Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5680 to 5687·Sefer HaSichos 5683·Adar 5683ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תר"פ-תרפ"ז·ספר השיחות תרפ"ג·[?] אדר תרפ"ג

א[?] אדר תרפ"ג
א. הערט אידן, עס איז פאַראַן אַ נייע אבייאווקע1, אַז דער וואָס וועט פאָלגן וואָס איך וועל אים הייסן, איז מיט וואָס איך וועל אים בענטשן, וועט מקויים ווערן. דאָס האָב איך היינט געבראַכט פון אוהל. און וואָס צו בענטשן דאָס איז מיר אַוועק געגעבן געוואָרן, דאָס איז מיטן נאָמען זיידע.
בב. לחיים, מיר זיינען דאָך אַלע מאמינים בני מאמינים אין תורת משה, וואָס אין דעם איז נכלל כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש2. אין פרטים זיינען מיר מאמין אין ע"ח און פע"ח. אין פרטי פרטים, אין אונזערע רביים. און דאָס ווייסן מיר אַז עס איז פאַראַן זכות אבות ואבות אבותינו,
גאיז בכחותם זאָג איך, אַז ימלא השי"ת משאלות לבב כאו"א מישראל יהי' מי שיהי' בכל מרחב המדינה, און וואָס חוץ למדינה, לטובה ולברכה.
דג. אמר אחד המסובים: ברכנו מיט דעת. והשיב: דעת פעלט אונז? קיין דעת פעלט אונז ניט, העכבה פעלט אונז. עס דאַרף זיין העכבה אין אמיתית הענין.
הד. אמר אחד: רבי, עס פעלט הת­קשרות.
וואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
זפאַרוואָס זייט איר טאַקע ניט מקושר, יפתח בדורו כשמואל בדורו3 [והי' צועק בקול דברים הנ"ל פעמים רבות, ואמר:] צו אַ אידן וואָס לערנט און דאַוונט דאַרף מען זיך צובינדן, ולדבקה בו*3, וכי אפשר להדבק בו, אלא הדבק בת"ח כו', אַ איד וואָס קען לערנען — איך מיין ניט וואָס קען לערנען, איך מיין וואָס לערנט — אָדער אַ איד וואָס זאָגט אַ פרק משניות, עין יעקב אין שול — דאַרף מען זיך צו אים צובינדן.
חה. [אמר לאחד:] דיר האָט מען גע­דאַרפט אויסריידן, נאָר איינעם אויף איינעם. געדיינק, עס וועט קומען אַ צייט, אַז דער טאַטע וועט דיר אַ ריי? טאָן פאַרן נאָז (והי' מראה על חוטמו הק'), און וועט דיר זאָגן, אַז דו האָסט זיך ניט גוט באַגאַנגען מיט מיין יוסף יצחק'ן, יוסף יצחק האָט באַ דיר געדאַרפט זיין טייער, ווי די אויגן פון קאָפּ.
טו. ישראל ערבים זה בזה4, עריבות און מתיקות5 און אַ איד דאַרף זיין זיס דעם צווייטן התאמתות באלקות, כמו ש­א' מבין בלשון צרפת, והוא, כל המכונה בשם חסיד דאַרף ער ניט אויפשטיין שפּעטער פון 7 אַזייגער, להתפלל תפלה בצבור, יעדער איד דאַרף לערנען אַלע טאָג אַ פ' חומש מיט רש"י6 און דאָנערשטיק ביינאַכט דאַרף ער גומר זיין כל הסדרה7. עס דאַרף ניט נעמען קיין שלאָף איידער מען לערענט אָפּ אַ ענין פון תורה.
ידער וואָס איז ניט זהיר אין די אַלע זאַכן זיינען מיר ניט אחראים פאַר עם הן בחסידות והן בקבלת פדיון, הרי הוא ישראל כשר והשי"ת יעזור לו, נאָר ער איז ניט אין אונזער חברה, מ'דאַרף סטראָייען8 אַ נייעם חב"ד.
יאז. אויף תורה וועט שוין קיין העלמות והסתרים ניט זיין, עס איז אַ נייע אַבייאווקע1 אַז אויף תורה וועט ניט זיין קיינע מניעות ועיכובים, מ'האָט אַריינגעשטעלט פלייצען.
