Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 966אגרות קודש·כרך ד·תתקסו

אתתקסו
בב"ה, ג' ניסן, ה'תשי"א ברוקלין
גכבוד המתפללים והגבאים דבית הכנסת
דאגודת אחים נוסח אר"י, ראטשעסטער, ה'
העליהם יחיו
ושלום וברכה!
זמיט פארגעניגען האב איך באקומען אייער גרוס, ווי אויך אייער השתתפות אין דער קופה פון מעמד, וואס איז איבערגעגעבן געווארן, און בייגעלעגט איז די קבלה.
חמיר איז געווען זייער אנגענעם צו דערוויסן זיך, אז דאס אויבנדערמאנטע קען באטראכט ווערן ניט נאר אלס א השתתפות מיט געלט, נאר אויך אלס א סימן פון אנטיילן נעמען און פאראייניגען זיך מיט דער גרויסער און פיל פארצווייגטער ארבעט, וואס איז געגרינדעט און אנגעפירט געווארן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ווערט אויך ווייטער אנגעפירט אין דעם גייסט וואס ער האט אנגעצייכנט.
טכדי אבער צו קענען אנגיין מיט דער ריזיקער ארבעט, מוז מען האבן די מיטהילף פון די אלע וועלכע האבן א געפיל אין דער גרויסער נויטווענדיקייט פון אזא ארבעט, און בפרט די אלע וועלכע האבן געהאט, אין אירגענד וועלכן אופן, דעם זכות צו קומען אין פארבינדונג מיט כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און פילן דעריבער מיט א זעלבסטפארשטענדליכקייט דעם חוב און זכות צו העלפן אנהאלטן אלע ענינים וואס ער האט מייסד געווען און אנגעפירט.
ידי הילף קען געגעבן ווערן אויף צוויי אופנים: הילף דורך געלט און הילף דורך פערזענליכער מיטארבעט. האף איך, אז אייער הילף וועט זיין אין ביידע אופנים, און דאס אויבנדערמאנטע השתתפות איז א זיכערער צייכן דערפון, און לויט דעם אויסדרוק פון חז"ל אין דער משנה, אז עס זאל זיין עינו טובה בשל אחרים, וועט יעדער איינער זען משפיע זיין אויפן קרייז פון זיינע פריינט און באקאנטע מקרב צו זיין זיי צו אלע ענינים אויף וועלכע כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט אוועקגעלעגט אזויפיל מסירת נפש.
יאלקראת חג הפסח הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, ווינש איך אייך אלעמען עם ב"ב שיחיו א כשרן און פרייליכן פסח.
יבבברכת טוב גשמי ורוחני.