Chabad Library · The Rebbe
Likkutei Sichos· Vol. 39· Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah· Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah· 178לקוטי שיחות· כרך לט· הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת· הוספה - ביאורים באגרת התשובה· 178
אבלבד" — וואָס אויך דאָרט איז ער מדגיש "מן התורה" — מיינט ער צו שולל זיין אויך וידוי; מיט זיין מדגיש זיין ביידע מאָל (סיי ביים זאָגן אַז תשובה איז "עזיבת החטא בלבד" און סיי ביים ברענגען דעם פסוק "והתודו גו'") תורה, מאַכט ער קלאָר, אַז מיט'ן וואָרט "בלבד" וועלכן ער זאָגט ביי "מצות התשובה מן התורה" מיינט ער שולל זיין (ניט בלויז תעניתים, ביז אפילו ענינים וואָס זיינען מעכב די כפּרה, אַזוי ווי השבת הגזילה, נאָר) אויך וידוי, וואָס איז "כתוב בתורה".
בדאָס הייסט, אַז "מן התורה" גופא זיינען פאַראַן צוויי חלקים: שלימות התשובה, וואָס צוליב דעם פאָדערט זיך מן התורה וידוי18 ובקשת מחילה, און תשובה עצמה וואָס ענינה איז עזיבת החטא בלבד.
גוואָס דערמיט ברענגט ער אַרויס נאָך אַן ענין אין תשובה, ווי זי איז קרוב מאד צו יעדער אידן (אפילו צו אַזאַ וואָס מצד איזו סיבה קען ער זיך ניט מתודה זיין), ווייל עיקר ומהות התשובה איז עזיבת החטא בלבד.
דומ"ש ביואל:
הכב. ווי געזאָגט פריער סעיף יג, איז דער אַלטער רבי ניט מציין קיין פּסוק אָדער מרז"ל סיידן וואו דער פּסוק צי מאמר איז בשינוי אין נאָך אַן אָרט, וואָס דאַן איז דער אַלטער רבי מציין דעם מראה מקום, בכדי צו מדגיש זיין אַז ער מיינט דוקא דעם פּסוק און מאמר.
וועפּי"ז מובן אויך דאָ, אַז מיט זיין מוסיף זיין דעם וואָרט "ביואל", מיינט ער צו שולל זיין אַנדערע פּסוקים וואָס ריידן וועגן צום.
זאיז די הסברה אין דעם: אין צומות ותעניתים זיינען פאַראַן כמה סוגים: תעניתים וועלכע העלפן אַרויס אין די בקשות און תפלות [אַזוי ווי אין ירמי' (לו, וז): "ביום צום גו' אולי תפול תחנתם גו'", און אַזוי אויך אין דניאל (ט, ג): "לבקש תפלה ותחנונים בצום גו'", און אַזוי אויך אין עזרא (ח, כא): "צום גו' לבקש גו'", און אַזוי אויך אין דה"ב (כ, גד): "ויקרא צום על כל יהודה ויקבצו יהודה לבקש מה'"]; תעניתים וועלכע רופן אַרויס התגלות רצון העליון ב"ה, ווי ער זאָגט ווייטער אין צווייטן פּרק, און ברענגט די ראי' אויף דעם פון ישעי' (נח, ה) "צום ויום רצון"; תעניתים וועלכע ברענגען צו תשובה, ווי ער זאָגט ווייטער אין פ"ז, אַז תעניתים ברענגען צו שבירת הלב, וואָס פאָדערט זיך צו תשובה (וראה גם רמב"ם הל' תעניות פ"א הי"ב. שם רפ"ה). און וועגן דעם ענין פון צומות — וועלכע זיינען מעורר את התשובה — רעדט זיך אויך אין פּסוקים (ירמי' שם: "אולי תפול תחנתם גו' וישובו איש מדרכו הרעה", וכן יש לפרש בנחמי' רפ"ט).
חפון די אַלע פּסוקים קען דער אַלטער רבי ניט פרעגן קיין קשיא אויף דעם וואָס