Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 35·Additions·Noachלקוטי שיחות·כרך לה·הוספות·נח

אנח
בס"ד. שיחת ד' מ"ח אור לועש"ק פ' נח תשל"ז
מעלת ההתוועדות באופן שנשמעים הדברים בכל העולם ע"י שידור (בדוגמת "וראו כל בשר" דלע"ל); הקשר לחידושי חכמת האומות "בשנת שש מאות שנה לחיי נח" ע"פ דברי הזהר, דקאי גם על גילוי פני' התורה, ובפרט כשהפצת פני' התורה היא ע"י חידושי המדע, דהוי הכנה אל הגילוי דלעתיד. . . . . . . . . . . . . . . . . . . ס"א-­ג הכרזת "ויעקב הלך לדרכו" בד' אמות דנשיא הדור באופן שנשמע בכל העולם; בפרט שביום זה עשו הקפות בקרית ארבע היא חברון ובירושלים העתיקה, בהמשך להקפות דכאן; נקודת מועדי חודש תשרי וההקפות — אחדות ישראל, וענין זה בהדגשה ב"קר­ית ארבע היא חברון" (חיבור ד' היסודות) ומערת המפלה שכפולה בזוגות. . . ס"ד-­ח ביטול ושלילת הסברא ה"פראית" ד"חלוקת" מערת המפלה שקנה אברהם בכסף מלא עוד לפני מציאות דת ישמעאל, וכן בנוגע לשלימות כל ארץ ישראל. . . . . . . ס"ט-­י "שלימות הארץ" קשורה עם שלימות התורה — וכל המבצעים וכל תרי"ג מצוות עד לעסק לשם שמים בעניני רשות, "ויעקב הלך לדרכו"; וזהו החידוש דהכרזת "ויעקב הלך לדרכו" שבחודש חשון. . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . סי"א-­יג כל התפלות עולות למעלה דרך מערת המכפלה, ומזה מובן מעלת ההקפות שם; ההמשך לאח"ז בירושלים העתיקה כמו דוד שמלך בחברון לפני ירושלים; נתינת תודה ויישר כח למשתתפים. . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . סי"ד-­טז התעוררות ג' המבצעים דנשי ובנות ישראל, שהם כנגד ג' האבות שבחברון — ג' רגלי המרכבה, וזה מביא רגל הרביעי דוד (השייך לאדה"ר — זוג הד' שבחברון); שלילת חוק "מיהו יהודי"; חלוקת צדקה ע"י הטנקיסטים. . . . . . . . . . . . . . . . . סי"ז-­כד
בנח תשל"ז
א. די סיבה פון היינטיקע התוועדות (וואָס אַ התוועדות אין דעם זמן איז, לכ­אורה, אַ דבר חידוש) —
געס איז בהמשך דערצו, וואָס אין די לעצטע חדשים איז מען זיך משתדל צו איבער'חזר'ן אַ וואָרט פון רבותינו נשיאינו (אויך פון תושב"כ און תושבע"פ בכלל) אין אַזאַ אופן, אַז פון דעם אָרט וואו מ'חזר'ט איבער דברי רבותינו
ד— דער אָרט וואָס איז געווען די ד' אמות של תורה און ד' אמות של תפלה פון נשיא דורנו כ"ק מו"ח אדמו"ר —
הזאָל עס גלייך אָנקומען בכל מקום וואו נאָר מעגליך, דורך דעם וואָס מען באַנוצט זיך מיט די ענינים צו וועלכע מען האָט דערגרייכט דוקא אין די גאָר לעצטע יאָרן (אַזוי ווי טלפון וכיו"ב), וואָס דאָס איז דאָך שייך נאָר ווען די התוועדות איז בימי החול.
ואין אַ התוועדות פון שבת ויו"ט — וויבאַלד אַז דאַן טאָר מען ניט נוצן זיך מיטן טלפון וכיו"ב — דערגרייכן די רייד (בשעת מעשה) נאָר אין אַ מקום מוגבל, און בנוגע צו די איבעריקע ער­טער — דאַרף מען זיך פאַרלאָזן אַז מען וועט דערנאָך איבערגעבן אויך דאָרטן די ענינים וועלכע האָבן זיך גערעדט,
זאָדער, וויבאַלד אַז דאָס זיינען ווער­טער פון רבותינו נשיאינו — און בשעת מען חזר'ט זיי איבער קומען זיי אַראָפּ נאָכאַמאָל אין אויר העולם1 — וועט דאָס די נשמה (דכל השייכים לזה) דערהערן גלייך2.
ח[ובפרט בשעת מען חזר'ט אין אַן עת רצון, ומכ"ש אין דעם זמן פון מועדים לשמחה3, וואָס שמחה פורץ גדר4 — וועט במילא די נשמה דערהערן עס בכל מקום].
טוויבאַלד אָבער עס ווערט נעענטער צו דער גאולה האמיתית והשלימה וואָס דעמולט וועט זיין "ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר גו'"5, אַז מען וועט זעהן (ניט בלויז "בעין השכל הרוחני", נאָר) "בראי' גשמית בעין הגשמי"6,
יביז ווי, כמדובר כמה פעמים, אַז פון דעם לשון "וראו כל בשר" (ניט "וראו כל עיני בשר", ע"ד ווי "ותחזינה עינינו"), איז מוכח אַז דער בשר גופא וועט דערזעהן (ניט נאָר דערפילן נאָר אויך דערזעהן) דעם כח הפועל בנפעל, ביז — דעם "כבוד הוי'", דעריבער, בתור הכנה לזה, איז מען זיך משתדל צו חזר'ן בימי החול אויך דורכן טלפון, בכדי אַז דברי רבותינו נשיאינו [די "מעינות" וועלכע בריינגען דעם "קאתי מר"7] זאָלן געהערט ווערן ברגע כמימרא בכל קצוי תבל אויך דורך גוף הגשמי.
יאב. כל האמור — בנוגע כל עניני תורה. ווען עס רעדט זיך אָבער אויך וועגן מעשה בפועל (כולל — מבצעים וכיו"ב) — איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז יפה שעה אחת קודם זאָל מען עס הערן.
