Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 38·Additions·Rosh Chodesh Sivanלקוטי שיחות·כרך לח·הוספות·ר"ח סיון

אר"ח סיון
די הויפּט­טעמע פון דער היינטיקער קאָנווענשאָן איז — "טוב לשמים וטוב לבריות": "זיין גוט צום אויבערשטן", טאָן זאַכן צוליב דעם אויבערשטן פירן זיך ווי דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט; "וטוב לבריות" — און זיין גוט צו מענטשן, און אויך צו אַלע באַשעפענישן, ווי דאָס וואָרט "בריות" ווערט אָפטמאָל געטייטשט.
ב(אַזוי ווי ס'ווערט דערציילט וועגן גדולי ישראל, ווי שטאַרק זיי זיינען געווען אָפּגעהיט אין צער בעלי­חיים — ניט צו פאַרשאַפן קיין ליידן צו קיין שום לעבעדיקער באַשעפעניש; און ניט נאָר צו אַ בעל­חי, נאָר אויך צו אַ "צומח" — ניט צו קאַליע מאַכן אַ געוויקס (אָפּרייסן, צום ביישפּיל, אַ "לעבעדיק" בלעטל פון אַ בוים אומנויטיקערהייט), וואָס דאָס איז אויך איינגעשלאָסן אינעם אָנזאָג פון "בל תשחית", ניט צו פאַרדאַרבן סתם אַ זאַך וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן).
גוויבאַלד "טוב לשמים וטוב לבריות" איז דורך אידישע טעכטער בהשגחה פּרטית אויסגעקליבן געוואָרן ווי אַ הויכפּונקט פון זייער צוזאַמענקום, איז דאָס גופא אַ באַווייז, אַז אין דעם ליגט אַ ספּעציעלע הוראה און וועגווייזונג אין לעבן פון אידן און אידישקייט, לויט תורתנו תורת­חיים וועלכע איז אַ לעבעדיקע לערע אין טאָג­טעגלעכער פירונג פון אידן.
דאין פלוג קען מען פרעגן: אין וואָס דריקט זיך אויס די תורה'דיק­אידישע אויסגעצייכנטקייט פון אַ פירונג וואָס איז "גוט צום אויבערשטן און גוט צו מענטשן"? דאָס זיינען דאָך פליכטן און פאָדערונגען, וואָס זיינען אָנגענומען אויך באַ אַנדערע פעלקער! מיר געפינען דאָך, אַז צווישן די זיבן מצוות וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט צו די "בני נח" (צו אַלע מענטשן אויף דער וועלט) זיינען פאַראַן אָט די ביידע סאָרטן געבאָטן — פליכטן צום אויבערשטן און פליכטן צו מענטשן. צום ביישפּיל: די מצוה פון גלייבן אין דעם אויבערשטן און ניט דינען עבודה­זרה; ווי אויך די מצוה פון "גזל" (און "דינים") — זיין אָפּגעהיט פון גנב'ענען, גזלנ'ען און שעדיקן אַ צווייטן מענטשן — און אָט די צוויי גרונט מצוות (וואָס זיינען וועלט­געבאָטן פאַר דער גאַנצער מענטשהייט) זיינען דאָך פונדאַמענטאַלע פאַר אַלע אַנדערע מצוות פון ביידע קאַטעגאָריעס, פון "בין אדם למקום" און "בין אדם לחברו"; און אין שפּראַך פון קאָנווענשאָן סיסמא (מאטא): "טוב לשמים" און "טוב לבריות".
ה* * * איינע פון די אויפקלערונגען פון דעם איז: דער הויפּט­אויפטו באַשטייט דאָ — ניט בלויז צו זיין אָפּגעהיט אין די ביידע סוגים פון (תורה ו)מצוות, זיי אָפּצוהיטן אויף אַ גאַנצן און פולקאָמענעם אופן; די אונטערשטרייכנדיקע אָנווייזונג פון דעם ליגט דערין, אַז "טוב לשמים" און "טוב לבריות" דאַרפן ניט זיין צוויי באַזונדערע טיילן פון אידישקייט, נאָר ווי איין פאַראייניקטע און צוזאַמענדיקע גאַנצקייט.
