Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 930אגרות קודש·כרך ד·תתקל

אתתקל
בב"ה, כ"ז אד"ר, ה'תשי"א ברוקלין
גהוו"ח אי"א נו"נ משאו ומתנו באמונה וכו'
דמו"ה יעקב שי' הכהן
השלום וברכה!
ואין ענטפער אויף אייער בריוו פון כ"ג אדר ראשון...
זבנוגע דעם מצב אין שול, וואס איר שרייבט אז די מאטעריעלע לאגע איז א קריטישע און דערפאר האט מען שוין דעם רב שליט"א ניט געצאלט שכירות צוויי חדשים וכו', האט מיט מיר גערעדט וועגן דעם אויך מר לעוויטאנסקי שי' טעלעפאניש שבת-צו-נאכט. זיכער ווייסט איר דערפון. איך האב אים אויך געזאגט מיין מיינונג, אז אויף וויפל איך ווייס די באציאונג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר צו אייער שול און צו אייער רב שליט"א, קומט בא מיר אויס, אז אין דעם פאל וואלט כ"ק מו"ח אדמו"ר געזאגט, אז דערווייל זאלן בעלי-בתים אויסלייגן דאס געלט, און בא דער ערשטער געלעגנהייט דארף מען מאכן א דרייוו, אדער אן אפיעל אדער אן ענליכע זאך, צו שאפן די געלט אויף צו דעקן דעם דעפיציט און אויך א ספעשל פאנד פאר דעם צוועק מען זאל ניט דארפן אנקומען צו הלוואות.
חעס וואונדערט מיר זייער וואס איר שרייבט גאר ניט וועגן עסק פון מר יוסף שי' ראבינסאן. האפנטליך וועט איר דאס ממלא זיין בא דער נעקסטער געלעגנהייט.
טאיך וועל פארענדיקן מיט א ווארט פון פארבריינגען דעם היינטיקן שבת פ' ויקהל - בקיצור.
יאין תורה בכלל, און אין תורה שבכתב בפרט, איז יעדער ווארט און אפילו יעדער אות אן אויסגערעכנטער. דערפאר געפינען מיר אז א סך הלכות ווערן אפגעלערנט פון איינצלנע ווערטער אדער אפילו איינצלנע אותיות. פונדעסטוועגן געפינען מיר, אז אין די פרשיות ויקהל פקודי ווערט איבערגע'חזרט די גאנצע אריכות'דיקע באשרייבונג פון די כלי המשכן און לבושי כהונה, וועלכע זיינען שוין איינמאל באשריבן געווארן בפרטי פרטיות אין די פרשיות תרומה און תצוה.
יאאינפלוג האט מען דאך געקענט שרייבן בקיצור, אז די אידן האבן געמאכט די כלי המקדש און בגדי כהונה ווי ג-ט האט געהייסן משה'ן, און אזוי ארום פארשפארן צענדליקע פסוקים אין דער תורה.
יבדער תירוץ אויף דרויף איז על דרך ווי דער תירוץ וואס ווערט געגעבן אויף אן ענליכע קשי': פארוואס זיינען איבערגעחזרט געווארן די קרבנות פון די נשיאים אין פ' נשא צוועלף מאל. וואס דער תירוץ אויף דרויף איז, אז בא די קרבנות פון די נשיאים האט יעדער נשיא אויפגעטאן אנדערע זאכן, לויט ווי דאס ווערט מרומז אין מדרש פ' נשא (תורה אור, סוף פ' בראשית, ע', קאלום 2; לקוטי תורה פ' ברכה, דף צ"ח, קאלום 3) 15.
יגעל דרך זה קען מען פארענטפערן די קשי' בנוגע די סדרות ויקהל פקודי:
ידווען די כלי המשכן און לבושי כהונה זיינען צוערשט באשריבן געווארן (תרומה, תצוה) איז דאס געווען: א) פון אויבערשטן אליין, ב) צו משה רבינו, וואס לא קם כמוהו, ג) ווען משה רבינו איז געווען אויפן בארג סיני, ווען ער איז געשטאנען אויף א מדריגה שלא בערך העכער ווי ווען ער איז געווען למטה, ווייל דארטן איז דאך לחם לא אכל ומים לא שתה. מה שאין כן די כלי המקדש און לבושי כהונה ווי זיי ווערן באשריבן אין ויקהל-פקודי זיינען זיי ווי זיי זיינען געמאכט געווארן: א) דורך אידן, ב) דא למטה, ג) פון זהב וכסף ונחושת וכו' גשמיים. פונדעסטוועגן, ניט געקוקט אויף דעם גרויסן אונטערשייד פון דעם בכוח און דעם בפועל, איז ווען האט זיך אויסגעפירט דער תכלית הרצון פון אויבערשטן און ווען איז מקויים געווארן זיין הבטחה פון ושכנתי בתוכם - דוקא אין גשמיות'דיקן משכן פון ויקהל פקודי און ניט אין רוחניות'דיקן משכן פון דעם "הראת בהר".
טודער מוסר השכל פאר אונז איז, אז מ'זאל בא זיך ניט זיין אראפגעפאלן, טראכטנדיק, ווי קומען מיר צו טאן א זאך פון רצון העליון או מכוון זיין די כוונה עליונה, בשעת יעדער פון אונז ווייס אין וואס פאר א מעמד ומצב ער שטייט, און בכללות געפינען מיר זיך אין דעם חושך כפול ומכופל פון דעם גלות המר. אבער, אף על פי כן איז דער אויבערשטער מבטיח, אז אויב מ'איז נאר א נדיב לב, דאס הייסט, אז מ'טוט א זאך מיט א אידישע און חסידישע ווארימקייט און הארציקייט, איז דאן דא דער ושכנתי בתוכם, און דער אויבערשטער העלפט אויספירן און מכוון זיין צו דער כוונה העליונה.
טז...בייליגענד קבלה.
יזבנוגע דער פראגע פון שול, האב איך אין דעם זעלבן זין געשריבן אויך צו מר לעוויטאנסקי שי'.
יחתתקל
מו"ה יעקב שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תתכב, ובהנסמן בהערות שם.