יבג. ענין הנ"ל איז אויך אַ ביאור נוסף אויף דעם וואָס עס שטייט אין זהר8 (אויפן פסוק בשנת שש מאות שנה לחיי נח וגו' נבקעו כל מעינות תהום רבה9), אַז "בשית מאה שנין לשתיתאה יתפתחון תרעי דחכמתא לעילא ומבועי דחכמתא לתתא" — אַז בשנת ת"ר לאלף הששי וועלן זיך עפענען די שערים פון חכמת התורה (חכמתא דלעילא) און אויך די מעינות פון חכמות העולם (חכמתא ל­תתא).
יגוואָס מען האָט דאָך געזעהן בפועל, אַז אין דעם זמן האָט זיך אָנגעפאַנגען דער גילוי (ניט נאָר געלערנט לתלמידים במקום א' — נאָר לרבים ובפרסום) פון רזין דאורייתא (תורת החסידות), אָנ­הויבנדיק פון בעש"ט וואָס זיין התגלות האָט זיך אָנגעהייבן (בשנת תצ"ד) אַ פּאָר יאָר פאַר "שית מאה שנין לשתיתאה". און אויך בנוגע צו חכמות העולם, ל­הבדיל — איז אָנהייבענדיג משנים אלו נתגלה געוואָרן נייע ענינים וואָס פריער האָט מען ניט געוואוסט פון זיי10.
ידולכאורה, וואָס איז די שייכות פון די ביידע ענינים — דער גילוי פון חכמת התורה, און פון חכמות העולם — וואָס דער זהר זאָגט ביידע זאַכן בחדא מחתא?
טונאָך מער: דאָס וואָס "בשית מאה שנין לשתיתאה יתפתחון תרעי דחכמתא לעילא ומבועי דחכמתא לתתא" איז עס אַלס הכנה צו די גאולה האמיתית וה­שלימה ע"י משיח צדקנו [ווי ער זאָגט דאָרט אין זהר "ויתתקן עלמא לאעלא בשביעאה"] — איז דאָך ניט פאַרשטאַנ­דיק: וואָס פאַר אַ שייכות האָט "יתפתחון. . מבועי דחכמתא לתתא" (די התפתחות אין חכמות העולם) צו דער גאולה ה­עתידה?
טזאיז דער ביאור אין דעם, אַז די כוונה אין דער התפתחות אין חכמות העולם איז בכדי מען זאָל זיי נוצן "לעבודת ה' או לתורתו"11, ובפרט — צו מפיץ זיין די מעינות פון פנימיות התורה (וועלכע זיינען נתגלה געוואָרן אין זעלבן זמן), וואָס דאָס
יז— די הפצת המעינות, ובפרט ווען די הפצה איז דורך די ענינים פון חכמות העולם וועלכע זיינען נתגלה געוואָרן בזמן האחרון
יח[וואָס דורך דעם מאַכט מען זיי פאַר אַ כלי צו זייער תכלית, אַז דורך זיי זאָל דערגרייכט ווערן דער דבר הוי' (תורה) און קול הוי' (מצות — "בקולו תשמעו"12) בכל מקום ומקום] —
יטאיז אַ הכנה און כלי צו "ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר גו'" וואָס וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
כד. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע לעניננו:
כאווי גערעדט אין דער פריערדיקער התוועדות13, איז דער פשטות ענין פון "ויעקב הלך לדרכו"14 הויבט זיך אָן נאָכן סיום וחותם פון חדש תשרי. הגם אַז "ויעקב הלך לדרכו" איז פאַראַן אויך אין חודש תשרי גופא — במוצאי יום הכיפורים15, ובפרט במוצאי שמחת תורה, וכידוע16 וואָס רבינו נשיאנו האָט איבערגעגעבן אַז אין ליובאַוויטש פלעגט זיין דער מנהג צו מכריז זיין במוצאי שמח"ת "ויעקב הלך לדרכו" — איז אָבער פשטות ענין פון "ויעקב הלך לדרכו" הויבט זיך אָן נאָכן סיום וחותם פון חודש תשרי (אותיות רשית17), דער חודש הכללי של כל השנה כולה18.
כבוע"פ האמור לעיל, איז פאַרשטאַנדיק, אַז ס'איז אַ דבר נכון וטוב ביותר, אַז די הכרזה פון "ויעקב הלך לדרכו" זאָל זיין אין אַזאַ אופן, אַז גלייך ווי זי ווערט געזאָגט אין די ד' אמות של תורה ושל תפלה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, זאָל זי תיכף ומיד דערהערט ווערן בכל קצוי תבל [וואו מען קען נאָר דערגרייכן דורך די ענינים פון חכמות העולם וועל­כע זיינען נתגלה געוואָרן בזמן האחרון], צו יעדער אידן, ביז אויך צו נדחי ישר­אל — וואָס דאָס איז אויך אַ הכנה צו "נדחי ישראל יכנס"19, דורך משיח צדקנו.
כגה. די שייכות מיוחדת פון דער הכרזה הנ"ל ("ויעקב הלך לדרכו") מיט היינטיקן טאָג בפרט:
כדהיינט האָט מען ממלא געווען די שליחות וואָס מען האָט געבעטן­געגעבן אין דער התוועדות פון שבת בראשית, אַז אַלס המשך צו די הקפות דשמע"צ ושמח"ת אין די ד' אמות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, זאל מען גיין מיטן זעלבן ניגון און ווערטער — אין "קרית ארבע היא חברון"20, און אויך אין ירושלים העתי­קה המוקפת חומה, אין ביהכנ"ס וביהמ"ד פון כ"ק אדמו"ר הצ"צ (וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר איז ממלא מקומו) און ביים כותל המערבי —
כהאיז מיט עטלעכע שעות צוריק — ווי ס'איז אָנגעקומען די ידיעות פון דאָרט (דורכן טלפון21) — האָט מען פאַרענדיקט דעם מילוי השליחות [סיי אין חברון, סיי ביים כותל המערבי און סיי אין ביהכנ"ס וביהמ"ד צ"צ], און ס'קען זיין אַז מ'איז נאָך ממשיך דאָרטן אין דעם פאַרבריינ­גען.
