Chabad Library · The Rebbe
Likkutei Sichos· Vol. 39· Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah· Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah· 179לקוטי שיחות· כרך לט· הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת· הוספה - ביאורים באגרת התשובה· 179
אער זאָגט אַז צו מצות התשובה פאָדערט זיך ניט קיין תעניתים — וואָרום פּשיטא אַז ער מיינט דערמיט ניט צו שולל זיין די אַלע סאָרטן תעניתים הנ"ל (און ווי ער שרייבט ווייטער אין אגה"ת גופא אַז מען דאַרף אָנקומען צו תעניתים צוליב "שיהי' לרצון לפני ה'" און צוליב פּועל'ן אַ לב נשבר), ער מיינט בלויז זאָגן אַז תענית איז ניט קיין ענין אין תשובה גופא ("כדעת ההמון שהתשובה היא התענית").
בדעריבער איז ער מדגיש "ומ"ש ביואל"19, וואָס דאָרט (יב, ב) שטייט "שובו עדי בכל לבבכם בצום ובבכי גו'", וואָס פון דעם לשון איז משמע אַז דער אופן התשובה דאַרף זיין בצום (און ניט בלויז אַ צום וואָס איז מעורר צו תשובה), אַזוי ווי דער "שובו" דאַרף זיין "בכל לבבכם" אַזוי דאַרף ער אויך זיין "בצום", וואָס דאָס איז דאָך בסתירה צו דעם וואָס ער זאָגט אַז מצות התשובה איז עזיבת החטא בלבד.
ג— עפּ"י האמור לעיל, וועט ווערן אויך פאַרשטאַנדיק וואָס אין ספ"ב זאָגט ער "וכמ"ש בישעי' הלזה תקרא צום ויום רצון לה'"19. וואָס דאָרטן שטעלט זיך אויך די קשיא: צוליב וואָס דאַרף ער מציין זיין צו ישעי'? ועפּ"י הנ"ל מובן: וויבאַלד אַז די צומות וועלכע ווערן דערמאָנט אין תנ"ך זיינען פון פאַרשידענע סוגים, דעריבער איז ער מדגיש "וכמ"ש בישעי'", וואָס דאָרט דוקא רעדט זיך וועגן דעם צום וואָס ער איז אַ יום רצון.