Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 967אגרות קודש·כרך ד·תתקסז

אתתקסז
בב"ה, ד' ניסן, ה'תשי"א ברוקלין
גאל תלמידי ישיבת "אחי תמימים"
דפיטסבורג, ה' עליהם יחיו
השלום וברכה!
ודורך ידידי הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"נ וכו' מוהר"ר שלום שי' פויזנער, אייער ראש הישיבה, האב איך ערהאלטן אייער ביישטייערונג צו "מעות חטים".
זעס פרייט מיר צו זען, אז איר פארגעסט ניט אייערע ארימע ברידער דא אין לאנד און מעבר לים, און באמיט זיך צו העלפן זיי לויט אייערע מעגליכקייטן.
חזיכער ווייסט איר, אז ביי דער התחלה פון סדר פארנעמען די קינדער דעם אויבן-אן מיט "מה נשתנה", און אז די הגדה רעדט וועגן פיר-ערליי קינדער, אחד חכם, כו'. איז קינדער וועלכע לערנען, בכלל, זיינען זיי דאך ניט שיך צום סוג "שאינו יודע לשאול" אדער "תם", אבער כדי צו געהערן צום סוג פון אחד חכם, דארף מען לערנען תורה מיט פרומקייט און זיין פרום. אבער אזוי ווי אין חכמה איז ניטא קיין שיעור, ווינש איך אייך אז איר זאלט כסדר שטייגן אין לערנען, אז מ'זאל פון אייך האבן פיל נחת.
טביטע גיט איבער אייערע עלטערן מיין וואונש פאר א כשרן און פרייליכן פסח, און דאס גלייכן אייך אלעמען.
יבברכת הצלחה בלימוד התורה ביראת שמים,
יאמ. שניאורסאהן