כואון וויבאַלד אַז די הקפות וועלכע מען האָט געפּראַוועט דאָרטן קומען דאָך (כנ"ל) בהמשך צו די הקפות דשמע"צ ושמח"ת, און מען האָט עס אויך פאַר­ בונדן מיטן מאַרש של נצחון וועלכן מען זינגט במוצאי יוהכ"פ (ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט איינגעפירט)22
כז— איז דאָך במילא די הכרזה "ויעקב הלך לדרכו" וואָס מען איז מכריז איצטער, פאַרבונדן מיט אַלע פרטים פון "ויעקב הלך לדרכו": מיטן ענין פון "ויעקב הלך לדרכו" ווי ער איז במוצאי יוהכ"פ; ווי ער איז במוצאי שמח"ת; און אויך מיטן סיום וחותם ההקפות (בשנה זו) אין חברון עיר האבות, און אין ירו­שלים "קרית חנה דוד"23,
כחוואָס ירושלים האָט דאָך אַ שייכות מיוחדת צו הקפות24 וואָס דערפאַר איז דער סיום וחותם פון די פסוקים שאומ­רים לפני ההקפות (בכדי צו בריינגען אַ ראי' מן התורה על ענין ההקפות25) איז "כי26 מציון תצא תורה ודבר ה' מ­ירושלים".
כטאון אויך חברון האָט אַ שייכות מיוחדת צום ענין פון "ויעקב הלך ל­דרכו" — דער נתינת כח וואָס מען דאַרף מיטנעמען על כל השנה פון חדש תשרי (חדש הכללי), כדלקמן.
לו. אין די מועדים פון חדש תשרי — וואָס פון זיי דאַרף מען מיטנעמען אין דער עבודה פון "ויעקב הלך לדרכו" במשך כל השנה — ובפרט בר"ה (דער ערשטער מועד פון תשרי) און בשמע"צ ושמח"ת (דער סיום וחותם פון כל ה­מועדים דחדש תשרי) — איז מודגש דער ענין פון אהבת ישראל, וואָס איז דער "יסוד ושרש כל התורה"27:
לאבשבת שלפני ר"ה לייענט מען אתם נצבים היום כלכם גו', וואָס דאָס מיינט "לאחדים כאחד"28. און די התאחדות איז אַ הקדמה צו "שתמליכוני עליכם"29 בר"ה30.
לבאון אַזוי אויך אין שמע"צ ושמח"ת (וואָס איז די זעלבע קביעות בימי ה­שבוע ווי די ב' ימים דר"ה) איז מען מקריב "פר אחד איל אחד"31, ווייל אַלע אידן (פון ראשיכם שבטיכם ביז חוטב עציך ושואב מימיך) ווערן דעמולט איין זאַך, וכמרז"ל32: פר יחידי למה כנגד אומה יחידה.
לגאון אָט די התאחדות פון אַלע אידן וואָס איז מודגש אין די מועדים פון חדש הכללי (ובפרט אין ר"ה ושמע"צ ושמח"ת), דאַרף מען מיטנעמען על כל השנה כולה — אַז עס זאָל זיין "ואהבת לרעך כמוך", ליב האָבן אַ צווייטן אידן ווי זיך אַליין, וואָרום אויך דער צוויי­ טער איד איז (בלשון הצ"צ33) "עצמו ו­בשרו הוא".
לדאון די התאחדות פון אַלע אידן, איז מרומז אין חברון, כדלקמן.
להז. אויפן פסוק "בקרית ארבע היא חברון"34 שטייט אין זהר35: "בקרית ארבע אלו הארבע יסודות היא חברון שהיו מחוברים בגופו".
לוומובן, אַז דער חיבור פון די ד' יסודות אינעם גוף האדם איז
לזניט נאָר אַז אַלע פיר יסודות געפינען זיך צוזאַמען אין איין אָרט (גוף האדם), אָבער יעדער איינער פון זיי איז אַן ענין בפני עצמו36, אע"פ אַז אויך ווען כמה זאַכן געפינען זיך אין איין כלי, ווערן זיי נצטרף בנוגע לכמה דינים37,
לח[ובדוגמת מצות נטילת ד' מינים, אַז אע"פ (וואָס מצד דעם וואָס דורך דער מצוה איז מען ממשיך דעם מקיף פון סוכה בפנימיות38) דאַרפן זיי זיין פיר באַזונדערע מינים [וואָס ע"פ המבואר במדרשי חז"ל39 בענין הד' מינים איז מובן אַז זיי זיינען בדוגמת די ד' יסו­דות40] פונדעסטוועגן, זיינען זיי איין מצוה.
לטועד"ז איז אויך אין כללות המצוות, אַז אע"פ וואָס יעדער מצוה האָט אַ תוכן מיוחד [ביז אַז ס'זיינען דאָ מצוות וואָס זיינען פון קו החסד, און פאַראַן מצוות וואָס זיינען פון קו הגבורה (היפך קו החסד)], אעפ"כ, איז די נקודה התיכונית פון אַלע מצוות איינע און די זעלבע — דער רצון העליון, וואָס איז העכער פון התחלקות41. ווי דער נוסח הברכה ה­שווה ביי אַלע מצוות — "אשר קדשנו ב­מצותיו וציונו". ביז אַז אפילו ווי דער רצון העליון קומט אַרויס אין פרטים — איז יעדער מצוה כולל אַלע איבעריקע מצוות, וואָס דערפאַר איז העוסק42 ב­מצוה פטור מן המצות43].
מאָבער "חברון" פון גוף האדם איז אין אַן אופן פון התאחדות גמורה, ביז אַז מען קען ניט פאַנאַנדערטיילן צווישן זיי און זאָגן אַז דאָס איז אש און דאָס איז מים וכו', נאָר זיי זיינען איין מציאות — גוף האדם.
מאוכשם ווי דאָס איז בנוגע צום גוף פון יעדער מענטשן (אידן) בפרט, אַז בכדי עס זאָל זיין אַ מציאות פון גוף האדם איז ניט גענוג דאָס וואָס די פיר יסודות געפינען זיך במקום אחד; ס'איז ניט מס­פיק אפילו אַז יעדער פון די פיר יסודות גיט אַ נתינת מקום צו די אַנדערע יסודות און ניט מנגד צו זיי, נאָכמער — זיי זיינען משלים זא"ז —
מבנאָר עס פאָדערט זיך אַז אַלע פיר יסודות זאָל ווערן איין מציאות — עד"ז איז אויך בנוגע צו כללות כל ישראל, וואָס "כל ישראל גוף אחד"44, אַז ס'איז ניט מספיק וואָס איין איד איז ניט מנגד צו אַ צווייטן, אָבער אעפ"כ איז יעדערער פון זיי אַ מציאות בפני עצמו — "שלי שלי ושלך שלך"45, נאָכ­מער — ער איז מקבל פון צווייטן און פילט אַז דורך יענעם באַקומט ער זיין שלימות, נאָר עס דאַרף זיין אַ התאחדות גמורה, ער זאָל זאָגן "שלי שלך כי (וויבאַלד אַז אויך דער צווייטער איד איז) עצמו ובשרו הוא"46.