ואין איינפאַכע ווערטער: פאַראַן געוויסע מצוות און ענינים, וואָס געהערן אויבנאויף דורכאויס צום געביט פון "בין אדם למקום" — "טוב לשמים". צום ביישפּיל: ווען אַ איד דאַוונט צום אויבערשטן. דעמאָלט דאַרף דאָך אַ איד טראַכטן נאָר וועגן דעם אויבערשטן אַליין; צוטראָגן און "באַהעפטן" זיין קאָפּ און האַרץ צום באַשעפער.
זדאַרף אָבער אַ איד וויסן, אַז צוזאַמען מיט זיין באַמיאונג פון "טוב לשמים" ביים דאַוונען — און נאָכמער, אַלס אַן אַריינפיר און צוגרייטונג צו תפילה — מוז זיין דער "טוב לבריות", וואָס דאָס דריקט זיך אויס קלאָר אין דער אָנווייזונג פון גדולי ישראל, אַז פאַרן דאַוונען דאַרף אַ איד זאָגן און אויף זיך אָננעמען די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך" — ליב האָבן אַ צווייטן איד פּונקט ווי זיך אַליין. ס'הייסט, אַז נאָך איידער ער הויבט אָן זיין תפילה צום אויבערשטן (און דערנאָך זיין לערנען תורה) דאַרף ער זיך אָנשליסן צוזאַמען מיט אַלע אידן און דערנאָך זיי "מיטנעמען" אין זיין תפילה צו השי"ת (און ווי מיר זעען, אַז אַלע בקשות און געבעטן פון העכסטן תפלה­טייל, פון שמונה­עשרה, זיינען אין לשון רבים — פון מערצאָל: "חננו", "השיבנו", "סלח לנו", "וגאלנו", "רפאנו", אאַ"וו — פאַר אַלע אידן אינאיינעם, "טוב לבריות").
חדאָס זעלבע איז אויך ביים צווייטן טייל — "טוב לבריות": ווען מ'טוט גוטס צו אַ צווייטן מענטשן, ווי בעת מ'היט זיך שטאַרק ניט צו פאַרשאַפן קיין צער און ליידן אַ צווייטן מענטש, איז דערביי ניט גענוג דער געפיל פון "טוב לבריות" אַליין; ד.ה. ס'איז ניט גענוג צו טאָן דאָס בלויז צוליב מענטשלעכער גוטסקייט, ווייכהאַרציקייט און גערעכטיקייט­געפיל. וואָרום דעמאָלט איז מען ניט זיכער, אַז מ'וועט זיך פירן מיט דער זעלבער גוטסקייט און גערעכטיקייט אויך אין פאַל ווען מ'דאַרף "פאַרבויגן" עפּעס וואָס רירט אָן דעם "איך" און די אייגענע נוצן.
טווען קען מען זיין פאַרזיכערט, אַז דער "ואהבת לרעך כמוך" וועט דורכגעפירט ווערן ווי געהעריק אין אַלע באַדינגונגען און אומשטענדן פון "בין אדם לחברו" — נאָר בעת דער "טוב לבריות" איז באַגרינדעט און דורכגעדרונגען מיטן "טוב לשמים", ווען ער איז גוט צום צווייטן דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט אַזוי געבאָטן.
יוואָרום ווען אַ איד דערפילט, אַז מיט זיין "טוב לבריות" פירונג איז ער מקיים דעם אויבערשטנ'ס אַן אָנזאָג (ניט בלויז די פליכט פון מענשען מאָראַל און געפיל), גיט עס אים די נויטיקע פעסטקייט און דויערהאַפטיקייט, אַזוי אַז אייגננוצן אד"ג וועט ניט זיין קיין שטערונג צו דערפילן די מצוות פון "בין אדם לחברו" ווי עס דאַרף צו זיין.
