Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5680 to 5687·Sefer HaSichos 5682·Night of Simchas Torah 5682ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תר"פ-תרפ"ז·ספר השיחות תרפ"ב·ליל שמחת תורה תרפ"ב

אליל שמחת תורה תרפ"ב
א. [רא"מ1 ביקש מרש"ג2 מעט משקה ונתן לו, ואמר לחיים השי"ת יעזרך בגשמיות וברוחניות. ואמר כ"ק אדמו"ר:] וואָס גיסטו אים אַ בעל­הבית'שע ברכה, אַ חסידישע ברכה איז אין רוחניות און אין גשמיות, כי בעלי בתים ענינם שהם עושים מגשמיות רוחניות, כי ענין הבעל עסק הוא לעשות מגשמיות רוחניות שכל ענינם יהי' אלקות3, והיינו ע"י שנותן מעשר והוא מתומכי אורייתא כו', אָבער אַ חסידישע ברכה איז מרוחניות ל­גשמיות כי עניניו של יושב אוהל הוא אַראָפּטראָגן די השפעה מרוחניות ל­גשמיות.
בב. [אח"כ התחיל כ"ק אדמו"ר ליתן משקה לכאו"א מהמסובים, ואמר:] היינט דאַרף מען נעמען משקה ווייל היינט איז זמן שמחתנו, שמחת תורה.
גאַ גאַנץ יאָר דאָרף מען קיין משקה ניט נעמען כמ"ש בע"ח שדברים חריפים מזיקים למוחין, וסיפר המעשה מהה"מ5 שפעם א' אכל צנון ולא בא אליו המלאך ותמה מאד על זה ושאלו מדוע לא בא? והשיב ווי קען איך צו דיר קומען אַז דו האָסט געגעסן צנון. ע"כ בכל השנה אין צריכים לשתות משקה ואסור לשתות משקה6, רק היום שהוא זמן שמחתנו דאַרף מען טרינקען משקה7. די משקה וואַרט אַ גאַנץ יאָר אויף דעם וואָס אַ איד זאָל איר נעמען שמח"ת, זמן שמחתנו וואָס מען זיצט אין סוכה, מען ווערט אויסגעריסן עס איז קאַלט, און היינט איז שמח"ת זמן שמחתנו, אָבער אידען זיי צאָלן גאַנץ גענוג און אַ פולע פאַר דעם אתה הראת מיט געזונד און מיט ווייב און קינדער, איוואַן חראָפּ גיט אים אַ פולע, אָבער אידן זיי צאָלן פאַר דעם אתה הראת גאַנץ גענוג און אַ פולע, וואָס באַ יעדער אידן איז פאַראַן מס"נ, דער קוצו של יו"ד און דער יו"ד פון דעם שם הוי'.
דר' לוי יצחק מבאַרדיטשוב הי' מתפלל מוסף בר"ה לפני העמוד, וקודם קדיש הי' אומר8: דער פרייסישער קייזער זאָגט איך בין קייזער, דער רוסישער קייזער זאָגט איך בין קייזער, און איך לויק בן שרה זאָגט יתגדל ויתקדש שמי' רבא.
האיז אידן צאָלן גענוג פאַר דעם אתה הראת און היינט איז דאָך זמן שמחתנו, דאַרף מען נעמען משקה, אָבער אַ גאַנץ יאָר דאַרף מען קיין משקה ניט טרינקען.
והרשב"ץ ז"ל9 ור' הענדל מפלע­שעניץ10 בכל ליל ו' פרשת משפטים11 פלעגן זיי פאַרבריינגען, נעמען אַ סאָט­קע משקה און אָנגיסן צוויי קעלעשיקעס מיט משקה און אויף דעם פאַרבריינגען אַ גאנצע נאַכט און פלעגן ניט טרינקען*11. וכ"ק אדמו"ר שיבח מאד את הרשב"ץ ז"ל.
זאיז משקה דאַרף מען טרינקען נאָר שמחת תורה, י"ט כסלו און פורים.
חג. בכל פעם שהי' כ"ק אדמו"ר אומר לחיים הי' מברך: דער אור הנשמה זאָל מאיר זיין אין גוף און מען זאָל זיין מקושר צו דעם טאַטן.