מגאון הגם אַז יעדער איד איז דאָך אַן "אבר" בפני עצמו — איז דאָס וואָס אידן זיינען פאַנאַנדערגעטיילט געוואָרן "ל­ענפים ולניצוצות רבות בגופות מיוח­דות"47, איז עס (ניט צוליב דעם ענין ה­התחלקות, נאָר אדרבה) בכדי עס זאָל זיין די עבודה ושלימות פון "ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם"48, וואָס בכדי עס זאָל זיין אַן "אגודה" מוז מען האָבן פרטים מחולקים.
מדבשעת פון פרטים ווערט אַן "אגודה אחת" — איז עס נאָך מער מעלה ווי אחת מעיקרא49, וע"ד המבואר בכ"מ50 דער עילוי פון "אחד" לגבי "יחיד".
מהח. ענין הנ"ל (בנוגע צו חברון) — איז מודגש נאָך מער אין "מערת המכפלה", וואָס זי איז "כפולה בזוגות"51, ועד"ז אויך אין נאָמען "קרית ארבע" וואָס איז "על שם ארבע זוגות"52:
מודי ד' זוגות זיינען פיר באַזונדערע ענינים, ביז אין אַן אופן פון מן הקצה אל הקצה: אברהם (ושרה) איז ענין ה­חסד והאהבה; יצחק (ורבקה) — ענין הגבורה הצמצום; יעקב (ולאה) איז ענין הרחמים; און אדה"ר (וחוה) איז בחי' כתר53,
מזאון אעפ"כ איז די מערה אין וועלכע זיי געפינען זיך — אַן איין און איינציקע מערה, זי ווערט אָנגערופן "מערת" לשון יחיד (ניט "מערות" לשון רבים).
מחאון די זעלבע זאַך איז אויך בנוגע צו דער גאַנצער שטאָט (חברון) וואָס הייסט "קרית ארבע" — זי הייסט "קרית" לשון יחיד.
מטט. פון דעם איז נאָך מער מובן, אויף וויפל ס'איז אַפּגעפרעגט די ווילדע54 סברא צו פאַנאַנדערטיילן ח"ו די מערת המכפלה.
ננוסף צו דעם וואָס ס'איז אַ דבר הפשוט אַז קיינער קען ניט האָבן קיין טענות אויף מערת המכפלה, וויבאַלד אַז אַלע זיינען מודה (על המפורש ב­תושב"כ) אַז אברהם אבינו האָט עס אָפּ­געקויפט און באַצאָלט פאַר דעם ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר55.
נאבנוגע צו גאַנץ ארץ ישראל איז שייך אַז אומות העולם זאָלן קענען האָבן עפּעס אַ טענה, און מען דאַרף זיי ענטפערן "כל הארץ של הקב"ה היא. . ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו"56; אָבער בנוגע צו מערת המכפלה איז גאָר מל­כתחילה ניטאָ קיין נתינת מקום לטענות, וויבאַלד אַז אברהם אבינו האָט איר אָפּ­געקויפט — פאַר ארבע מאות שקל כסף (אַ קנין אויך לויט דינא דמלכותא און מנהגי העולם), און "ויקם גו' השדה והמערה אשר בו גו' לאברהם למקנה (אויך) לעיני בני חת גו'"57.
נביו"ד. ווי גערעדט כמה פעמים, דאַרף מען אָנקומען — מצד דעם חשך כפול ומכופל אין וועלכן מען געפינט זיך — צו אַ גוי להבדיל, כדי צו אָפּ­לערנען ענינים הכי פשוטים:
נגבשעת מען איז אַרויסגעקומען מיט די אויבנדערמאָנטע משונה'דיקע ווילדע הצעה צו פאַנאַנדערטיילן מערת ה­מכפלה
נד— און דער חשך איז אַזוי גרויס אַז די דאָזיגע הצעה האט פאָרגעלייגט אַ איד וואָס האָט סמיכה אויף רבנות, און געזאָגט עס אַלס רב.
נהאפילו מצד פּאָליטיקע האָט ניט קיין אָרט צו פאָרלייגן אַזאַ הצעה, וואָרום דאָס גיט אַן אָרט צום גוי צו טענה'ן אַז אויף אַ העלפט זיינען אויך אידן מודה אַז דאָס געהערט צו אים.
נוועאכו"כ אַז די הצעה האָט ער גע­זאָגט אַלס רב, כאילו ווי ר"ל ע"פ תורה געהערט (ח"ו) אַ האַלבע מערה צו ניט אידן!
נזאיז בשעת מען איז אַרויס מיט דער הצעה —
נחהאָט זיך אויפגעשטעלט אַ ישמעאלי מיט אַ שטורעמדיקע טענה: אַז היות ווי ס'איז שוין העכער פון טויזנט יאָר וואָס זיי (די ישמעאלים) זיינען דאָרט מתפלל, איז היתכן פאַנאַנדערטיילן די מערה און צונעמען פון זיי אַ טייל פון איר.
נטפאַרוואָס איז דער ישמעאלי אַרויס מיט דער טענה — איז דאָס אַ הוראה מ­למעלה צו אַ אידן58, ער זאל וויסן וואָס אַ איד דאַרף טענה'ן
ס[אַ גוי האָט ניט קיין בחירה, כמבואר בכ"מ בספרי חקירה קבלה און חסידות. וכמובן אויך פון דעם וואָס דער כח ה­בחירה איז מצד דעם וואָס "הן59 האדם הי' כאחד ממנו"60 — און דאָס איז דאָך שייך נאָר ביי אידן].
