Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5680 to 5687·Sefer HaSichos 5683·Purim 5683ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תר"פ-תרפ"ז·ספר השיחות תרפ"ג·פורים תרפ"ג

אפורים תרפ"ג
קטע
במיר זאָלן נעמען די משקה, און די משקה זאָל אונז נעמען, אַז אַלע אידן וואָלטן זיין בהתאחדות בחיצוניות אַזוי ווי אין פנימיות וואָלט מען געקענט דורך טראָגן דעם גלות, אפילו דעם גלות איז זייער שווער צו ליידן, נאָר מ'וואָלט געקענט דורך טראָגן, אַ סאַך גרינגער, וואָרום בפנימיות איז יעדער איד צונויפגעבונדן איינער מיט דעם צווייטן.
גגדר בעדי ולא אצא1, די ערגסטע קללה איז אַז די האַרץ איז פאַרשטיינט און מ'קען ניט אַרויסגיין, אַז מען פילט ניט באַ זיך דעם ניט גוט.
דכ"ק אדמו"ר שליט"א אמר לאחד שהוא צריך לר"ד י"ט כסלו רס"ג, רס"א ווינטש איך קיין אידן ניט, נאָר רס"ג י"ט כסלו, האָט ער געדאַרפט.