Chabad Library · The Frierdiker Rebbe

Sefer HaSichos Rayatz·5680 to 5687·Sefer HaSichos 5687·Sunday Afternoon 3 Tammuz 5687ספר השיחות אדמו״ר מוהריי״צ·תר"פ-תרפ"ז·ספר השיחות תרפ"ז·יום א'·ג' תמוז — אחר הצהריים — תרפ"ז

איום א', ג' תמוז — אחר הצהריים1 — תרפ"ז
א. יעצט2 האָב איך געזען במוחש כי אתה ה'.
באַלע3 מעשיות וואָס מען דערציילט פון דעם אלטן רבי'ן האָב איך זיי געזען במוחש, עס איז ניט אַוועק אַ פערטל שעה אַז איך זאָל ניט זען דעם טאַטן.
גיעצט4 וועט צוקומען אַ פולע נייע ציורים אין די טיפע געדיכטע ענינים פון חסידות.
ד[אַז] איך וואָלט וויסן אַז דאָס וועט זיין אַ פעולה ד.ה. אַז דאָס וועט דורכברעכן אַז מען זאָל קענען לערנען תורה אָפען, וואָלט איך מוחל געווען אַלע מיינע יסורים5.
הב. [לפנות ערב כשיצא מביתו לנסוע לבית הנתיבות, אמר ר' בנימין אלטהויז לכ"ק אדמו"ר: עס איז ידוע אַז נאָך פּעטערבורג האָט אדמו"ר הזקן אָנגע­הויבן פירן ביד רמה.
ווענה כ"ק אדמו"ר]:
זמ'האָט דאָך גערעדט במאמרי שבו­עות6 בענין ג' ידות7, יד הגדולה יד החזקה יד רמה8, רמה איז כתר9, אותיות כרת10, זאָל זיין וכל11 אויביך יכרתון9.