סאדער ישמעאלי אַליין איז מודה אַז זייער שייכות צו מערת המכפלה איז בלויז אַן ערך טויזנט יאָר. אָבער פאַר דעם — האָט זי ניט געהאַט קיין שייכות צו זיי [נאָך מער: ס'איז גאָר אפילו ניט געווען שייך כלל אַז זי זאָל באַלאַנגען צו זיי, וואָרום די גאַנצע מציאות פון "דת ישמעאל" איז אַלט בלויז אַרום פערצן הונדערט יאָר],
סבאון בנוגע די טויזנטער יאָרן וואָס פאַר דעם — זינט "שמה61 קברתי את לאה"62 (און נאָך פאַר דעם: זינט אברהם אבינו האָט עס אָפּגעקויפט) — איז הכל מודים, אַז אידן זיינען דאָרט געווען די איינציקע בעלי בתים.
סגאיז דאָך אין די טענה (הנ"ל) פונעם ישמעאלי גופא, געפינט זיך אַ קלאָרער ענטפער, אַז ס'איז ניטאָ קיין סברא אויף צוצונעמען ח"ו פון אידן זייער בעה"ב'­שקייט אויף מערת המכפלה — אפילו בחלקה: אויב מען קען ניט צונעמען אַ טייל פון דער מערה פון די ישמעאלים מצד דערויף וואָס זיי געפינען זיך דאָרטן העכער טויזנט יאָר — איז דאָך במכש"כ וק"ו אַז מען קען ניט צונעמען ח"ו אַ טייל פון דער מערה פון אידן, וואָס זייער בעה"ב'שקייט אויף איר איז מיט טויזנטער יאָרן איידער ס'איז גע­וואָרן די גאַנצע מציאות פון דת ישמעאל63.
סדולפלא וצער הכי גדול, אַז נאָך דעם ווי ס'איז געווען אַ הוראה גלוי' וברורה (וואָס אידן דאַרפן טענה'ן) דורך אַ גוי
סה— וואָרום מצד דעם וואָס "לא זכינו", האָט מען זיך אַליין ניט געכאַפּט אויף דעם (הגם ס'איז אַ טענה הכי פשוטה), און מען האָט געדאַרפט אָפּלערנען דאָס פון אַ גוי —
סוהאָט מען זיך ניט געכאַפּט ווי אין דעם גוי'ס טענה גופא "געפינט זיך" די טענה הכי ברורה אַז גאַנץ מערת ה­מכפלה געהערט צו אידן.
סזועד"ז אויך בנוגע צו גאַנץ חברון, ווי גערעדט בארוכה אין די פריערדיקע התוועדות'ן64, אַז גאַנץ חברון געהערט צו די לויים,
סחועד"ז איז אויך בנוגע צו גאַנץ א"י, אַז זינט דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אברהם'ן "קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה"65 (וואָס דאַן האָט אברהם געמאַכט אַ קנין אין א"י66), און דערנאָך האָט דער אויבערשטער גע­זאָגט "לזרעך נתתי את הארץ הזאת — כבר נתתי"67,
סטאיז זינט דעמולט געוואָרן גאַנץ א"י אַן אחוזת עולם צום עם עולם, און דאָס איז געקומען פון מלך העולם.
עיא. שלימות פון ארץ ישראל איז דאָך פאַרבונדן מיט שלימות פון עם ישראל, און מיט שלימות התורה, און אויך מיט דער שלימות פונעם אוי­בערשטן כביכול — וואָרום כל זמן וואָס אידן געפינען זיך אין גלות איז אויך שכינתא בגלותא68. און וויבאַלד אַז "אימתי הוא גדול כשהוא בעיר אלקי­ נו"69, איז דאָך די שלימות פון גדול הוי' פאַרבונדן מיט די שלימות פון עיר אלקינו —
עאאיז דערפאַר כאן המקום צו מעורר זיין נאָכאַמאָל אויף די מבצעים כלליים [נוסף אויף דעם "מבצע אהבת ישראל" וואָס האָט אַ שייכות מיוחדת מיט חברון און מערת המכפלה ווי גערעדט פריער], אָנהויבנדיק פון "מבצע תורה" — וואָס דורכן לימוד התורה בויעט מען אויף (ע"ד שתי אבנים בונות שתי בתים כו'70) תושב"כ און תושבע"פ, דעם "עיר אלקינו"71,
עבאון דערנאָך קומט עס אַרויס אין "מבצע תפילין" און אין "מבצע מזוזה" — וואָס אין זיי (תפילין ומזוזה) זיינען גע­שריבן פרשיות פון תורה,
עגאון דערנאָך קומט עס אַרויס אין "מבצע צדקה", "מבצע בית מלא ספרים — יבנה וחכמי'",
עדאון אויך אין "מבצע נרות שבת קודש", "מבצע כשרות", "מבצע טהרת ה­משפחה" — וואָס די דריי מבצעים זיינען שייך זל"ז (כדלקמן סעיף יז),
עהביז דאָס קומט אַרויס אין "מבצע חינוך" — וואָס דאָס איז כולל אויך דעם חינוך72 (ע"ד חנוכת המשכן וביהמ"ק) פון דער גאַנצער וועלט אַז זי זאָל ווערן אַ דירה לו ית', עס זאָל זיין "ושכנתי בתו­כם"73 ע"ד ווי ס'איז געווען אין מקדש — אָנהויבנדיק פון "מקדש המדבר"74, און דערנאָך אין מקדש ראשון ומקדש שני, ובקרוב ממש — אינעם מקדש השלישי.
עויב. מובן בפשטות, אַז צוזאַמען מיט די צען מבצעים הנ"ל איז מען מחוייב צו מקיים זיין אַלע תרי"ג מצוות. און דאָס וואָס מען רעדט (בעיקר) בנוגע די מבצעים הנ"ל — איז עס מצד דערויף וואָס היות ווי זיי זיינען מצוות כלליות (ווי ערקלערט פיל מאָל) במילא פאַר­לייכטערן זיי דעם קיום פון אַלע מצוות
עז[וע"ד מאמר רז"ל75 "בא דוד והעמידן על אחת עשר כו' בא ישעי' והעמידן על שש כו' בא חבקוק והעמידן על אחת כו'", וואָס דער פירוש פון "והעמידן" איז אַז אויף זיי (מצד דערויף וואָס זיי זיינען ענינים כללים76) שטייען אַלע תרי"ג מצוות].
עחופשוט, אַז עס דאַרף זיין די השתד­לות אין אַלע תרי"ג מצוות, ביז אין אַ דקדוק קל של דברי סופרים, און אויך אין אַ מנהג ישראל [וואָס מנהג ישראל תורה הוא77],
עטביז אַז עס דאַרף זיין די השתדלות אַז אויך די עניני הרשות זאָלן זיין דורכגעדרונגען מיט קדושה — "כל מעשיך יהיו לשם שמים", און "בכל דרכיך דעהו"78.