יאאון דאָס לערנט אונז תורה אחת (וואָס אַלע אירע טיילן שטעלן צוזאַמען איין גאַנצקייט), וואָס זי איז געגעבן געוואָרן פון השם אחד, דעם איין­איינציקן באַ­שעפער — צו זיין אויסדערוויילט פאָלק, דעם "גוי אחד בארץ" (אַ פאָלק וואָס איז געבונדן און געאייניקט אין איין פולער אייניקייט, טראָץ די פאַרשידנק'ייט פון מדרגות און קאַטעגאָריעס צווישן אידן) — אַז די צוויי באַגריפן פון "טוב לשמים" און "טוב לבריות" דאַרפן זיין און זיינען אַן ענין "אחד", פולשטענדיקער אחדות:
יבבשעת אַ איד איז פאַרנומען מיט הימלדיקע זאַכן פון "טוב לשמים" זאָל ער ניט פאַרגעסן אויף אַ צווייטן מענטשן, נאָר ער זאָל אויך דעמאָלט זיין דורכגענומען מיטן געפיל פון אהבת ישראל ביזן העכסטן אויסדרוק — "כמוך"; און אַזוי אויך בשעת ער איז אַריינגעטאָן אין ענינים פון "בין אדם לחברו", ער טוט טוב וחסד מיט אַ צווייטן אידן, זאָל ער בשעת­מעשה ניט פאַרגעסן ח"ו אויפן אויבערשטן. ער זאָל ניט אויסשטעלן אויף זיך אַליין, אויף זיין גוט האַרץ און פיינע מידות, נאָר ער זאָל זיין דורכגעדרונגען מיט "טוב לשמים", מיט דער גרויסער איבערגעבנקייט צום אויבערשטן און צו זיינע תורה ומצוות. און דאָס איז דער אמת'ער און זיכערער וועג אין עבודת השם.
יג* * *
ידיעדע געשעעניש און דערשיינונג אין וועלט, ווי יעדע טואונג און פירונג, איז ניט קיין פאַרזיכדיקע אָפּגעריסענע זאַך, נאָר ס'איז אַ המשך, תוצאה פון פריערדיקע אומשטענדן און אַנטוויקלונגען — און דאָס ברענגט אויך ווייטערדיקע תוצאות ווירקונגען.
טו(אָנכאַפּנדיק דעם פריערדיקן ביישפּיל פון תפלה: ווען אַ איד שטעלט זיך דאַוונען, דאַרף עס דאָך זיין, ווי געזאָגט, געבונדן מיט פריערדיקער געהעריקער צוגרייטונג פון "טוב לבריות", פון "ואהבת לרעך כמוך" — אַזוי אַרום איז ער און זיינע תפילות צום אויבערשטן מער אויסגעאיידלט און דורכגענומען מיט אהבת­ישראל'דיקער הויכקייט אין זיין דבקות צו השי"ת; זיינע בקשות צום אויבערשטן, זיין אויסגיסן דאָס האַרץ איז אויף אַ גאָר אַנדערן העכערן אופן בעת ער דערהערט נאָכדעם אין דאַוונען אַז ער רעדט כביכול מיטן אויבערשטן אַליין! "דע לפני מי אתה עומד"!
טזאון אַזאַ דאַוונען ברענגט דערנאָך גאָר גוטע און הויכע תוצאות נאָכן דאַוונען. ווען ער גייט אַרויס דערנאָך "אין וועלט", צו באַשעפטיקן זיך מיט וואָכעדיקע ענינים, פירט ער זיך ניט ווי אַ "גאַס­מענטש", נאָר ווי אַ שליח פון דעם אויבערשטן; ווי איינער וואָס האָט ערשט זוכה געווען צו ריידן כביכול צום אויבערשטן אַליין! ער איז אַליין איידעלער, העכער און צוזאַמען דערמיט פילט ער אַ פליכט און אחריות צו אויסאיידלן און אויפהויבן די וועלט אַרום אים)
יזאַזוי איז עס אויך אין באַצוג צו דער הויפּט­טעמע פון דער היינטיקער קאָנווענשאָן — "טוב לשמים וטוב לבריות" — אַז זי קומט אין פאַרבינדונג און אַלס רעזולטאַט און ווי אַ פאַרשטאַרקונג און אויסברייטערונג פון דעם "טוב לשמים וטוב לבריות", וואָס האָט זיין השגחה­פּרטיות'דיקן אָנהויב געהאַט אין דעם "קאָפּ" פון יאָר — "ראש השנה":
יחווי מערערע מאָל באַטאָנט, איז ראש­השנה היי­יאָר אויסגעפאַלן דינסטיק, דער דריטער טאָג אין וואָך, וואָס דאָס איז אַ "יום שהוכפּל בו כי טוב" — ווי די חז"ל זאָגן: ביי דעם דריטן טאָג פון די "בראשית" באַשאַף­טעג שטייט אין דער תורה צוויי מאָל "כי טוב" — אַ "דאָפּלטער טוב"; און דאָס ווערט אין ספרים אויסגעטייטשט, אַז דער "צווייענדיקער טוב" באַשטייט פון "טוב לשמים וטוב לבריות".
