Chabad Library · The Frierdiker Rebbe
Sefer HaSichos Rayatz· 5680 to 5687· Sefer HaSichos 5682· Day of Simchas Torah 5682ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ· תר"פ-תרפ"ז· ספר השיחות תרפ"ב· יום שמחת תורה תרפ"ב
איום שמחת תורה תרפ"ב
א. איך קוק אויף זיי (התמימים) ווי אַ הון אויף ציפּליאַטקעס1, אַ ציפּליאַטקע קאָן נאָך ניט פליען, נאָר זי האָט דאָך אויך פליגלעך און מיט זיי גראָבט זי ווערעמלאַך, כן...
א. איך קוק אויף זיי (התמימים) ווי אַ הון אויף ציפּליאַטקעס1, אַ ציפּליאַטקע קאָן נאָך ניט פליען, נאָר זי האָט דאָך אויך פליגלעך און מיט זיי גראָבט זי ווערעמלאַך, כן...
בב. לחיים, דער אויבערשטער זאָל געבן אַז ביי יעדער אידן זאָל מאיר זיין דער אור הנשמה.
גאור הנשמה איז אלקות וואָס אלקות איז אמת, און אמת איז וואָס דאָס איז ניט התפשטות, נאָר עס ליגט אויף אַ אָרט אין ווינקל און עס גייט אויס.
דג. [כ"ק אדמו"ר נתן משקה לרז"ג, ואמר:] מיר דאַרפן נעמען משקה, מיר האָבן דאָך זיך געקענט זעהן גאָר אין אַ אַנדער עולם, איך ווייס ניט צי עס וואָלט פאַרדריסען, דאָרט איז דאָך דער עולם הברור.
הבעת אַז איך האָב צוגערופן די דריי קינדער און איך האָב זיי פערזאָגרט זיי זאָלן נעמען חסידות'שע חתנים, האָט מען פון מיר געלאַכט, מען האָט געזאָגט: ער איז ניט ביים דעת.
ודער אמת איז, אַז יעמאָלט איז געווען העכער פון דעת, עס איז דאָך דער עולם הברור, מיר האָט געטריפעט בלוט פון האַרצן, מיר האָט ניט פאַרדראָסן פאַר מיר, נאָר איך בין דאָך דעם טאַטנס אַ קינד, ווי איז דאָס דעם טאַטנס אַ קינד זאָל ריידען שלא בדעת.
זאיך האָב אים. . . מוחל געווען הרבה בלב, וואָרום חיי אינם חיים אַז אַ איד זאָל איבער מיר חס ושלום דאַרפן ליידען הן בגשמיות הן אין רוחניות, איך האָב ניט גע'דאגה'עט וועגען ווייב און קינדער [.. . ] איך האָב גע'דאגה'ט נאָר וועגן די כתבים, וואָס עס בלייבט אַזוי פיל כתבים, דעם טאַטנס (דעם רבי'נס), דעם זיידע'נס, דעם צמח צדק'ס וכו', און עס איז דאָך ניטאָ איצטער ווער זאָל דערקענען דעם כח הפועל בנפעל, מער ניט ווייל איך בין געווען אַ בן יחיד, פלעג איך אַלץ פרעגן ביי דעם טאַטן, וועמענס איז דער כתב און וועמענס וכו', ווייס איך, אָבער אַזוי קען דאָך קיינער ניט דערקענען דעם כח הפועל בנפעל, דעם כח הפועל בנפעל קען מען ניט דערקענען באַ דעם קאָזאַק אין פּופּיק. אפי' אין מעזיבוז אויך ניט. אויף דעם האָב איך גע'דאגה'ט.
חד. [אח"כ ביקש כ"ק אדמו"ר משקה מחתנו2, ונתן לו. והתחיל כ"ק אדמו"ר לנגן און קלאַפּן אויפן טיש. וחתנו התחיל לעכב את ידו שלא יכה על השולחן, ואמר:] דיך אַרט פאַר מיין האַנט, וואָס איז מיר די האַנט, וועט זי זיין אַ האַנט און שרייבן חסידות, ויד המחלקת צדקה3 איז גוט, אָבער אַזוי, וואָס איז מיר די האַנט, וואָס פאַר אַ שייכות האָט זי צו מיר, איך בין דאָך דעם טאַטנס אַ קינד, אָבער וואָס איז מיר די האַנט, וועט זי זיין אַ האַנט ווי עס דאַרף צו זיין, אַ מרכבה צו אלקות3, וועט זי עתיק אַ קוש טאָן, טאָמער. . . וועט איר דער מלאך הדומה רייסן בייסן, נאָר מיר איז גאָר ניט נוגע, ניט פון דעם וואָס עתיק וועט איר קושן, ניט. . . איך בין דאָך דעם טאַטנס אַ קינד, וואָס איז מיר די וועלט נאָכן טאַטן, וואס האָב איך נאָך דעם טאַטן.