פוואָס דאָס איז דער תוכן ההכרזה פון " ויעקב הלך לדרכו", אַז אויך בשעת אַ איד גייט "לדרכו" אין זיין וועג (עניני הרשות) — זאל זיין קענטיק אין דעם אַז דאָס איז יעקב'ס וועג, אַ אידישע וועג.
פאיג. און דאָס איז אויך דער אויפטו פון "ויעקב הלך לדרכו" ווי ער איז ל­אחרי חודש תשרי לגבי ווי ער איז ב­מוצאי יוהכ"פ (און אפילו במוצאי יום שמח"ת):
פבדער "ויעקב הלך לדרכו" וואָס ב­מוצאי יוהכ"פ איז (בעיקר) בנוגע צו דרכו פון ושמרו דרך הוי' — תורה ו­מצוות, וויבאַלד אַז "מיום הכפורים עד החג כל ישראל עסוקין במצוות, זה עוסק בסוכתו וזה בלולבו"79.
פגעד"ז איז עס אויך בנוגע צו "ויעקב הלך לדרכו" שבמוצאי שמח"ת אין די ימים שבחודש תשרי — און אויך בתחי­לת חודש חשון, ביז ז' חשון, וואָס דאַן איז געקומען צוריק דער אחרון שבישר­אל פון זיין עלי' לרגל80 — וויבאַלד מען איז נאָך "עסוקין בעניני הרגל"81.
פדמשא"כ דער "ויעקב הלך לדרכו" וואָס איז נאָכדעם — איז אין עניני הרשות, אַז אויך אין זיי זאָל זיין קענטיק די ענינים וואָס מען נעמט מיט פון (די מועדים פון) חודש תשרי.
פהיד. נאָך אַן ענין בנוגע צום המשך סיום ההקפות אין מערת המכפלה (נוסף אויף דעם וואָס גערעדט פריער (סעיף ו­ח) אַז מערת המכפלה האָט אַ שייכות מיוחדת צו שמע"צ ושמח"ת):
פועס שטייט אין קונטרס ענין ההשתט­חות82: "שכל התפלות צריכות לעלות למעלה דרך פתח של ג"ע הארץ, וע"כ התפלה שמתפללים אצל מערת המכ­פלה83 היא רצוי ומקובלת מאד לפי שיש קבלה בידינו84 ששם הי' פתחו של ג"ע ממש".
פזפון דעם איז מובן, אַז דורך די הקפות [וואָס אויך הקפות זיינען אַריינ­געשטעלט אין סדר התפלה] אין מערת המכפלה, וועלכע זיינען געווען אַלס המשך צו די הקפות בשמע"צ ושמח"ת וועלכע מען האָט געפּראַוועט דאָ — איז צוגעקומען אַן עילוי אין די הקפות (דשמע"צ ושמח"ת) שבכל העולם כולו,
פחאויך אין דעם ענין פון "כי מציון תצא תורה ודבר הוי' מירושלים" [דער סיום וחותם פון די פסוקים וועלכע מען זאָגט פאַר הקפות], אַז עס זאָל אָנקומען דער דבר הוי' פון ירושלים בכל העולם כולו, ביז אין פנה הכי רחוקה,
פטובפרט אַז נאָך די הקפות אין חברון האָט מען ממשיך געווען די הקפות אין ירושלים עיר העתיקה — די אמת'ע ירושלים.
צטו. נוסף לזה: ע"פ המבואר בכ"מ85 אַז דער טעם פון דעם וואָס דוד המלך איז געווען פריער אַ מלך אין חברון און ערשט דערנאָך איז ער געוואָרן אַ מלך אין ירושלים86 איז וויילע בכדי צו ווערן אַ מלך בירושלים האָט ער גע­דאַרפט פריער "להתקשר באבהן שלשה בחי' חג"ת"
צא— ובפרט ווי דער רבי (מהורש"ב) נ"ע איז מוסיף87, אַז דאָס וואָס דוד האָט געדאַרפט זיין פריער אין חברון איז עס (ניט בלויז בכדי "להתקשר באבהן. . חג"ת", נאָר) אויך מצד דערויף וואָס חברון איז בחי' כתר מלכות88 —
צבאיז מובן נאָכמער, ווי דורך די הקפות אין חברון (פאַר די הקפות אין ירושלים), האָט זיך אויפגעטאָן דער "כי מציון תצא תורה ודבר הוי' מירושלים" ביתר שאת וביתר עז,
צגאון דאָס איז אויך אַ הכרזה גלוי' לעין כל, אַז גאַנץ חברון און גאַנץ ירושלים, און גאַנץ ארץ ישראל, זיינען געגעבן געוואָרן אין אַ ברית עולם, צום עם עולם, דורך תורה הנצחית — תורת עולם, פון אלקי עולם.
צדטז. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז נוסף אויף דעם וואָס עס קומט אַ נתינת תודה און הכרת טובה צו די שלו­חים וועלכע האָבן געפּראַוועט הקפות אין חברון און ירושלים (בתור המשך צו די הקפות דשמע"צ ושמח"ת וועלכע מען האט געפּראַוועט אין די ד' אמות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו),
צהוואָס דורך דעם האָבן זיי אויך מכריז געווען (כאמור לעיל) אַז אידן זיינען די איינציקע בעלי­הבתים אויף גאַנץ ארץ ישראל
צואיז נוסף לזה: וויבאַלד אַז דורך די הקפות דאָרטן איז נסתיים און נשלם89 געוואָרן די הקפות דשמע"צ ושמח"ת בכל העולם,
צזדאַרף מען דעריבער מיטנעמען דעם נתינת כח פון דעם על כל השנה אין דעם "ויעקב הלך לדרכו", אָנהויבנדיק פון די צען מבצעים כללים (ווי גערעדט פריער סעיף יא), ובפרט אין דעם מבצע אהבת ישראל וואָס האָט אַ שייכות מיו­חדת צו חברון און מערת המכפלה (כנ"ל סעיף ו­ח).
