Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 4· Letter 772אגרות קודש· כרך ד· תשעב
אתשעב
בב"ה, ו' תשרי, ה' תשי"א
גהוו"ח אי"א נו"מ מו"ה משה זאב שי'
דשלום וברכה!
הזיכער געדיינקט איר אייער באזוך בא מיר, ווען איר האט מיר דערציילט וועגן געשעפט ווטס איר רעכנט אנצוהויבן נאך יום-כפור. וויל איך דא נעמען די געלעגנהייט צו ווינשן אייך א חתימה וגמר חתימה טובה, וואס דאס איז אויך כולל אז דער נייער געשעפט ווטס איר גייט מאכן זאל גיין בהצלחה בגשמיות, און וואס הצלחה בגשמיות איז האט כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ ערקלערט מיט א ווארט פון דעם אלטן רבי'ן: דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות און אידן מאכן פון גשמיות רוחניות.
ומסתם זאגט איר דאך תהלים, וואלט איך אייך מציע זיין, אז די נעקסטע דריי חדשים זאלט איר זאגן יעדן טאג דעם קאפיטל ע"א (71) פון תהלים, נוסף אף דעם שיעור תהלים וואס איר זאגט בלאו הכי, און איך האף אז דאס וועט זיין א כלי אף ברכה.
זאיך וואלט אויך מציע געווען, אז איר זאלט בעטן ידידנו הרה"ח וו"ח אי"א וכו' ר"ד שי' עדעלמאן צו מאכן א קביעות צו לערנען צוזאמען דעם רבי'נס תורה.
חאיך לאז גריסן אייערע ברידער שותפים שי'. איך האף איר וועט אנזאגן גוטע נייעס בכלל און בפרט.
טבברכת חתימה וגמר חתימה טובה,
ימנחם שניאורסאהן
יאתשעב
מו"ה משה זאב: חייטובסקי. א ווארט פון דעם אלטן רבי'ן: ראה אג"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע חי"א ע' לד ובהנסמן בהערות שם. ראה גם שם ח"ג ע' תקנג. לקמן אגרת א'קטו.
מו"ה משה זאב: חייטובסקי. א ווארט פון דעם אלטן רבי'ן: ראה אג"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע חי"א ע' לד ובהנסמן בהערות שם. ראה גם שם ח"ג ע' תקנג. לקמן אגרת א'קטו.