יטדער באַדייט דערפון, וואָס ראש השנה איז געווען דעם דריטן טאָג איז אויך אין דעם זין, אַז פּונקט ווי דער "קאָפּ" פירט אָן מיטן גאַנצן קערפּער, מיט אַלע אברים, וועלכע פירן זיך לויטן אָנווייז און באַשלוס פון קאָפּ — איז ענלעך אַזוי אויך ביים "קאָפּ" פון יאָר: די באַזונדערע הימלדיקע כוחות וואָס זיינען געגעבן געוואָרן און די גוטע באַשלוסן וואָס זיינען אָנגענומען געוואָרן ראש­השנה אין איינקלאַנג מיטן "טוב לשמים וטוב לבריות" פון דאָזיקן טאָג, דאָס גיט דערנאָך ספּעציעלע הילף און חיות אויסצופירן און דורכפירן אָט די באַשלוסן אין פאַרלויף פון אַלע טעג פון יאָר בכלל, און אַ ספּעציעלע פאַרשטאַרקונג און הצלחה צו פאַרווירקלעכן די גוטע החלטות פון דער קאָנווענשאָן, וואָס זיינען באַזירט אויפן יסוד פון "טוב לשמים וטוב לבריות".
כאון דאָ קומט אַריין "מענין לענין" נאָך אַ נקודה: היינטיקן יאָר איז אויך דער "ראש השנה לחסידות" — י"ט כסלו — אויסגעפאַלן דינסטיק, אין דעם "יום שהוכפּל בו כי טוב".
כאתורת החסידות גיט אַריין, ווי באַוואוסט, אַ צוגאָב פון לעבעדיקייט און פריילעכקייט אין אידישקייט און עבודת השם און אַ מער שטאַרקערן בטחון אין דעם אויבערשטן; און דאָס גיט, אין אונזער פאַל, אַ נאָך טיפערע אינערלעכע צוגאָב­פאַרשטאַרקונג און בענטשונג פון הצלחה אין דינען דעם אויבערשטן דורך דער שלימות'דיקער פאַראייניקונג פון "טוב לשמים" און "טוב לבריות" ווי איין גאַנצע זאַך.
כבאון נאָך עפּעס: אויך היי­יאָריקער ראש­חודש סיון, דער "קאָפּ" און אָנהויב פון חודש פון מתן­תורה, איז אויך אין דעם טאָג (דינסטיק) וואָס "הוכפּל בו כי טוב", וואָס דאָס אונטערשטרייכט נאָך מיט מער קראַפט דעם דערמאָנטן תורה'דיקן הויפּט­געדאַנק פון דער קאָנווענשאָן, וואָס קומט פאָר נאָך דעם שבת­מברכים פון (ראש) חודש סיון. וואָרום דער פאַרבונד פון ראש­חודש סיון מיטן מתן­תורה­טאָג איז ניט בלויז מיט דעם וואָס ער איז דער "קאָפּ" פון אַלע טעג פון חודש, איינגעשלאָסן דעם טאָג פון מתן­תורה; ווי ס'ווערט דערציילט אין חומש האָבן די צוגרייטונגס­טעג צו מתן­תורה זיך אָנגעהויבן ראש­חודש סיון; ווען אידן זיינען אָנגעקומען און זיך געשטעלט אַנטקעגן דעם באַרג סיני. ווערט דערקלערט אין מדרשי חז"ל, אַז די אינערלעכע הכנה פון אידן צו נעמען די תורה איז שוין געווען באַלד ביים אָנקומען צום באַרג סיני — ראש­חודש סיון.