טד. און אויף דעם וואַרט די משקה אַ גאַנץ יאָר, וואָס איוואַן חראָפּ בעת ער מאַכט די משקה האָט ער דאָך אַ כפי', זיצט אַ גאַנצע נאַכט און טרייבט זי, און קען ניט נעמען, ווייל די משקה דאַרף טרינקען אַ איד שמחת תורה אויף בראדסקער12.
יוואָס אויף אַ פעולה פון אַ אידן וואַרט אפילו מלאך מיכאל, וואָס ער האָט דאָך שטענדיק אהבה צו אלקות, מ"מ וואַרט ער אויף אַ פעולה פון אַ אידן, ווען קען ער אָנהויבן זאָגן קדוש, אַז אַ איד זאָגט דאָ למטה פריער קדוש, ברן יחד כוכבי בקר*12, וואָס מלאך מיכאל האָט דאָך קפ"ו אלף מחנות13, וואָס קיין מלאך האָט אַזויפיל מחנות ניט אַרויס­געשטעלט, און אין יעדער מחנה איז דאָך עד אין מספר14, און זיי אַלע וואַרטן אויף אַ אידן, אַ אידן דאַרף גאָר ניט זיין נוגע ווען דער זמן איז, ער דאַרף וויסן ער שטייט אויף פון שלאָף, ווען ער שטייט אויף דאַרף ער זאָגן ברכות, אָנטאָן טו"ת און דאַוונען. וסיפר עוה"פ מעשה מא' מיושבי ליובאוויטש, שפעם א' קם משנתו והתפלל, והלך אל הכפר וקנה בהמה ושחט אותה, און ער זעט אַז עס איז אַלץ פרי, כי זה הי' בלילה ומסתמא האיר אור הלבנה, לא הבחין שהוא אור הלבנה, און ער ווייסט דאָך אַז ער שטייט אויף דאַרף ער דאַוונען און דערנאָך גיין לעסקיו. איז ממילא דאַרף מען היינט טרינקען משקה.
יאה. [אח"כ החתילו לנגן, ונתן משקה לכאו"א, ודיבר עם כאו"א בפרט, און מ'האָט זיך אָנגעשטופּט אויף כסא כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נבג"מ זי"ע. ואמר כ"ק אדמו"ר:] מען זאָל זיך ניט שטופּן אויפן שטול, דער טאַטע איז דאָ (זה אמר בחשאי).
יב[ואמר לו אחד, עס איז דאָך ניט נוגע צום געזונד איצטער? והשיב:] מצד עצם אימת עבד לאדונו ירחיק את עצמו ממקומו.
יגוסיפר כ"ק אדמו"ר15: ראיתי פעם כי כ"ק אאמו"ר נ"ע נבג"מ זי"ע, נכנס לחדר אביו כ"ק אדמו"ר מהר"ש נ"ע נבג"מ זי"ע, ועמד אצל השולחן שאדמו"ר מהר"ש נ"ע נבג"מ זי"ע פלעגט פּראַווען יחידות עליו, און האָט זיך איין געבויגן אויפן טיש זמן רב, לערך שלשת­רבעי שעה, ועיניו זלגו דמעות, אח"כ הוציא נייר מכיסו און האָט אַוועקגעלייגט אויפן טיש, פאַנאַנדער גענומען, ועמד עוד מעט, לקח את הנייר חזרה לכיסו והלך לאחוריו.
יד[וסיים כ"ק אדמו"ר:] מען דאַרף זיך ניט שטופּן.
טוו. הזהיר מאד שלא לחקוק צורת אדמו"ר נ"ע נבג"מ זי"ע כי אם בעתים נחוצים כשצר ח"ו לאדם בגשמיות או ברוחניות16.
טזעוד אמר: מיר האָבען געזען דעם אור פני מלך חיים, הגם מען טאָר ניט זאָגן אויף אַ נברא וואָרום אור פני מלך חיים זאָגט מען אויף מלכות דא"ס, נאָר מ"מ האָבן מיר געזען דעם אור פני מלך חיים.
יזז. [כ"ק אדמו"ר נתן כוס משקה להחסיד ר' אלי' חיים אלטהויז17, רא"ח טעם מעט והעמיד הכוס על השולחן, ואח"כ נתן כוס משקה לרמ"מ עלקין18 ושתה אותו כולו עד גמירא. ואמר כ"ק אדמו"ר:]
יחפאָניע19 איז פאָרט אַנדערש, דערפאַר וויל איך ניט אַוועק פאָרן פון רוסלאַנד, ווייל פאָניע איז אַנדערש.