Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 39·Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah·Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah·189לקוטי שיחות·כרך לט·הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת·הוספה - ביאורים באגרת התשובה·189

אאיז האמור לעיל אַז דער שכלול פון אַן ענין קומט במשך פון ארבעים, געפינט מען עס אין ביידע זאַכן: סיי בנוגע דעם גמר און שכלול פון ביטול מציאות הקודמת. ווי די גמרא (ב"מ פה, א) זאָגט אַז ר"ז האָט געפאַסט ארבעים תעניות36 בכדי ער זאָל פאַרגעסן תלמוד בבלי. סיי בנוגע דעם גמר און שכלול פון אַ מציאות חדשה, ווי געבראַכט פריער די דוגמא פון אַן עובר אַז במשך ארבעים יום באַקומט ער זיין ציור כללי.
באון אַזוי ווי דאָס איז ביי אַן עובר, אַזוי איז אויך לאחרי שנולד, אַז דער שכלול פון כח הבינה שבו
ג[וואָס דאָס האָט דאָך אַ שייכות מיוחדת צו תורה37, און אויך38 צו תשובה וואָרום תשובה איז בספירת הבינה39]
דאיז במשך פון ארבעים שנה, כמרז"ל (אבות פ"ה מכ"ב) "בן ארבעים לבינה": דעם עצם כח הבינה באַקומט ער גלייך ווי ער ווערט געבאָרן, אָבער דער שכלול פון דעם כח איז ווען ער ווערט ערשט בן ארבעים. וואָס דערפאַר40 איז "לא קאי איניש אדעתי' דרבי' עד ארבעין שנין".
הלד. עפּ"י הנ"ל קומט אויס אַז "מ' צומות" זיינען דער כלל פון אַלע מספּרי