כגאון אָט די טיפע נשמה­גרייטקייט צו תורה איז געווען אַזוי ערנסט און פעסט, ביז עס ווערט געזאָגט וועגן דעם (אין דער הגדה של פּסח): "אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה, דיינו" — בלויז דאָס צוקומען אַליין צום באַרג סיני איז אַ גענוגנדיקע דערגרייכונג פאַר זיך. ס'הייסט, צוליב דער גרויסער איבערגעבנקייט און פולשטענדיקן ביטול צום אויבערשטן, מיט וועלכע אַלע אידן — מאַן און פרוי, גרויס און קליין, ביז אויך פּיצלעך קינדער ("טף") זיינען געשטאַנען ווי איינס, ויחן, לשון יחיד, נגד ההר בראש חודש — וואָס דורכדעם האָבן זיי דערנאָך אויסגערופן זייער גרייטקייט צו מקיים זיין די תורה דורך "נעשה ונשמע" — זיינען זיי שוין ממילא געוואָרן די פּאַסיקסטע כלי צו תורה און דורכגענומען מיטן גייסט פון תורה און מצוות.
כד* * *
כהס'איז באַוואוסט, אַז אין גייסטיקן אינערלעכן זין, איז מתן­תורה ניט בלויז אַן איינמאָליקע געשעעניש פון אַמאָל, נאָר ווי דער לשון איז: נותן התורה — דער אויבערשטער גיט אונז די תורה פונדאָסניי יעדן טאָג, באַזונדערס יעדן יאָר אין זמן פון מתן­תורתנו (שבועות). און פּונקט ווי צום ערשטן מאָל זיינען אידן שוין פון ראש­חודש סיון אָן געווען דורכגענומען מיטן דערהויבענעם גייסט פון גרייטקייט צו נעמען די תורה; און כשם ווי ביים ערשטן צוגיין צום באַרג סיני איז די גרויסע הכנה געקומען צום אויסדרוק אין דעם אופן פון "ויחן ישראל נגד ההר" — דורך פולשטענדיקער אחדות! און ניט בלויז זיינען אַלע אידן צווישן זיך געוואָרן פולקאָם פאַראייניקט "ווי איין מענטש מיט איין האַרץ" ("כאיש אחד בלב אחד"), וואָס דערפאַר שטייט "ויחן" מיט אַ לשון יחיד; אין לשון "ויחן ישראל נגד ההר" איז אָנגעדייט נאָך עפּעס: די אידן האָבן ביים באַרג סיני, ביים אַריינגיין אין וועלט פון תורה ומצוות, זיך אַוועקגעשטעלט אין אַן אופן פון "ויחן" — זיי האָבן דאָרט "גערוט" זיך אָפּגעשטעלט מיט אַ פולער באַשטענדיקייט; זיי זיינען געוואָרן ווי "איינס" דורך און מיטן באַרג סיני, מיט דער וועלט פון תורה ומצוות און דאָס איז געוואָרן זייער חני' אויף דורי דורות, לעולם ועד —
כואַזוי דאַרפן אויך אַלע אידן זיך גרייטן צו מתן­תורה, יאָר­איין און יאָר­אויס, מיט אַ פולשטענדיקער גרייטקייט פון אחדות, און דערהויבענער רוחניות'דיקער אויסאיידלונג און איבערגעבנקייט צו תורה ומצוות.
כז* * *
כחדי תורה ווערט אָנגערופן "חמדה גנוזה" — דער טייערסטער אוצר כביכול ביי דעם אויבערשטן, וועלכער איז געווען "באַהאַלטן" און צו וועלכן ער האָט אַ "גלוסטונג" כביכול (ווי, למשל, די טייערסטע זאַך ביי מענטשן, וואָס ער האַלט עס פאַרבאָרגן און באַהאַלטן). און דעם אוצר האָט דער אויבערשטער אַוועקגעגעבן צו אידן. קען מען זיך פאָרשטעלן אַ טייערערע מתנה פון דעם!
