Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 931אגרות קודש·כרך ד·תתקלא

אתתקלא
בב"ה, כ"ח אד"ר, ה'תשי"א ברוקלין
גהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה חיים שי'
דשלום וברכה!
העס פרייט מיר צו זען, אז איר זייט פון די וועלכע זיינען אומר ועושה, און האט שוין ביז איצט מסלק געווען אלף דאלאר אויפן חשבון פון דער הדפסה.
ומארגן, ערב ראש חודש, ווען איך וועל אי"ה זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וועל איך אייך וזוגתו תחי' מזכיר זיין לטוב.
זעס איז איבעריק נאכאמאל איבערצוחזרן וועגן דער גרויסקייט פון דער מצוה וואס איר האט זיך גענומען אויף זיך צו העלפן פארשפרייטן די ליכטיקייט פון תורת החסידות, וואס דאס וועט זיכער זיין א צינור אריינצוברענגען בא אייך אין דערהיים ליכטיקייט און גוטסקייט, און דער עיקר אז אלעס זאל זיין בשמחה וטוב לבב, און מ'זאל אלעס זען בעין טובה. ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט דערציילט, אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער אמאל געפרעגט בא זיין פאטער, פארוואס האט דער אויבערשטער געגעבן דעם מענטשן איין מויל און איין נאז, אבער צוויי אויגן. דער פאטער האט אים דאן געענטפערט, אז דאס איז דערפאר, כדי מען זאל מיט דער רעכטער אויג דערזען דעם צווייטנס מעלות, און מיט דער לינקער אויג דערזען אייגענע חסרונות.
חאיך לעג דא ביי אן אויסצוג פון מיינע רייד פון דעם פארברענגען פון היינטיקן שבת.
טבברכה.
יתתקלא
מו"ה חיים: שטיימאן. אגרות נוספות אליו - לעיל תתפב, ובהנסמן בהערות שם.