Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 39·Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah·Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah·203לקוטי שיחות·כרך לט·הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת·הוספה - ביאורים באגרת התשובה·203

אוואָס ער האָט מורא פון אויבערשטן — יראת הרוממות. נאָר מצד דעם העלם והסתר פונעם גוף ונה"ב, דוכט זיך אים אויס אַז ער האָט מורא פון דעם עונש64.
ב(וכפסק הרמב"ם (הל' גרושין ספ"ב) אַז ווען אַ איד טוט אַ מצוה מיינענדיק אַז ער טוט עס מצד דערויף וואָס גוים זיינען אים מכריח צו טאָן איר, פּסק'נט אָפּ תורה אַז בפּנימיות טוט ער די מצוה מצד דעם רצון פון עצם הנשמה וואָס זי איז רוצה לעשות כל המצות).
גאון אַזוי ווי יראה, עד"ז אויך תשובה (ולהעיר שעיקר התשובה היא על היראה — ד"ה שופר חצר"ת (בסה"מ תרצ"ט) פ"ט ויו"ד. וראה גם סה"מ תקס"ב ע' רעז ואילך), אַז אויך די נידעריקסטע מדריגה פון תשובה, ביז אפילו תשובה מצד יראת העונש (וואָס ער טוט תשובה בכדי ער זאָל ניט נענש ווערן), איז פּנימיותה ואמיתתה — די תשובה שמצד עצם הנשמה65, וואָס די נשמה קערט זיך צום אויבערשטן — "והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה". נאָר מצד דעם שאָלעכץ פון דעם גוף ונה"ב וואָס פאַרשטעלט אויף די נשמה, דוכט זיך אים אויס אַז ער טוט תשובה מצד יראת העונש.
דאון וויבאַלד אַז אויך תשובה תתאה איז כולל אין זיך כל הבחינות שבתשובה, איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז אויך דורך איר, טוט זיך אויף (בהעלם ובפּנימיות) דער תיקון אויף פּגם הברית. און דאָס וואָס אויף פּגם הברית מוז מען אָנקומען צו תשובה עילאה (בגילוי), איז עס בכדי אַז דער חטא זאָל נתתקן ווערן אויך בגלוי.
הכן י"ל בדא"פ. ועצ"ע.
ולהבין זאת מעט מזעיר:
זנג. יש לומר: מעט — בכמות, מזעיר — באיכות. (משא"כ בלשון מעט מן המעט וכיו"ב).
חוהרי נמצאו בכל דור כו':
טנד. אויף די קשיא וואָס דער אַלטער רבי פרעגט "והרי נמצאו בכל דור כמה וכמה חייבי כריתות ומיתות והאריכו ימיהם ושנותיהם בנעימים"66 (וואָס די קשיא