כטביי די אידן אָבער טאָר זיך די טייערקייט פון תורה ניט אויסדריקן בלויז אין אָפּגעבן כבוד און האַלטן הייליק­טייער די ספרי­תורה; און אויך ניט בלויז דורך דערהערן דעם טייערן געשמאַק פון חכמת התורה. די תורה אַליין גיט צו וויסן, אַז דער ערשטער און הויפּט­באַדינג צו נעמען תורה איז (די גרייטקייט צו) "נעשה" — צו אָפּהיטן און מקיים זיין די אָנווייזונגען און מצוות פון תורה יעדן טאָג און יעדע מינוט — אויך ווען מ'איז פאַרנומען און אַריינגעטאָן אין מאַטעריעלע גשמיות'דיקע זאַכן.
לאון דער באַדייט פון "נעשה", פון דעם אומבאַדינגלעכער גרייטקייט צו מקיים זיין די תורה ומצוות אין טאָג­טעגלעכן פּראַקטישן לעבן — דאָס דאַרף זיין די הקדמה און הכנה פון יעדן אידן אויך איצט, ווען דער אויבערשטער "גיט" די תורה טאָג­טעגלעך פונדאָסניי, און באַזונדערס אין חודש סיון — אין די הכנות צום יום טוב שבועות זמן מתן­תורתנו.
לא* * *
לבדי אויבן­גערעדטע ענינים זיינען, ווי געזאָגט, שייך צו יעדן אידן; אָבער זיי האָבן אַ ספּעציעלע וויכטיקייט אין באַצוג צו אידישע פרויען און טעכטער. און שוין ביי די הכנות צו מתן­תורה ביים באַרג סיני האָט דער אויבערשטער צום אַלעם ערשטן אָנגעזאָגט צו משה רבינו: "כה תאמר לבית יעקב" — צו די פרויען, און דערנאָך "ותגד לבני ישראל" — צו די מענער. צום אַלעם ערשטן דאַרף מען צוגרייטן צו מתן­תורה די אידישע טעכטער, אַז זיי זאָלן ביי זיך אַרויסרופן און אויסרופן "נעשה ונשמע" צו טאָן און פירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל, און ערשט דערנאָך דאַרף מען צוגרייטן דערצו די מענער.
לגאון דאָס חזר'ט זיך איבער יעדעס יאָר נאָכאַמאָל — אַפילו ווען מ'זעט עס ניט מיט די פליישיקע אויגן, זעט עס אָבער די אידישע נשמה (וואָס זי איז די הויפּט זאַך ביי מענטשן בכלל און ביי אידן בפרט) און זי לעבט עס איבער יעדן יאָר פונדאָסניי.
לדאון ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון דער תורה, איז דאָס אַ תנאי, אַ באַדינג: די זיכערקייט, אַז די מענער וועלן אָננעמען און אויספירן ווי געהעריק דעם "נעשה ונשמע", איז אָפּהענגיק אין דעם "נעשה ונשמע" וואָס די פרויען וועלן אויף זיך אָננעמען און פאַרווירקלעכן. די ווירקונג און איינפלוס וואָס אידישע פרויען האָבן אויף זייערע קינדער, מענער, פאָטער און ברידער. אויף אַזוי ווייט, אַז זיי איבן אויס אַ דעצידירנדיקע השפּעה שוין ביי די צוגרייטונגען צו קבלת התורה — צו דעם מאָמענט ווען אַלע אידן צוזאַמען שרייען אויס מיט דער פולסטער נשמה­גרייטקייט "נעשה ונשמע".
להאון אַזאַ הכנה ברענגט­צו דעם גאַנצן אידישן פאָלק צו קבלת התורה "בשמחה ובפּנימיות" — ווי דער רבי דער שווער פלעגט בענטשן — מיט פולער און אמת'דיקער פריידיקייט, וואָס נעמט דורך דעם גאַנצן מענטשן, ביז אַז תורה ומצוות ווערן דער גאַנצער אינהאַלט פון זיין לעבן.