ט[זלגו עיניו הק' דמעות. . . ואמר:] איך ווייס וואו איך האַלט, נאָר עס דאַרף קיין עצבות ניט זיין (כל המסובים נתעצבו). לחיים, דער וואָס האָט געזען דעם טאַטן דעם ליכטיגען זיסען פנים פלעגט אים ווערן גוט, אַז איינעם איז געווען עפּעס ניט גוט, פלעגט ער קומען צום טאַטן, און בשעת ער פלעגט אים דערזען פלעגט אים ווערן גוט.
יאיך טאָר ניט וויינען נאָך אַ טאַטן, נאָך אַ נשיא בישראל מעג מען וויינען, נאָר איך וויין ער איז דאָך מיין טאַטע, טאָר איך ניט וויינען4 (והפסיק מלדבר אודות זה).
יאה. [אח"כ יצא אחד, ואמר:] וואוהין גייסטו, ווילסט. . . זיי דאָ, מען דאַרף ניט קריכן אין אַ לאָך, מען קען פאַרקריכן זייער ווייט.
יב[וענה הנ"ל שהוא הולך להתפלל מנחה.
יגואמר כ"ק אדמו"ר:] קענסט דאָ דאַוונען מנחה, צו דיינע כוונות וועט דאָס דיר ניט שאַטען, ווי גייט מען דאָס אַוועק אַז עס זיצן אידן שמח"ת און מען נעמט אַ ביסל משקה. ר' ברוך מבאברויסק5 הפסיק באמצע התפלה (שמו"ע) לשמוע דא"ח.
ידו. [אח"כ התחיל לדבר אודות המקוה, ודיבר מה שדיבר, ובאמצע הדיבור אמר:] הגם אַז דער טאַטע האָט ניט געוואָלט ליידן געפּוצטע מקוואות, נאָר איך בין דאָך דער אַכטער דור6 קען איך זיך פאַרגינען אַ געפּוצטע מקוה.
טו[ודבר עוד אודות המקוה, ואמר:] דער טאַטע7 פלעגט שטרענג מאָנען ביי די מענטשען וואָס פלעגן זיין ממונים אויף עניני יהדות כמו מקוואות ויאַטקעס. ופעם אחת שמעתי איך שדבר עם אחד (ממונה), ותבע ממנו מאוד, עד אז איך האָב זיך געוואונדערט, ווי קומט עס צו דעם טאַטן, ניט וויילע ער איז מיינער אַ טאַטע נאָר ווייל איך האָב געקוקט אויפן טאַטן ווי אב הרחמים ניט ווי אב הרחמן8.
טזז. אח"כ נתן משקה לאחד מאנ"ש ואמר לו שהוא מבטיחו שירויח הרבה ויהי' לו טוב בגשמיות אם יבטיחנו לשמור שבת ויו"ט ולהתפלל בכל יום ולהניח תפילין וליתן מעשר.
יזח. בתוך הדברים הי': דעם רבי'נס אַ קינד זיצט און גיט אָפּ אַ גערוס חסידים פון דעם רבי'ן.
יח[כ"ק אדמו"ר דיבר ער האָט גערעדט מיט האַרץ, ויצאה הרבנית ובקשה שלא ישתה עוד משקה ולא ידבר כן. . . וענה, שלא ישתה עוד, ובקשה ממנו ער זאָל איר געבן אַ וואָרט, ואמר: אַ נשמה אַז מען לאָזט אַראָפּ למטה נעמט מען באַ איר אויך קיין וואָרט ניט, און דו בעסט באַ מיר אַ וואָרט].
יטלחיים, דער אויבערשטער זאָל געבן אַז עס זאָל מאיר זיין דער אור הנשמה, און דער אויבערשטער זאָל העלפן אַלע אידן ברוחניות ובגשמיות אין אַ טוב הנראה והנגלה [וביאר ענין הברכה מרוחניות לגשמיות, ומגשמיות לרוחניות כמו בליל שמח"ת9], בעלי עסקים דאַרף דער אויבערשטער העלפן אין אַ טוב הנראה והנגלה מיט השפעה מרובה, והריקותי לכם ברכה עד בלי די10. דאַוונען איז נוגע צו אַ יושב אוהל, דאָס קען מען מאָנען נאָר באַ אַ יושב אוהל, בעלי עסקים זייער געשעפט איז מאַכן פון גשמיות רוחניות, און אַ יושב אוהל ער דאַרף טאַקע פת במלח תאכל כו' ועל הארץ תישן וחיי צער תחי'11. אָבער באַ בעלי עסקים דאַרף זיין די השפעה מרובה עד בלי די, די זאַך איז וויילע אַ יושב אוהל איז דאָך אַ גביר ער דאַרף טאַקע מער ניט, אָבער אַזוי איז די זאַך.