Chabad Library · The Rebbe

Likkutei Sichos·Vol. 39·Additions and Explanations in Likkutei Levi Yitzchok on Iggeret HaTteshuvah·Addition of Explanations on Iggeret HaTteshuvah·204לקוטי שיחות·כרך לט·הוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"ת·הוספה - ביאורים באגרת התשובה·204

אאיז דער יסוד אויף דעם ענין וועלכן ער איז מבאר ווייטער אין המשך פון עטליכע פּרקים), קען מען פרעגן:
בפריער, אין אָנהייבס פון פּרק ב', זאָגט ער, אַז בשעת מען טוט תשובה שלימה איז "אין מזכירין לו דבר וחצי דבר כו' ונפטר לגמרי מן הדין כו'". היינט וואָס איז די קשיא פאַרוואָס עס זיינען דאָ חייבי כריתות ומיתות וואָס האָבן מאריך ימים געווען, עס קען דאָך זיין אַז זיי האָבן תשובה געטאָן, און דעריבער זיינען זיי נפטר געוואָרן מן הדין?
גמען קען ניט זאָגן, אַז דעם אלטן רבי'נס קשיא איז פון אַזוינע חייבי כריתות ומיתות וועלכע זיינען חוטאים כל ימיהם — ווייל אויך פון זיי איז קיין קשיא ניט: דאָס וואָס זיי זינדיקן כל ימיהם איז קיין באַווייז ניט אַז בינתיים האָבן זיי ניט געטאָן קיין תשובה שלימה, און אויב נאָר זיי האָבן געטאָן תשובה שלימה לאחרי וואָס זיי האָבן עובר געווען אויף איסור כרת ומיתה, איז אפילו ווען דערנאָך זיינען זיי נאָך אַמאָל דורך געפאַלן אין די חטאים, קען דאָך זיין נאָכאַמאָל בשעתא חדא וברגעא חדא תשובה בחילא יתיר וכו' און זיי ווערן נפטר פון כרת ומיתה.
דנה. לכאורה האָט מען געקענט ענטפערן, אַז דאָס וואָס ער זאָגט "אין מזכירין לו דבר וחצי דבר כו' ונפטר לגמרי מן הדין" איז עס דוקא (ווי ער זאָגט דאָרט) "בעוה"ב", אָבער אין עולם הזה, ווערט ער ניט נפטר מן הדין דורך תשובה. און דעריבער פרעגט ער (אין פ"ד) די קשיא פון דעם וואָס "האריכו ימיהם ושנותיהם" אין עוה"ז.
האין אמת'ן אָבער איז עס קיין תירוץ ניט. ווייל מיט'ן וואָרט "בעוה"ב" וואָס ער איז מוסיף אין פ"ב, מיינט ער בלויז צו שולל זיין די עונשים פון ב"ד שלמטה, אַז בנוגע צו ב"ד שלמטה העלפט ניט קיין תשובה, ווייל תשובה איז אַ דבר שבלב און אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות (כמבואר בשו"ת נו"ב או"ח מהדו"ק סל"ה). בנוגע אָבער צו ב"ד שלמעלה, ווערט מען דורך תשובה נפטר מן הדין אויך בעוה"ז67.
ווכדמוכרח פון דעם וואָס תוספות (ד"ה דין — כתובות ל, ב) ענטפערט אויף דעם וואָס "חזינן כמה עבריינים ועובדי ע"כ שמתים על מטותם" — כאָטש אַז "דין