לו* * *
לזווי דערמאָנט, איז המעשה הוא העיקר: דער ציל און תכלית פון אַלע גערעדטע ענינים איז, אַז איר, אידישע טעכטער, זאָלט אויסנוצן אייער איינפלוס און באַווירקן מיטן "נעשה ונשמע" די נשי ובנות ישראל וואו נאָר איר וועט קענען דערגרייכן, און דורכדעם באַווירקן אויך די אידישע מענער און זין צו מקבל זיין און מקיים זיין די תורה — ביז שבועות און מיט אַלץ מער שטייגנדיקן חיות אין די טעג פון מתן­תורה און נאָכדעם.
לחאון עס ווערט מקויים די הבטחה פון דער תורה (אין דער פּרשה פון דעם שבת מברכים): "אם בחוקותי תלכו" — אַז מ'וועט לערנען און האָרעווען אין תורה וואָס וועט דערפירן צו — "ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם" — אָפּצוהיטן די מצוות און במעשה, וואָס דאָס איז דער עיקר, ווי געזאָגט — איז מען פאַרזיכערט מיט אַלע ברכות פון דעם אויבערשטן, וואָס ווערן דאָ אויסגערעכנט אין דער תורה, ביז צו דער גרעסטער און פולקאָמסטער ברכה, אַז בקרוב ממש וועט זיין ואולך אתכם קוממיות, דער אויבערשטער וועט אַרויסנעמען יעדער אידן און אַלע אידן פון גלות, ברענגען די גאולה השלימה דורך משיח צדקנו.
לטדי צוגרייטונג דערצו איז דורכדעם, וואָס אַ איד טוט אַלדאָס מעגלעכע אַרויסצונעמען זיך אַליין פון גייסטיקן גלות און פון דער ניט­אידישקייט וואָס הערשט אין וועלט. ד.ה. טראָץ דעם וואָס אַ איד ווייסט, אַז אין כמות איז ער "המעט מכל העמים" — דאָס אַמווייניקסטע (אין קוואַנטיטעט) צווישן דער ניט­אידישער פעלקער­וועלט, איז ווען עס קומט צו אידישקייט, צו תורה, רעכנט ער זיך דערמיט אינגאַנצן ניט און ער פירט זיך מיט דער גאַנצער שטאַרקייט ווי אַ איד דאַרף זיך פירן אַ גאַנצן טאָג — פונעם מאָמענט ווען ער כאַפּט זיך אויף פון שלאָף ביז צום לעצטן מינוט פון זיין וואַך­זיין; און נאָכמער: אויך זיין שלאָפן איז אַזאַ וואָס מ'דערקענט אין דעם אַז דאָ שלאָפט אַ איד פון תורה ומצוות. . .
מאון דאָס איז אויך די פליכט וואָס ליגט אויף יעדערער פון אייך, צו באַווירקן וואָס מער אידישע פרויען און טעכטער, אַז אויך זיי זאָלן ווערן דורכגענומען און אָנגעפילט מיטן גייסט און חיות און שמחה פון יהדות, פון תורה ומצוות, אין די ביידע דערמאָנטע און פאַראייניקטע טיילן פון "טוב לשמים וטוב לבריות"; וועט דאָס פאַרשנעלערן דאָס אַרויסנעמען זיך פון גלות אין דער ניט­אידישקייט און זיך גייסטיק אויסלייזן פון אַלע שטערונגען ביז צום פירן אַ פולקאָם­גאַנצן תורה'דיקן לעבן —
מאאון דאָס וועט במילא נאָכמער צואיילן די גאולה האמתית והשלימה, די גאולה פון גאַנצן אידישן פאָלק דורך משיח צדקנו.