צחיז. זעלבסט פאַרשטאַנדיק, אַז לכל לראש דאַרף זיין די התעוררות און די השתדלות אין די מבצעים שהזמן גרמא, וואָס דאָס איז מבצע נרות שבת קודש (וויבאַלד מען געפינט זיך ביום ערב שבת),
צטאון וויבאַלד אַז "נר דלוק" איז פאַר­בונדן מיט "שלחן ערוך"90 און מיט "מטה מוצעת"91 — איז דעריבער פאַרשטאַנ­דיק, אַז צוזאַמען מיט דער התעוררות אויף מבצע נרות שבת קודש קומט אויך די התעוררות אויף מבצע כשרות ה­אכילה ושתי' און אויף מבצע טהרת המשפחה.
קוואָס דאָס איז נאָך אַ טעם אויף דעם וואָס מען האָט אויסגעקליבן דעם טאָג (וואָס לילו איז ליל ערב שבת) אויף צו מאַכן די התועדות (און די הכרזה "ויעקב הלך לדרכו") — בכדי צו מעורר זיין במיוחד אויף די דריי מבצעים הנ"ל, וואָס ענינם איז92 בני (מטה מוצעת) חיי (נר — הוי' נשמת אדם — דלוק) ומזוני (שלחן ערוך).
קאובפרט אַז די דריי במצעים האָבן אויך אַ שייכות מיוחדת צו די ד' זוגות וועלכע געפינען זיך אין מערת ה­מכפלה, כדלקמן.
קביח. ווי דערמאָנט פריער (אין מאמר), וואָס שטייט אין זוהר93 אַז בשעת "יתחזי האי קשת. . בגווני נהירין. . כדין צפי לי' למשיח". איז ידוע דער ביאור אין דעם94, אַז די ג' גווני הקשת זיינען די ג' קוים חג"ת, און דער כללות הקשת [וואָס איז אַן "אות ברית ביני ובין הארץ"95] איז בחי' מלכות. און דאָס איז די שייכות פון קשת בגוונין נהירין צו משיח — בביאת משיח וועט זיין דער יחוד פון חג"ת מיט מלכות.
קגאון דאָס האָט אויך אַ שייכות מיוחדת צו מערת המכפלה — וואָרום די ג' אבות, חג"ת, זיינען דוגמת די ג' גווני הקשת, און דורך דעם וואָס די ג' אבות — ג' רגלי המרכבה (חג"ת) פאַרבינדן זיך מיטן רגל הרביעי (דוד96, מלכות) — ווערט דער "וירם97 קרן משיחו",
קדוואָס דאָס איז מרומז אין [דעם פערטן זוג] אדה"ר, וויילע אדה"ר איז בדוגמת משיח98. וכידוע אַז אדה"ר איז בחי' חי' און משיח בחי' יחידה99 — והרי חי' ויחידה שייכים זל"ז100.
קהאון דאָס איז אויך די שייכות פון די דריי מבצעים הנ"ל [מבצע נרות שבת קודש, מבצע כשרות און מבצע טהרת המשפחה] צו די ד' זוגות וואָס אין מערת המכפלה: די ג' מבצעים הנ"ל [וואָס ענינם איז בני חיי ומזוני92] — זיינען אין די ג' קוין חג"ת101; און דורך דעם וואָס זיי ווערן געטאָן דורך נשי ישראל [וואָס זיי זיינען דאָך נצטווה געוואָרן ביחוד אויף די ג' מצוות102] — קומען אַראָפּ די ג' קוין אין מלכות.
קויט. בכדי צו פאַרבינדן דאָס מיט אַ ענין פון מעשה בפועל103 — וועט מען פאַנאַנדערטיילן שקלים צו די אַלע וואָס געפינען זיך דאָ (אויך אין עזרת נשים) און מאַכן זיי פאַר שלוחים צו געבן דאָס אויף צדקה
קז[הגם אַז "בלילה אינו זמן ראוי ל­צדקה"104 — איז דאָס אָבער ניט נוגע לנדו"ד, וויבאַלד אַז איצטער גיט מען עס בלויז צו די שלוחים, און די שלוחים וועלן עס געבן אויף צדקה ערשט מאָרגן ביום105]
קחוואָס אויך צדקה איז אין ספירת ה­מלכות106, וואָס אין איר ווערן נמשך (ונכלל) די ג' קוין שלמעלה ממנה — "מאסף לכל המחנות"107, ביז אַז אין מצות צדקה ווערן נכלל אַלע מצוות108.
קטוכנהוג בזמן האחרון, וועט מען געבן די שקלים צו די "טאַנקיסטן", און זיי וועלן פאַנאַנדערטיילן לכל אחד ואחת צוויי שקלים. איין שקל — צו אָפּגעבן אויף צדקה בתור שליח, און דעם צווייטן שקל — נוצן כפי רצונו.
קיכ. וויבאַלד אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט מבצע נרות שבת קודש — איז מה­נכון ביותר, אַז די נשים ובנות באַ וועל­כע מען וועט פועל'ן (במשך דעם טאָג פון מאָרגן) צו אָנהויבן צינדן נרות שבת קודש, זאל מען זיי געבן צוויי מטבעות וועלכע זיינען במספר עשר (צוויי "דאיימ'ס", ועד"ז בכל מדינה וואו מען הערט איצטער די התוועדות),
קיאוואָס דורך די צוויי מטבעות צוזאַמען (וואָס יעדערע פון זיי איז עשר גרה) — ווערט עס אַ גאַנצער "שקל הקודש", "עשרים גרה השקל"109,
קיבאון דאָס וועט מאַכן לייכטער און געבן דעם נתינת כח צו צינדן נרות שבת קודש (מאָרגן, און פון מאָרגן אָן עד סוף כל הדורות), און — "בחדוה דלבא וברעותא"110,
קיגאון דאָס וועט מיטבריינגען אויך די אַנדערע צוויי מבצעים וועלכע זיינען איבערגעגעבן געוואָרן במיוחד צו נשי ובנות ישראל102 — מבצע כשרות און מבצע טהרת המשפחה (וואָס כאמור לעיל (סעיף יז) זיינען די דריי מבצעים שייך זל"ז),
קידאון דורך דעם וואָס מען איז מצרף צו די דריי מבצעים — בחי' חג"ת (כנ"ל סעיף יח), דעם מבצע צדקה — בחי' מלכות (כנ"ל סעיף יט), ווערט עס ב­דוגמת "קשת בגווני נהירין"111, וואָס "כדין צפי לי' למשיח"93.
