
זווי איר שרייבט, זייט איר געווען בא א דאקטאר, און געוויס פאלגט איר אויס זיינע אנווייזונגען.
חהיילען היילט דער אויבערשטער, און שטארקען שטארקט דער אויבערשטער.
טאבער, די תורה דערציילט, אז ער וויל, עס זאל זיין טיילווייז דורך א שליח - א דאקטאר און די מיטלען וואס דער דאקטאר שרייבט צו. מען דארף אויך אלעמאל געדיינקען אז די הויפט רפואות זיינען די מצוות און גוטע מעשים, וואס דער אויבערשטער האט יעדען איינעם פון אונז געהייסן טאן. און זיי גיבען געזונט און כח, ווי דער רבי האט אייך געבענטשט, און א צדיק'ס ברכה ווערט זיכער מקויים.
יבברכה און מיט א גערוס אייער זון שי'
יאהרב מנחם שניאורסאהן
יבתרו
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.