מב(משיחת כ"ח אייר תשל"ח — להכינוס דנשי ובנות חב"ד)
מגמשיחת ר"ח סיון תשכ"ב לתלמידי אחי תמימים באסטאן
מד=
מההיינט איז ראש חודש סיון דער חודש פון קבלת התורה, וואָס דאָס גיט די הוראה פאַר יעדער איד אין זיין גשמיות'דיקען לעבען און אין זיין רוחניות'דיקן לעבען. אויך יעדער פּרט פון תורה איז וויכטיק, און אין נאָך אַ גרעסערע מאָס איז וויכטיג יעדער פּרט פון די עשה"ד און אויך דער סדר אין וועלכן זיי זיינען געזאָגט און געגעבן געוואָרן בפירוש באַ מתן תורה און אָנגענומען געוואָרן פון יעדען איד יעמולט און אויך פאַר אַלע דורות דערנאָך. חז"ל זאָגען אין מדרש אַז די אַלע עשרת הדברות זיינען געאזאָגט געוואָרן אין איין דיבור פון דעם ערשטען דבור אנכי ה"א ביז דעם לעצטען דיבור וואָס רעדט וועגן גשמיות'דיקען אייגענטום אַ פעלד, בעלי חיים, א.ד.ג.
מואין דעם איז פאַראַן אַ גאָר וויכטיקער אָנזאָג צו יעדען איינעם פון אונדז: אויך די מאַטעריעלע ענינים פון דעם מענטשען (אידן) דאַרפ'ן זיין פאַרבונדען אין איין אָטעם מיט דעם דיבור פון אנכי ה"א, בעת אַ איד טוהט עפּעס אַפילו אויב עס איז אַ קליינע זאַך אין זיין מאַטעריעלען אָדער רוחניות'דיקן לעבען — דאַרף ער דערביי וויסן און פילן אַז דאָס איז פון אנכי ה"א פון דעם אויבערשטען — וואָס דערפאַר דאַרף ער דאָס טאָן אין אַזאַ אופן עס זאָל זיין ניכר אַז ער נעמט אין אָנבאַטראַכט אַז ער געפינט זיך אין דער געגענוואַרד פון דעם אויבערשטן וועלכער גיט אַכטונג אויף יעדער זיין — דער מענטש מעשה, דיבור און אַפילו מחשבה וואָרום לגבי דעם אויבערשטען איז ניט קיין אונטערשייד פון מעשה דיבור ביז מחשבה אַלץ איז גלוי לפניו.
מזיעדער איינער פון אייך, אַז ער וועט האָבען שטענדיק אין זיין געדאַנק — אַז ער געפינט זיך אין געגענוואַרד פון דעם אויבערשטען וואָס ער איז דאָך עצם הטוב און ער גיט אים דעם כח צו איבערקומען אַלע שוועריקייטן פון זיינע ניט גוטע נייגונגען און אַז ער זאָל מצליח זיין אַז זיין יצ"ט זאָל אָנפירן מיט זיין לעבן אין זיין מאַטעריאַלן לעבן און זיין גייסטיקען לעבען. יעמולט וועט דאָס אים העלפען און פאַרגרינגערן ער זאָל קענען זיך שטאַרקן (?) אויף אַלע נסיונות, און ער וועט אויך משפּיע זיין אויף זיינע חברים צו אויפפירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל, ווי ער האָט אונדז אָנגעוויזן אין דער תורה.
מחעס איז מיין האָפענונג אַז אין אייער צוגרייטן זיך צו קבלת התורה — בחה"ש סוף וואָך — וועט איהר טאָן אַלץ וואָס היינגט אָפּ פון אייך בנוגע צו די ענינים וואָס מען האָט דאָ גערעדט.
מטדאָס וועט בריינגן אַז איהר וועט מצליח זיין אין לערנען אַ גאַנצען יאָהר. און פאַרשאַפען נחת אייערע עלטערן און אייער לערערס.
נהאָט אַ נסיעה כשורה צו באָסטאָן, און הצלחה אין אייער לערנען בשקידה (הוזכר כאן ענין. . . בנוגע לכל ישראל).
נאאיהר זאָלט האָבן אַ פרייליכן יו"ט און קבלת התורה בשמחה ובפּנימיות (רצוני לומר לשון הרב ולזאת לא אתרגם ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א עוה"פ) אַ גוטן שבועות אַ גוטע נסיעה און קבלת התורה בשמחה ובפּנימיות.
נב(משיחת ר"ח ניסן תשכ"ב לתלמידי ישיבת אחי תמימים — באסטאן)