יבח. [אמר להמלמד:] ישראל, זאָלסט זיצן און קנעלן, צו דיר זאָל קיין זאַך ניט שייך זיין, דאָס איז אונזער עסק, דאָס זאָל זיין שייך צו די ראשי אלפי ישראל, און וואָס אונז וועט קאָסטן דאָס איז אונזער עסק, אונזער געשעפט.
יגט. מען דאַרף רייסן און ווייקן און זאַלצן, עס שמעקט פון אייך, מען קען אין אונזערע ד' אמות ניט אַריינגיין. דער פערד דאַרף גיין אויפן טרעטואַר9 און מיר אויפן גאַס.
ידי. [אמר לאחד:] געוואַלד. וואו איז דאָס אהבה וידידות? אַ צער קומט מען אָנזאָגן, און נחת דאַרף מען הערן פון אַן אַנדערן10. יענעמ'ס ניט גוט רירט דאָך אָן אין פּנימיות.
טושמחנו כימות עניתנו11, מען לייגט אַוועק אָן אַ זייט וואָס עס איז פאַראַן קושיות אויף דעם ענין און עס פעלט אַ אָפּלייג אויף דעם ענין, אַבי יענעם זאָל ווערן גוט, און וואָס וועט יעמולט זיין, אַז ער וועט האָבן אַ מנוחת הלב אַ מנוחת המוח וועט ער קענען זיך עוסק זיין אין תורה ועבודה.
טזיא. [אמר לאחד מפולין:] אאמו"ר הי' נכסף — האָט געהאַט גאָר אַ כוסף — צו אייערע אידן, און האָט מיר אַמאָל געזאָגט אַז עס וואָלט זיך וועלן לכנוס בגבולם, נאָר איך האָב מורא שלא יכנסו בגבולי, און אַז איך וועל אַריינגיין בגבולם וועל איך עפּעס אויפטאָן, און אַז זיי וועלן אַריין בגבולי וועלן זיי מחסר זיין.
יזיב. לחיים. דער אויבערשטער זאָל געבן ער זאָל דער הארין זען זיך מיט דעם עלטער זיידן, מיט'ן זיידן ווייס איך ניט, נאָר אַז מיט דעם עלטער זיידן וועט שוין דער זיידע ממילא זיין, און עס זאָל זיין מיט אריכות ימים ושנים, און זאָל זיין שמא גרים12 — הולך בטוב ישכון בטח13.
יחעס איז פאַראַנען ענינים פון בירורים און נסיונות. וואָס דער ענין פון נסיונות נעמט זיך פון עצמות א"ס נאָר דאָס גייט דורך דורך אַ מנגד, בירורים הייסט14, אַז אין דער זאַך איז פאַראַן אַ ניצוץ אלקי, דאָס הייסט אַ כוונה אלקית, אָט די בולקע איז אין איר פאַראַן אַ ניצוץ אלקי, וואָס אויב אַז מ'עסט זי און מ'איז מברך תחלה וסוף ווערט דאָס נתברר ונתלבן ונזדכך ונתעלה. נאָר די זאַך פון נסיונות איז, אַז אין דעם איז כלל ניטאָ קיין ניצוץ אלקי, אַ כוונה אלקית. דער ניצוץ אלקי אין נסיונות איז ווי דער ניצוץ אלקי וואָס איז פאַראַן אין אַלע דברים אסורים וואָס איז מקבל מבחינת כתפיים כמאן דשדי בתר כתפי'15, וואָס אין דעם איז ניט שייך קיין בירור מער ניט ווי שבירתו זהו תקנתו. די כוונה אין דעם איז אַז דער אדם זאָל דאָס מדחה זיין, היינו ווי דער ענין פון עוצם עיניו כו', ער גייט אין גאַס און עס איז פאַראַן אַ זאַך וואָס מען טאָר אויף דעם ניט קוקן און אויב ער וועט קוקן וועט דאָס אים שאַטן, איז דערצו ניט שייך דער ענין פון בירור, נאָר ער דאַרף דאָס מדחה זיין, דו ביסט דאָך אַ נסיון, אַוועק נסיון, כי מנסה ה' גו' לדעת16, דער ענין הנסיונות איז מ'זאָל צוקומען על ידם צו דעת.