קיהכא. אַזוי ווי מ'געפינט זיך דאָך ב­ערב שבת — איז היות ווי פאַר "המבדיל. . בין יום השביעי לששת ימי המעשה", שטייט "המבדיל. . בין ישראל ל­עמים"112 — איז כאן המקום להדגיש ולהבהיר ולהכריז, אַז עס מוז זיין גיור כהלכה דוקא, און בשעת אַז דאָס איז ב­אופן אחר ח"ו — טויג דאָס ניט פאַר ביי­דע צדדים, סיי פאַר אידן סיי פאַר או"ה להבדיל, כמדובר כמה וכמה פעמים.
קיוונוסף לזה: וויבאַלד אַז דאָס (זאָגן ח"ו אויף אַן אינו יהודי אַז ער איז אַ יהודי) איז אַ שקר מוחלט מעיקרו — איז דאָס מהרס רחמנא ליצלן היל"ת די ענינים פון תורת אמת, פון עם אמת, ביז אויך דעם כללות העולם, וויבאַלד אַז אמת איז איינער פון די ג' עמודים אויף וועלכע דער עולם איז קיים113.
קיזויהי רצון, אַז בקרוב ממש זאָל מ­קויים ווערן דער יעוד "ועמדו זרים ורעו צאנכם"114 — אויך דעמולט וועלן זיי זיין "זרים"115, נאָר זיי וועלן זיין אין אַזאַ אופן אַז עס וועט זיך הערן אין זיי זייער תכלית, און "והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"116.
קיחכב. כאמור לעיל, אַז היות ווי עס פאַנגט זיך אָן דער "ויעקב הלך לדרכו", איז דעריבער איצטער דער זמן המוכשר צו מעורר זיין אויף משתדל זיין זיך ביתר שאת וביתר עז אין לימוד התורה וקיום המצות בהידור, וביחוד אין די צען מבצעים וואָס זיינען מצות כלליות (כנ"ל סעיף יב),
קיטאָנהויבנדיק פון די מבצעים שהזמן גרמא — מבצע נרות שבת קודש, מבצע כשרות און מבצע טהרת המשפחה (כנ"ל סעיף יז), און מצרף זיין דערצו אויך מבצע צדקה (כנ"ל סעיף יט­כ),
קכוואָס דאָס איז אויך אַ כלי צו ממשיך זיין און מקבל זיין צדקתו של הקב"ה117 וואָס "לך אד' הצדקה"118,
קכאאַז דער אויבערשטער אַליין וועט אַרויסנעמען יעדער אידן פון גלות "איש איש ממקומו כענין שנאמר119 ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל"120,
קכבאון נאָך פאַר דעם (זייענדיק נאָך ב­זמן הגלות) — אַרויסנעמען אידן פון דעם גלות הפנימי, פון דעם א­ל זר אשר בקרבך121, און אויך אַרויסנעמען דעם "גלות" פון אידן,
קכגאַז אידן זאָלן וויסן אַז זיי זיינען דער עם הנבחר, און אַז די נשמה איז מלכת­חילה ניט געגאַנגען אין גלות122, וואָס דעריבער — וויבאַלד אַז די נשמה (עיקר האדם) איז אַ בת חורין — איז אויך דער גוף אַ בן חורין123
קכד(אע"פ אַז בחיצוניות איז מען אין גלות, וואָס דערפאַר דאַרף זיין "ודרשו את שלום העיר גו' והתפללו בעדה גו' כי בשלומה יהי' לכם שלום"124, און דינא דמלכותא דינא125),
קכהאון עס וועט זיין "ואולך אתכם קוממיות"126 — זייענדיק נאָך אין די לעצטע טעג און רגעים פון גלות,
קכואון (דערנאָך) טאַנצען בקרוב ממש לקבל פני משיח צדקנו.
קכזכג. כאמור לעיל, אַז די כלי צו ממשיך זיין צדקתו של הקב"ה (וואָס ער וועט אַרויסנעמען אידן פון גלות) איז נתינת הצדקה — וועט מען איצטער פאַ­נאַנדערטיילן די שקלים אויף צדקה דורך די "טאַנקיסטן",
קכחאיז זאָלן זיי גיין מיט אַ סדר מסודר (לקבל את השקלים), און דערנאָך וועט מען אויך גיין מיט אַ סדר מסודר לקבל פני משיח צדקנו, ביז אַז עס וועט זיין אַ סדר וואָס איז למעלה מן הסדר
קכט[בדוגמת "מקום ארון אינו מן ה­ מדה"127, אַז אע"פ וואָס דער ארון מוז זיין מדוד (בסדר מסודר) בארכו רחבו וקומתו פונדעסטוועגן איז ער "אינו מן המדה" (למעלה מסדר). ועד"ז איז אויך "והי' מספר בני ישראל גו' אשר לא ימד ולא יספר"128 — מספר (סדר) און בלי מספר (למעלה מהסדר) כאחד]
קלוואָס דאָס (סדר שלמע' מהסדר) איז בכוחו של כל אחד ואחד מישראל, וואָרום צדיקים דומים לבוראם129 און "כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב ש­נאמר130 ועמך כולם צדיקים לעולם ירשו ארץ נצר מטעי מעשה ידי להת­פאר"131,
קלאאון עס וועט זיין "נייחא בתחתונים" און "נייחא בעליונים"132, ביז אַז "לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי"133, און פון דאָרטן (הר קדשי134) וועט עס נתפשט ווערן אין גאַנץ ארץ ישראל, און (דורך א"י) בכל העולם כולו135,
קלבאַז עס וועט זיין שלום ושלוה בכל העולם כולו, און עאכו"כ אַז עס וועט זיין "ונתתי שלום בארץ ושכבתם ואין מחריד גו'"136, "והייתי לכם לאלקים ואתם תהיו לי לעם"137, און — בקרוב ממש.
קלגכד. אחרי חלוקת השקלים ע"י ה"טאַנקיסטן", צוה לנגן ניגון כ"ק אדמו"ר מהר"ש — "מלכתחילה אַריבער". ניגון — הכנה לניגון כ"ק אדמו"ר הזקן, ניגון כ"ק אדמו"ר הזקן (בבא הרביעית — פעם אחת), ניגון — ניע זשוריצי חלאָפּצי.
קלדאח"כ הניגון — צמאה לך נפשי.
קלהטרם צאתו הניגון — כי בשמחה תצאו ובשלום תובלון.