Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 39·Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah·Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah·188לקוטי שיחות·כרך לט·הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת·הוספה - ביאורים באגרת התשובה·188

אאיז שייך אויסצושטעלן ביי אַלע סאָרטן מענטשן, און ביי אַלע סאָרטן ענינים, דעם זעלבן שיעור?
במוז מען זאָגן, אַז אין די אַלע דריי זאַכן איז דאָ אַן ענין עצמי וועלכער מעסט זיך ניט מיט דעם מענטשן אָדער מיט דעם ענין. און דעם ענין עצמי, באַקומט מען דורך ארבעים.
גואעפּ"י אַז די נקודה וואָס אין די אַלע דריי ענינים — דאָס וואָס דורך זיי ווערט געשאַפן פון מענטשן אַ נייע מציאות
ד[בתורה — כאילו ילדו, בתפלה — (שעומד כעבד לפני רבו) וואָס ער ווערט אויס מציאות, אַזוי ווי אַן עבד וואָס כל מציאותו איז דער אדון34, און בתשובה — וואָס ער ווערט אויס רשע גמור און ער ווערט אַ צדיק גמור],
הווערט געשאַפן ברגעא חדא (כנ"ל סעיף.. . באריכות), און די אריכות הזמן של ארבעים יום (וואָס לאחרי די רגע) איז בנוגע צו די הגדלה און שכלול פון דער נייער מציאות — אעפּ"כ, איז אויך דער שכלול פון אַ מציאות חדשה — וואָס די נקודה שנתחדשה ווערט נצטייר באופן כללי (בערך הפּרטיות שלאח"ז) איז אויסגעשטעלט אין אַ משך זמן פון מספּר ארבעים.
ונאָר היות אַז דורך ארבעים יום שאַפט זיך בלויז דער ציור כללי, דאַרף דעריבער זיין ביי די אַלע דריי זאַכן אַן אריכות זמן וואָס איז נאָך מער פון ארבעים, ביז אַז אין להם שיעור כלל און זיי דאַרפן זיין במשך כל ימי חיי האדם
ז[ווי גערעדט (לעיל סעיף.. .) באריכות, אַז ביי תורה דאַרף זיין לא פּסיק פּומי' מגירסא, ביי תפלה — ולואי שיתפּלל אדם כל היום כולו, און ביי תשובה, שיהי' כל ימיו בתשובה]
חבכדי אַז די נקודה זאָל דורכדרינגען אין אַלע פרטים פון מענטשן.
טאון ווי מען געפינט די דריי זאַכן ביי הולדת הולד: די נקודת הולד (וואָס עס ווערט נתחדש מציאותו) ווערט ברגע אחד35 כללי פון דער נקודה, צי דער ולד איז אַ זכר צי אַ נקבה, איז במשך פון ארבעים יום (ברכות ס, א. או"ח ר"ס רל), און זיין ציור פּרטי בכל אבריו וגידיו ביז צו שערות וצפּרנים — תשעה חדשים, אָדער שבעה אָדער ביז י"ב חודש.
ילג. כאמור לעיל (סעיף.. .), איז דער שינוי המהות שבתורה, אַז דער מענטש ווערט אַ נייע מציאות — כאילו ילדו; דער שינוי המהות שבתפלה איז אַז עס ווערט נתבטל זיין פריערדיקע מציאות — כעבד לפני רבו (וואָס אַן עבד איז ניט קיין מציאות לעצמו); דער שינוי המהות שבתשובה איז אין ביידע זאַכן: ער ווערט איבערגעביטן פון אַ רשע גמור אויף אַ צדיק גמור.